א זייפן מיט טעם...

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

א זייפן מיט טעם...

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:04 am

וואס וואלט אייער לאקאלער זייפן געפעלשט? א חתימה? א הגהה?

מיט אביסל מער גאטטס וואלט ער זיך אונטערגענומען צו פעלשן א גאנצע בריוו, נו, כבר הי' לעולמים.

איינער מיט גאר אסאך גאטטס, איינער וואס ווערט אהער אראפגעשיקט איינמאהל אין א מילעניום, וועט שוין פעלשן א ירושלמי אויף קדשים, נישט מער און נישט ווייניגער נאר צוזאמענשטעלן א גאנצע שקליא וטריא שלא הי' ולא נברא.

פארשטייט איהר מיר אבער אז עס געפונען זיך חתימות אויף דער וועלט, נאר נישט פונקט די וואס ער האלט אין די האנט, בריוו פעלן אויך נישט, און ירושלמיס זענען אויך פארהאן, דאס איז דאך דער ארבעט פונעם זייפן מוסיף צו זיין מחול אל הקודש, מן הדמיון אל המציאות.

גוט, די ארבעט ווערט אבער אפט לאנגווייליג.

וואס וואלט איהר אבער געזאגט צו א זייפן וואס וועט נישט זיין צופרידן פון עפעס ווייניגער ווי פאנטאסטישע דמיון, ער וויל מזכה זיין כלל ישראל מיט די העכסטע קוואליטעט סחורה כיד הדמיון הטובה עליו, אזא 'הנך אחד בכל דמיונות' ווי דער גור'ער רבי ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט.

אזא איינער קען אויספארעמען גאר א נייע געדאנק, א נייע דזשאנרע, צוקנעטן דערצו א פאנטאסטישע מעשה געפעפערט מיט מיסטישע דמיון, און עס נאך אנקלעבן אויף איינע פון די שענסטע נעמען וואס כלל ישראל פארמאגט.

אזוי שפאצירנדיג צווישן ביבליאטעק ווענט, דורכאקערנדיג מיט דארשט פילפארביגע כתבי יד וואס דער אידישער פאלק האט פראדוצירט אין לויף פון די פארגאנגענע טויזנט יאהר, שטויס איך זיך אהן אין א כתב יד מיט'ן נאמען 'איוב', שוין, וואס קען עס שוין זיין, מן הסתם נאך איינס פון פילע כתבי הקודש געשריבן אויף קלף.

אבער דאך, לאמיך כאפן א שנעלן בליק, גיב איך אזא מיש אריין ערגעץ אינדערמיט, און, והנה, עס אנטפלעקט זיך פאר מיינע אויגן א מחזה שלא מעלמא הדין, איך קען עס אייך נישט מסביר זיין אין ווערטער, ווייל זי רעדט נישט אונזער שפראך, אלזא כאפט א בליק און זעהט אליין.
444 (2).jpg
444 (2).jpg (39.64 KiB) געזען געווארן 2509 מאל

איך מיש אהין און כ'מיש אהער, און יא, א גאנצע ספר וואס רופט זיך 'איוב' אנגעפילט מיט מאדנע צורות און פינטלעך, וואס גייט דא פאר?

מיש איך שנעל צוריק צום אנפאנג, פילייכט וועל איך דארטן געפונען עפעס אינפארמאציע געשריבן אין א שפראך וואס מיר ערדלינגען פארשטייען, והנה, לשמחתי כי רבה, זעה איך אז עס האט א הקדמה פון צוואנציג זייטן, מיט נייגער גיב איך קודם א קוק צום סוף הקדמה – לאמיך זעהן ווער חתמ'עט איהר, און אט דאס ליינען מיינע אויגן: כה דברי משה בר מיימון מעיר קודובה אשר בספרד ותשלום המלאכה בשנת ארבע אלפים ותשע מאות ותשעה וששים לבריאות עולם.

איך כאפ זיך גוט אהן אין בענקל וועלכע וויל מיר צו די ערד ווארפן, כ'ציפ זיך די אויגן און וויש מיך די אויערן... וואאאאאס???!!!! זעה איך גוט? איך הער שוין דעם מלאך מיר שושקען אין די אויערן ווי כ'האב דא מגלה געווען אויסער-וועלטליכע פארבארגענישן פונעם הייליגן רמב"ם.

כ'נעם זיך צוזאם מיינע צוויי הונדערט און עפעס אברים און כ'הייב אהן ליינען פון אנפאנג הקדמה:
222 (2).jpg
222 (2).jpg (48.08 KiB) געזען געווארן 2509 מאל

הנני יושב פתח האוהל לראות אם יש עובר ושב להכניסו בדלתות ביתי בדברים נאים המפתים, ואומר בא ברוך ה' אשריך שזכית לדפוק ולכנס בשער וכו' אל נא תעבור עד שתקרא ההקדמה מתחילתה ועד סופה, כי בזולתה יהיה לך ספר זה כדברי ספר החתום אשר יתנו אותו אל יודע ספר לאמר קרא נא זה, ואמר לא אוכל כי חתום הוא וכו' ובדרך קצר אודיעך פה קצת מענין הספר וכתיבתה כי כבר הארכתי בזה בהקדמה לספר בראשית.

ויהי כאשר התעו אותי אלהים מבית אבי ומארץ מולדתי ורדפוני טלטול אחר טלטול וכו' עד אשר הביאני אלהים לבית האדון הטפסר והנגיד מהור"ר אברהם קונק"י אשר שם ישיבתו בעיר מצרים, ונתתי לבי לתור ולדרוש אחר הספרים אשר היה לו ומצאתי קונטרס אחד אשר היה נכתב בכתב הזה, ונשתוממתי על המראה ועל הכתב הזה אשר מעולם לא ראיתי, ושאלתי לאותו הגאון על המראה ועל הכתב הזה.

והשיב לי, כתב זה (זה) יש סוד גדול ונורא בקשר בימי עזרא ונחמיה, כאשר היו רוצים לכתוב מבבל לירושלים על אודות בנין ירושלים, באשר שהמלך כורש הותר להם לילך ולבנות חורבות ירושלים, וסנבליט החורני ושמשי ... בנו של המן הרשע היו שונאים לישראל והיו רוצים לעצור הבנין והיו גוזלים האגרת משלוחי היהודים, ועל זה התפלל עזרא ונחמיה אל השם תפלות גדולות שיתן להם השם שכל והבנה (שיוכלין) [שיוכלו] לכתוב בלשון שיבינו ובצורות אחרות מה שאין יכולין לקרא הרשעים ההם.

ובא מלאך אחד ונתן להם כתב זה על פתקא אחת צורות האותיות, ולמד להם הכתב הזה כסדר הזה...


דא איז דער רמב"ם מסביר ווי אזוי די נייע שרייב-סיסטעם ארבעט, מען צוטיילט די אלף בית אין ניין גרופעס פון דריי כזה: איק בכר גלש דמת הנך וסם זען חפף טצץ, קעגן דעם זענען דא ניין גרופעס פון נייע צורות וואס דער מלאך האט מגלה געווען, און העכער די צורות געפונען זיך פינטלעך, איין פינטעל מיינט אז די צורה געהער פאר די ערשטע אות פון די גרופע, צוויי פינטלעך איז פאר די צווייטע אות, אא"וו – זעה בילד.
111 (2).jpg
111 (2).jpg (43.15 KiB) געזען געווארן 2509 מאל

האב איך איהם געפרעגט – איז דער רמב"ם ממשיך – עס איז טאקע געשעהן אזא גרויסע נס, אבער פארוואס פונקט מיט דעם סדר האותיות? האט ער מיר גענטפערט ווייל די אידן זענען געווען אפגעשוואכט אין תרומות ומעשרות, פארדעם האט דער אויבערשטער זיי מרמז געווען מצוות מעשר אין דעם כתב, 'איק בכר', א' איז מעשר פון י', י' איז מעשר פון ק', ב' איז מעשר פון כ' און כ' פון ר' אא"וו.

נאך גרויסע הפצרות האט ער מיר געגעבן רשות דאס מעתיק צו זיין, און כ'האב געטראפן עטליכע קליינע שינויים.

די קומענדיגע 14 בלעטער איז דער רמב"ם פארנומען ארויסצוברענגען די תמצית און נקודה פון ספר איוב, מיט זיין אייגנארטיגן גאלדענע שפראך, נאכ'ן בלעטערן א מינוט זעה איך אז די ווערטער און תוכן זענען מיר שטארק קענטיג, א רגע דערנאך האט עס ביי מיר אויפגעבליצט, יא, עס איז ווארט פאר ווארט פון מורה נבוכים [וואס כ'האב געברענגט דא].

צום סוף גיבט ער א ווארף אריין נאך א באונעס שמאנצע אינעם שאפפינג קארט: עס קען זיין אז דער כתב וואס האט זיך אויפגעשריבן ביי בלשאצר אויפן וואנט און קיינער האט עס נישט געקענט ליינען חוץ דניאל, אפשר איז עס געווען געשריבן מיט דעם נייעם הימלישן כתב, און דער חכם שרייבט נאך ארויס ווי אזוי עס וואלט געווען געשריבן – זעה בילד.
333 (2).jpg
333 (2).jpg (48.66 KiB) געזען געווארן 2509 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3713
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7577 מאל

הודעהדורך positive.yid » מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:46 am

וויאזוי ווייסטו אז ס'מעשה ידי זייפן?
positive.yid
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:50 pm
געפינט זיך: positive.yid@gmail.com
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך יאנואר 14, 2015 9:55 am

א אינטרעסאנטע מציאה און דערמאנט מיר פון מיין מלמד וואס האט אונז אויסגעלערענט דעם אי''ק בכר און עטליכע אנדערע א''ב סיסטעמען.

איך וויל נאר באצייכענען אז דער חיבור לפנינו איז כמובן א העתקה (אדער זיוף ווי הרב ונבנתה האלט) און נישט כתי''ק פונעם רמב''ם וואס איז אינגאנצען אנדערש, נישטאמאל זענען די פאפיר און טינט האלב אזוי אלט.
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:01 am

זייער אינטערעסאנט. וואס האט דער שרייבער למעשה געשריבן מיט זיין נייעם קאוד, ספר איוב?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2620
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3564 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10294 מאל

הודעהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:12 am

עכ''פ דער צורת הכתב איז שוין געווען באקאנט בזמן הרמב''ם ווי מען קען זעהן דא א צעטל פון די קיירא גניזה געשריבען דורעך א קינד וואס חזר''ט עס איבער פינעף און צוואנציג מאל (אפשר אלס פאנישמענט פון זיין רבי...) זעה אויך דא ווי ער שרייבט אז עס שטאמט מזמן הנביאים און מעגליך פריער.
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:17 am

דאס זעט נישט אויס ווי די זעלבע צורת הכתב.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2620
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3564 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10294 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:10 pm

פאסצינירנד! א גרויסן יישר כח, ונבנתה. אין וועלכן לייברערי האסטו דאס געטראפן, און וואספארא פרטים גיבן זיי אן איבער דעם כתב יד?
אגב, דער קאוד שפראך איז אן אלטער סארט קאוד, כאטש מסתמא נישט אזוי אלט ווי דעם רמב"ם. pigpen cipher איז אן ענליכער סארט קאוד וואס די פרימעיסאנס האבן גענוצט.
למעשה האסטו שוין אנגעהויבן דעשיפרירן דעם קאוד און דערגיין די באהאלטענע סודות?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8165 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:15 pm

positive.yid האט געשריבן:וויאזוי ווייסטו אז ס'מעשה ידי זייפן?

כ'האב נישט געהאלטן אז מען דארף עס אפי' אויסשמועסן, אבער אז דו פרעגסט, און יוסל נעמט עס נישט אהן בפשטות, וועל איך ארויסברענגען עטליכע נקודות.

א) איטס טו גוד טו בי טרו, א גאנצע מעשה מיט עזרא, א מלאך און דער רמב"ם, און קיינער זאל גארנישט וויסן דערפון ביז 2015.

ב) פונקט דער רמב"ם זאל פארקויפן אזעלכע דמיונות (און פאר וועלכע גוטע יאהר האט ער געדארפט איבערשרייבן דעם גאנצן ספר אויף דעם קאוד שפראך?).

ג) והוא העיקר: כ'בין נישט דער גרויסער רמב"ם איד, אבער מען דארף נישט ליינען מער ווי א שורה צו זעהן אז דער רמב"ם האט דאס 'נישט' געשריבן.

ד) ווי דערמאנט אינעם ארטיקל איז די גאנצע חלק וואס איז מסביר די תוכן פון ספר איוב א העתקה - א ווארט אויף א ווארט - פונעם מורה הנבוכים (און אין דעם חלק האט זיך דער רמב"ם גראדע דערמאנט אין זיינע רייכע אויסדרוקן...).

ועכשיו, ווי קומט עס אז ער זאל בכלל נישט דערמאנען אז דאס האט ער געשריבן אינעם מורה? ואם תדחיק לומר אז דאס האט ער געשריבן פריער, א"א לומר כן, ווייל דער מורה האט דאך דער רמב"ם געשריבן אויף אראביש, און אבן תיבון איז געווען דער וואס האט איהר איבערגעזעצט אויף די גענויע ווערטער.

---

@ראובן, יא, דאס איז גאנץ ספר איוב, דער גרויסער ווארט אינעם בילד איז 'ויהי'.

---

@יאיר, כ'האב ספעציעל פארווישט די שפירן פון וואו עס קומט, ווייל כ'וויל עס נישט זעהן מארגן באשריבן אינעם בלאט וכדו' אהן געבן קרעדיט לאתרא קדישא הדין, אויב עס איז דיר נוגע קען איך דיר זאגן אין אישי.

זייער קאטאלאג איז נישט געשריבן אין א שפראך אין וועלכע כ'בין היימיש, האב איך זיך נישט אהין געיאגט, אבער לאחר כל הגילוי הזה האביך נישט געהאט קיין ברירה, כ'האב עס איבערגעזעצט, שרייבן זיי אז מען האט עס פאלש צוגעשריבן צום רמב"ם ווייל דער רמב"ם וואלט זיך נישט באנוצט מיט'ן לשון 'אגב גררא' (אויך האבן זיי עפעס א פראבלעם מיט די יאהרן).
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3713
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7577 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:28 pm

זייער אן אינטערעסאנטע אויפדעקונג. ייש"כ ונבנתה.
אגב, דער רמב"ם איז נסתלק געווארן אין יאר ד'תתקס"ה, און דעם ספר האט ער געענדיגט שרייבן ד'תתקס"ט...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4037 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך יאנואר 14, 2015 5:16 pm

יישר כח פארן גילוי עס איז זיכער פאלש
נאר וואס מיינט די קאפל א זייפן מיט טעם....
וועלעכע טעם?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 14, 2015 5:46 pm

ראובן האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. וואס האט דער שרייבער למעשה געשריבן מיט זיין נייעם קאוד, ספר איוב?

ראובן: פון דעם איז אויך א ראיה אז דאס איז די קונצליכע ארבעט פון א זייפן. און נישט אויטענטיש פונ'ם רמב"ם...ווייל דער רמב"ם וואלט זיך נישט באשעפטיגט מיט דעשיפרירן א קאוד וועלכע איז צו "סימפליסטיק"...! אן אויטענטישע אויפדעקונג פון רמב"ם וואלט אינוואלווד צירופי אותיות מיט קאמפליצירטע חשבונות...!
נאר דער פעלשער האט געדארפט אנהענגען דעם פראדוקט פון זיין קריעיטיוו מיינד אין עפעס א גדול...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9107 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מיטוואך יאנואר 14, 2015 5:57 pm

בשנת ארבע אלפים ותשע מאות ותשעה וששים לבריאות עולם

פיר יאר נאכן פטירה פונעם רמב"ם?

בכלל, דער רמב"ם נוצט אין זיינע כתבים די מניין השנים לפי השטרות, נישט לבריאת עולם.
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1267 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:00 pm

נאך א מעגליכע ראיה אז דער אזוי-גערופענער כתב יד איז א זיוף:אין דריטן פאראגראף פון די "הקדמה" איז דא א גראבער עם הארצ'ישער פעלער אין דיקדוק. כ'ווייס נישט אויב ס'איז אזוי אין אריגינאל. אדער א טיפאגראפישער טעות...אבער ס'שטייט אזוי..."וכאשר המלך כורש...הותר להם...וכו'...שטאטס דעם ריכטיג געשריבענעם ווארט...התיר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9107 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:01 pm

פארוואס פארא גוטע יאר זאל איינער שרייבן ספר איוב אין קאודס וואס האט ער געוואלט בעהאלטן?
אין וואס האט ער געהאט פין עס תולה זיין אינעם רמב'ם?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:37 pm

ונבנתה העיר: איך וויל דא קומען מיט א גאנץ אנדערן חידוש...אז די אזוי-גערופענע "קאוד שריפט האט א שטארקע ענליכקייט צו די אינדיאנישע שריפט "סאנסקריט". איך האב שוין פון לאנג באמערקט אז די אויבנדערמאנטע שריפט האט עפעס אן ענליכקייט, אדער אפשטאמיגקייט פון אונזער כתב אשורית...איך האב עס נאכנישט גרונטליך אויסגעפארשט. אבער אזוי זעהט מיר אויס לפום ריהטא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9107 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 3:20 pm

בתר עניא אזלא עניותא...

אין ליכט פון די גרויסע הצלחה די וואך, גרייט איך זיך צו ליציטירן די זכותים אויף דעם געפונס, גרייט אהן די טאשן.

(כוכב, אין בעלזא האט מען נישט געוועקט נאר צו גשמיות...)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3713
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7577 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 3:29 pm

ונבנתה טייערער, ביזט א ליבאוויטשער חסיד, א היסטאריקער ליבאהאבער, אבער וויאזוי מאיז מוצץ און ממארקעט אזא געפינס פאר די אייגענע בעניפיטן ווייסט איר נישט. קוים די קרדיט האט מען אייך צוגעטיילט.
וואלט דאס אריינגעפאלן אין מיינע הענט וואלט איך זיכער געמאכט אז פון הודו ביז קוש זאל יעדער דאנקען און לויבן דעם כוכב פון קאווע שטיבל...
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך יוסף שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:28 pm

לא מדויק. אין בעלזא אויב איינער איז געשלאפן אינעם חברה שטיב איז פאר מען האט סערווירט (אויך מיר א גרויסע סערווירעכטץ) די מאגערע סעודה האט מען יענעם אויפגעוועקט, איינס ווייל דערנאך וואלט יענער געבליבען הונגעריג... און מען האט פשוט געדארפט די פלאץ, משא''כ אויב איינער איז געשלאפען אינעם ביהמ''ד האט מען עם נישט אויפגעוועקט ווייל ער קען דאך דאווענען שפעטער אויך... פון דעם נעמט זיך ''אין בעלזא האט מען נאר געוועקט צום עסען'' אבער כאמור איז עס נישט ממש אזוי געווען.
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:29 pm

פון וואו איז דיין מקור, איך האב בעלזא משפחה און איך האב יא געהערט אז אין בעלזא וועקט מען נאר צום עסן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך אחד העם » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:35 pm

מיט רעספעיקט צו יוסל שרייבער, באלאנגט אבער נישט דער וויכוח און הדגשות און דעם אשכול, לאמיר עס ביטע לאזען ריין פאר דעם אנטדעקונג.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך יוסף שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:43 pm

האב איך דאך מסביר געווען דער מקור. די ביסעל עסען וואס די 'חברה' אין בעלזא אינדערהיים האט אויסגעטיילט אויב יענער איז עס פארשלאפען וואלט ער געבליבען הונגעריג ביז מארגען. און טאמער זענען די וועגען ארום בעלזא געווען פארשנייט פונעם אוקראינישען ווינטער איז מען סתם אזוי געבליבען הונגעריג.

נישט פארגעסען אז אויף די פלייצע פון מרן מהרי''ד האבען זיך אנגעליינט א 70-80 בני משפחה וועם ער האט אויסגעהאלטען מיט אלעמען (בימיו פון מרן מהר''א האט מען א גרויס חלק פון זיי פארשיקט אויף פארשידענע רבנות פאסטענס וועם מען האט געקענט, אבער ער האט נאכאלץ געהאט היבש א עול דערפון). נישט בחינם האט זיך מרן מהר''א אין די שפעטערע יארען אויסגעדרוקט אויף פארשידענע אידען אז ''זיי האבען געברענגט/געשיקט פעסער גאלד קיין בעלזא'' כאטשיק ער אליינס האט מימיו אפילו נישט אנגערירט קיין געלט כידוע האט ער געהאט א שטארקע הכרת הטוב פאר זייערע קינדער און אייניקלעך.
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron