בלאט 1 פון 1

נוטצליכע היסטארישע און ביבליאגראפישע לינקס.

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:55 pm
דורך יוסף שרייבער
איך עפען א אשכול ווי מען קען לייגען ווען מען שטויסט זיך אן אין נוטצליכע לינקס מיט היסטארישע אדער ביבליאגראפישע אינפארמאציע וכדומה.

וזה החלי: איך האב מיך היינט אנגעשטויסען אין א הערליכע דעטאלירטע ליסטע פון הונדערטער סלאוואקישע בתי מדרש און זייערע היינטיגע סטאטוס. עס איז מיר געווען א חידוש צו ליינען אז אזויפיל פון זיי האבען איבערגעלעבט די פגעי הזמן און אויך די נאציס ימש''ו אבער האבען נישט געקענט ביישטיין די קאמיניסטישע רשעים ימ''ש.


נאך א קורצערע ליסטע צאמגעשטעלט געווארען פאר די 'אמעריקאנער קאמישען צו פרעזערווען אמעריקאנער הערעטידש עבראוד' דאס מאל פון ראמענישע בתי מדרש און בתי חיים און זייערע איצטיגע סטאטוס.

א סייט אין פראנצוזיש מיט אינפארמאציע פון הונדערטער קהילות און רבנים/פערזענליכקייטען און בתי מדרש ובתי חיים וואס זענען געווען צוזייט און צושפרייט אינעם חלקת ארץ דמתקריא עלזאס-לאריין מהזמנים הראשונים ועד היום הזה.