בלאט 1 פון 1

"דער איד" קעגן ליבאוויטש קיץ תשמ"ג

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:49 pm
דורך דולה ומשקה
העיתון הידוע לשמצה "דער איד" האט אנגעהויבען א פרישע קאמפעין א קעגן 'ליבאוויטש' ובראשם האדמו"ר הרמ"מ מליבאוויטש זי"ע, דער ארטיקלען זענען געשריבען געווארען ממש כנוסח דער נאצי צייטונג "דער שטירמער", די ביליגסטע און געמיינסטע לשונות, חוזק און ליצנות געמאכט פון א גרויסע קהלה נאה וחסידה, ובראשם זייער מנהיג און דער מנהיג פון אלפים אלפים בישראל. איינער וואס האט קיינמאל און זיין לעבן נישט געגאנגען אויף וויקאציע, בכלל נישט געוואוינט א לוקסוס'דיגע לעבן, ער האט זיך אוועק געגעבן בלב ובנפש פאר אידן'ס וועגן. ער האט גענפערט בריעוו פאר יעדעם, ער האט אוועק געקוקט אויף זיין אייגענע צייט למען הזולת.

עכ"פ מיר איז זיכער דער שרייבער האט בכלל נישט אנגעהויבען צו באגרייפען דעם 'איד' פון וועמען ער האט ליצנות געמאכט. אבער דאס יא ער האט געטוהן זיין ארבעט בשלימות למען המטרה.

איך ווייס אז נישט יעדער אויסשנוט וואס כ'לייג דא ארויף וועט מ'קענען ליינען געהעריג, עס גייט אבער יא ווייזען ביז ווי ווייט זיי זענען געוועהן גרייט צו גיין מיט זייערע שנאה.