שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך יידל » מאנטאג מערץ 05, 2012 11:50 pm

ווען איך האב היינט פארציילט פאר א חבר אז אונזער אלעמען באקאנטען הרב הירשל ציג (וואס, אגב, איז אויך א חבר ביינונז אין שטיבל) האט ארויפגעשטעלט אויף זיין בלאג שאפראנער רב'ס דיסערטאציע, האט ער מיר געענטפערט "דיסער...וואס?!"... איז אלץ הקדמה, לאמיך קודם מסביר זיין וואס דאס איז. א דיסערטאציע (dissertation) אדער טעזע (thesis) איז אן אקאדעמישער דאקומענט, געשריבן מיטן ציל צו ווערן באקרוינט מיט אן אקאדעמישן טיטל. כאטש עס ווענד זיך אין יעדען לאנד, ווערט אבער על פי רוב א דיסערטאציע געשריבן מיטן ציל צו באקומען א דאקטאראט. א דאקטאראט מיינט דאס אקאדעמישער טיטל פון דאקטאר. א דאקטאר מיינט איינער וואס איז זיך משלים אין א געוויסען נושא, און דורכן שרייבן א לענגערען שטודיע (די דיסערטאציע) וואס ווערט דערנאך באשטעטיגט דורך א פראפעסאר, קען מען באקומען דעם טיטל.

איצטער צום נושא. שאפראנער רב, הרב שמעון ישראל פאזען זצ"ל, איז היינט שטארק באוואוסט פאר זיינע קנאי'שע שטעלעס, און פאר זיין שטארק-עקסטרעמען צוגאנג צו אידישקייט, אזוי ווי מען קען באשיינפערליך זען פון זיין ספר "תורת א'" און פון די הנהגה פון בניו ותלמידיו. די וואס ווייסן, ווייסן אז ר' שמעון ישראל איז בעבר געווען א גערמאנישע איד, דאס הייסט, א "תורה עם דרך ארץ" איד, און איז ביים ערשטן וועלט מלחמה איז ער אנטציקט געווארן פונעם חסידישן לעבנס-סטיל וואס ער האט געזען אין סקווירא און אין טאלנא, און האט מחליט געווען זיך צו "מגייר" זיין צו די לעבנס שטייגער. אנדערע ווייסן אויך צו פארציילן אז ר' שמעון ישראל האט "צוריסן זיין דאקטאראט/טעזע" ווען ער איז געפארן קיין מונקאטש נאך די ערשטע וועלט מלחמה.

פארציילט הרב ציג, אז זיין חבר האט געהערט א לשון איש מפי איש וויאזוי הרב יחיאל יעקב וויינבערג זצ"ל האט זיך אויסגעדרוקט אויף שאפראנער רב'ס טעזע אז דאס פארמאגט אפיקורסות. דאס האט באוואויגען דעם אינגערמאן דאס צו אפירזוכען, און אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכא איז דאך דאס א קינדער שפיל. יגעתי ומצאתי תאמין, און ער האט דאס גלייך אריינגעשיקט צום מלך ההיימישע בלאגערס, ר' הירשל. געט א קליק, און כאפט א בליק. זייער אינטערעסאנט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך שרגא » דינסטאג מערץ 06, 2012 12:14 am

א דאקטאר מיינט איינער וואס איז זיך משלים אין א געוויסען נושא


אין פאל עס וואונדערט איינעם, צי א דאקטאר מיינט נישט דאס וואס מען רופט ביי אונז דאקטאר (פיזישען)? איז דאכט זיך אז עפ"י דעם אמת'ן אויסלייג איז "דאקטער" (מיט אן ע') א פיזישען/רופא, ווידער "דאקטאר" (מיט אן א') איז א געלערנטער וואס האט א דעגרי, א דאקטאראט.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 06, 2012 12:41 am

שרגא, ס'איז אינטערעסאנט וואס די זאגסט, ווייל אין ענגליש זענען ביידע א doctor.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך שרגא » דינסטאג מערץ 06, 2012 1:18 am

יידל האט געשריבן:שרגא, ס'איז אינטערעסאנט וואס די זאגסט, ווייל אין ענגליש זענען ביידע א doctor.


אמת, אבער אין אידיש האט מען געמאכט דעם חילוק. די סיבה ווייס איך נישט. (אפשר ווייל מיר באניצן זיך נישט אזוי מיט'ן ארויסזאגן "דאקטאר אוו ..." נאר אלע זענען סתם "דאקטאר", האט מען געמאכט דעם חילוק. איך מיין אפילו אז דער "דאקטאר" אלס געלערנטער איז עלטער פון דעם "דאקטער" אלס רופא. אפשר עלמיר דארפן נאכקוקן די עטימאלאגיע, וועט מען עפעס געוואויר ווערן. אויב איז עס אויך אזוי אויף דייטש, וועט זיין גרינגער צו נאכקוקן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך שמואל שלום שלמה » דינסטאג מערץ 06, 2012 1:35 am

דאס וואס הירשל ציג שרייבט אז ר' יחיאל יעקב ווינבערג האט געזאגט אז אינעם טעזע איז פארהאן אפיקורסות איז שקר וכזב, עס לאזט זיך בכלל נישט גלויבן. איך האב גראדע געקענט דעם ר' יצחק היילברוין, א טייער איד געווען. אדער איז נישט אמת אז ער האט די מעשה פארציילט, אדער האט ער געזאגט ליגן. "פה קדוש איך יאמר דבר זה?!"
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך הירשל ציג » דינסטאג מערץ 06, 2012 11:42 am

רשש"ש
איר האט דורכגעלייענט דעם גאנצען דיסערטאציע אז איר ווייסט זיכער?
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך שמואל שלום שלמה » דינסטאג מערץ 06, 2012 11:55 am

הירשל ציג האט געשריבן:רשש"ש
איר האט דורכגעלייענט דעם גאנצען דיסערטאציע אז איר ווייסט זיכער?

ניין, כ'האב נישט. איר האט דאס דורכגעליינט? אויך מסתמא נישט. זענען מיר דאך ביידע אייניג. עס קען נישט זיין אז ס'דא דארט אפיקורסות. שאפראנער רב זצ"ל איז געווען קדוש מרחם אמו.
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך kitov » דינסטאג מערץ 06, 2012 12:39 pm

שמואל שלום שלמה האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:רשש"ש
איר האט דורכגעלייענט דעם גאנצען דיסערטאציע אז איר ווייסט זיכער?

ניין, כ'האב נישט. איר האט דאס דורכגעליינט? אויך מסתמא נישט. זענען מיר דאך ביידע אייניג. עס קען נישט זיין אז ס'דא דארט אפיקורסות. שאפראנער רב זצ"ל איז געווען קדוש מרחם אמו.

Everyone knows that he was a holy man, but who told you that? cant he be very holy and not from birth? except if you know for sure, so the question is from where do you take that info ?קדוש מרחם אמו
kitov
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:23 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך קארל » דינסטאג מערץ 06, 2012 3:53 pm

א הערליך שטיקל, יידל.
אומגלויבליך וואס מ'קען היינט אלץ אפיר קראצן.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » דינסטאג מערץ 06, 2012 4:43 pm

דערווייל איז אלעס שפעקולאציעס. איז דא איינער וואס האט דורכגעליינט דעם א.ג. "דיסערטאציע" פון הרה"ק משאפראן זי"ע?! פארוואס זאל איך אננעמען בלבולים בלויז אויף מעשיות וואס עפעס א בעל-קורא אין פאפא האט אפשר אמאל געזאגט? דערווייל, ווי לאנג איך זע נישט קיין קלארע איבערטייטשונג פון דעם גאנצן ביכל (ספר?), גלייב איך נישט קיין איין ווארט. דער שאפראנער רב ז"ל איז געווען א געוואלדיגער איש קדוש, למעלה מהשגותינו. עס איז קלאר אז אזא שטייגער צדיק ווי ער איז געווען קען מען נישט זיין נאכ'ן שטודירן "פילאזאפיע" אין דייטשע קאלעדזשעס און שרייבן א.ג. אפיקורסות. רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואלט אזא איינעם קיינמאל נישט אריינגעלאזט צו זיך אין ישיבה!
עס איז קלאר הוילע לופט, געבויט דורך סענזאציע הונגעריגע מענטשן וואס ווילן פיטערן דעם עולם מיט בלבולים אויף צדיקי אמת. פינטל.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 06, 2012 4:48 pm

אומר ועושה געגעבען פון א איד וואס איז באהווענט אין דעם שפראך, אינמיטען ליינען לייגט ער דאס אראפ, זאגענדיק "ס'נישט פאר דיר צו וויסען, ס'נישט געמאכט געווארען פאר א חסידישע יונגערמאן", דאס האט עפעס א אויפגעקלערטע געשריבען", ווייז איך אים דעקל אז דאס האט דער שאפראנ'ער רב געשריבען, ער רעגט זיך אויף אויף מיר אז דאס קען נישט זיין, ערשט דעמאלס ווייזט ער מיר פארוואס דאס קען נישט ווייל דא שטייט אזוי אין דא שרייבט ער דאס.

וואס איך נעם ארויס פון דעם, איז וויבאלד אונז היינט צו טאגס קען מען איהם אלס די שאפראנ'ער רב בה"א הידועה, אבער תר"פ איז ער דאך נאך נישט געוועהן שאפראנ'ער רב נאר שמעון פאזען, וואס האט געוואלט באקומען א דאקטעראט, אן דעם וואס ער זאל א מאהל חלום'ען אז דאס גייט אנקומען צו אונזער הענט, דאס האט געדארפט בלויז צו זיין פאר די פראפעסער אין פארטיק, האט ער צו זיי אפגעשריבען אויף זייער נוסח, אבי צו באומען דעם נויטיגע פאפירען, עס איז אים אין בייזען חלום נישט איינגעפאלען אז אין בלויז עטליכע יאהר וועט זיך זיין השקפה גאנג טוישען אויף אייביג, דורך תורת החסידות.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2677
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 06, 2012 6:00 pm

דולה, עפעס א שטיקל רמז איבער וואס די טעזע איז?

איך פארשטיי אז דאס איז טאקע בכלל נישט דער "שאפראנער רב" מיטן ה"א הידיעה וואס האט געשריבן דעם טעזע, ער איז דאן געווען אן אנדערע מענטש, און אדרבא, דאס ברענגט נאר ארויס דאס פארקערטע פון וואס שש"ש האט לעיל געשריבן אז עס עס קען נישט זיין אז שאפראנער רב זאל האבן אזוינס געשריבן ווייל ער איז געווען א איד א קדוד - אדרבא! דאס צייגט אונז זיין גדולות, וויאזוי פון א פראפעסאר אויף פילאסאפיע איז אויסגעשטיגן אזא דערהויבענער איד!
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » דינסטאג מערץ 06, 2012 6:04 pm

יידל האט געשריבן:דולה, עפעס א שטיקל רמז איבער וואס די טעזע איז?

איך פארשטיי אז דאס איז טאקע בכלל נישט דער "שאפראנער רב" מיטן ה"א הידיעה וואס האט געשריבן דעם טעזע, ער איז דאן געווען אן אנדערע מענטש, און אדרבא, דאס ברענגט נאר ארויס דאס פארקערטע פון וואס שש"ש האט לעיל געשריבן אז עס עס קען נישט זיין אז שאפראנער רב זאל האבן אזוינס געשריבן ווייל ער איז געווען א איד א קדוש - אדרבא! דאס צייגט אונז זיין גדולות, וויאזוי פון א פראפעסאר אויף פילאסאפיע איז אויסגעשטיגן אזא דערהויבענער איד!

די מעשה באקומט שוין א בארד!! וואו זעט מען אז ער זאל האבן געווען א פראפעסאר אויף פילאזאפיע, לכל היותר, אויב איך זאל אננעמען די האלבע רומערס וואס ר' הירשל פארקויפט, איז ער געווען א סטודענט פון פילאזאפיע. און ווי געזאגט פריער, דערווייל גלייב איך גארנישט פון די מעשה.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 06, 2012 6:11 pm

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:דולה, עפעס א שטיקל רמז איבער וואס די טעזע איז?

איך פארשטיי אז דאס איז טאקע בכלל נישט דער "שאפראנער רב" מיטן ה"א הידיעה וואס האט געשריבן דעם טעזע, ער איז דאן געווען אן אנדערע מענטש, און אדרבא, דאס ברענגט נאר ארויס דאס פארקערטע פון וואס שש"ש האט לעיל געשריבן אז עס עס קען נישט זיין אז שאפראנער רב זאל האבן אזוינס געשריבן ווייל ער איז געווען א איד א קדוש - אדרבא! דאס צייגט אונז זיין גדולות, וויאזוי פון א פראפעסאר אויף פילאסאפיע איז אויסגעשטיגן אזא דערהויבענער איד!

די מעשה באקומט שוין א בארד!! וואו זעט מען אז ער זאל האבן געווען א פראפעסאר אויף פילאזאפיע, לכל היותר, אויב איך זאל אננעמען די האלבע רומערס וואס ר' הירשל פארקויפט, איז ער געווען א סטודענט פון פילאזאפיע. און ווי געזאגט פריער, דערווייל גלייב איך גארנישט פון די מעשה.

הרב פריעד, איר האט מיר געכאפט ביים ווארט. כ'האב געמיינט צו זאגן דאקטאר פון פילאזאפיע.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 06, 2012 11:08 pm

מיר טרעפען:
רבי מאיר שפירא
דער ריישא רב
רבי עקיבא סופר בעל דעת סופר

די ליבאוויטש רבי
רבי יצחק הוטנער
רבי יוסף דוב סולאווייטשיק

כמה רבנים חשובים מאוד מפורסמים אין אונגארען האט געהאט א דאקטעראט, צו וועגען מיליטער, צו פאר פראטעקציע סיבות, ועוד (איך רעד נישט פון געפעלטשטע)
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2677
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מערץ 08, 2012 2:50 am

דולה ומשקה האט געשריבן:מיר טרעפען:
רבי מאיר שפירא
דער ריישא רב
רבי עקיבא סופר בעל דעת סופר

די ליבאוויטש רבי
רבי יצחק הוטנער
רבי יוסף דוב סולאווייטשיק

כמה רבנים חשובים מאוד מפורסמים אין אונגארען האט געהאט א דאקטעראט, צו וועגען מיליטער, צו פאר פראטעקציע סיבות, ועוד (איך רעד נישט פון געפעלטשטע)

קענסט אפשר אביסל מער מאריך זיין איבער די ערשטע דריי?
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3785 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג מערץ 11, 2012 10:27 pm

שמועה שמעתי אז די שטאט שאפראן ווען מען האט געזוכט א רב און גערעדט איבער הרב פאזן האבן זיי שואל עצה געווען ביי רבי חיים אלעזר פון מונקאטש "מיר קלערן צו ער איז פאסיג, ער איז א דאקטאר....... האט דער מונקאטשר רב געענטפערט "שאפראן קען נוצן א גוטן דאקטאר........"
איך האב גערעדט מיטן שאפראנער רבס זון, וכפי הנראה פלאנירן זיי נאך נישט צו טוישן די סדר הלימודים אז עס זאל זיין מער צוגעפאסט צום תורת אלפס דאקטאראט, אפשר מיט די צייט, ימים ידברו.....
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4217 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 12, 2012 1:30 am

יאנקל האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:מיר טרעפען:
רבי מאיר שפירא
דער ריישא רב
רבי עקיבא סופר בעל דעת סופר
קענסט אפשר אביסל מער מאריך זיין איבער די ערשטע דריי?


די ערשטע צוויי זענען געוועהן אין די 'סיים' דהיינו מיטגלידער און דער קאנגרעס פין פולין, אין דער דעת סופר און אונגארען.
כדי צו זיין א חבר אין די פארלעמענט האט מען געמיזט מטעם די רעגירונג האבען א אפציעלע דיפלאמע אין כעין אזא סארט דאקטעראט אין היסטורי' אין דיפלאמאטיע אין נאך פארשידינע אקאדעמיעס, די דריי האבען דאס געהאט.
די חוקרים וואס האט געטראפען פונעם שאפראן'ער רב, קען אוודאי געוויס טרעפען פון די אויבערדערמאנטע, זיי זענען למעשה געוועהן קאנגרעסס מיטגלידער.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2677
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך סאסוב » מאנטאג מערץ 12, 2012 2:42 am

דאן קומט אויס לויט דיינע רייד אז אויך דער קראקאווער רב, רבי שמעון סופר במ"ס מכתב סופר האט געהאט א דאקטאראט,
יאך זאג נישט אז נישט, העי יו נעווער נאו.
סאסוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 12, 2012 11:36 am

סאסוב האט געשריבן:דאן קומט אויס לויט דיינע רייד אז אויך דער קראקאווער רב, רבי שמעון סופר במ"ס מכתב סופר האט געהאט א דאקטאראט,
יאך זאג נישט אז נישט, העי יו נעווער נאו.


כ'בין נישט זיכער צו בימיו פונעם קראקא רב האט מען מטעם דער רעגירונג גע'דארפט זיין אויסגעצייכענט מיט א דיפלאמע, אין האבען דעגרי אין היסטורי' דיפלאמאטיע, אין דאקטעראט אין שפראכען. אבער בתקופת די דריי אויבערדערמאנטע רבנים האט מען קלאר הן בפולין והן באונגארען צו זיין זיין א א מיטגליד אונעם 'סיים' אדער אונעם פארלאמענט, האט מען געדארפט האבען די ריכטיגע פאפירען, דאס האט מען נישט געקענט פעלטשען וכיו"ב, דאס האט נאר געקענט זיין הונדרעט פרעצענט אויס געהאלטן.

דער נייגער איז וואס האט זיי געשטיפט, און אויף וואס ארויף זענען זיי אדורך געגאנגען די אלע פראדוצירען, צו ווערען א מיטגליד.

ס'אינטרעסאנט ווי שטרענג אין דעם זיי זענען געוועהן אז א מיטגליד פונעם קאנגרעסס האט געמיזט זיין א הויכע דורך געלערנטע מענטש, וואס צייכנט זיך אויס אין כל הפחות עטליכע געביטען, לעומת זה אונעם היינטיגען אמעריקא מטעם 'פרייהייט', קען יעדער איינער נישט קיין נפק"מ ווי אומבאלערענט און אומבאוויסענד ער איז.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2677
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג מערץ 12, 2012 4:01 pm

עס קוקט אויס אז דו מאכסט דיסערטאציע דיסערטאציע לגזירה שוה. הרב פאזען האט דאך קלאר שטודירט אין אוניווערסיטעט, משא״כ די אנדערע גלייב איך אז נישט. אויב יא, אדרבה, דערצייל די פרטים.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3785 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 12, 2012 9:12 pm

יאנקל האט געשריבן:עס קוקט אויס אז דו מאכסט דיסערטאציע דיסערטאציע לגזירה שוה. הרב פאזען האט דאך קלאר שטודירט אין אוניווערסיטעט, משא״כ די אנדערע גלייב איך אז נישט. אויב יא, אדרבה, דערצייל די פרטים.


ס'גייט מיר זיין זייער שווער צו גלייבען אז זיי זענען געגאנגען אין יוניווירזטעט אפילו פאר א קורצע זמן, איז אדער האבען זיי געלערנט פריוואט וכיוצ"ב, אין מיט זייער גרויסע קעפ, מיט זייער גמרא קאפ, שנעל תופס געוועהן, זיי האבען געשריבען זייער דזעזיז אין עקסאם פונקט ווי להבדיל זייערע פלפולים, אין דער גויעשע פראפעסערס זענען ארויס פון די כלים.

מן הסתם דארפען זייער פאפירען זיין ערגעץ ווי אין די שטעטישע ארכיוון, לכאורה נאך א גוטע פארש ארבעט וועט עס פון ערגעץ ווי אפיר קומען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2677
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך אברבנאל » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:31 pm

מיר האבן דאך א קיימא-לן ווי שטייט אין פרק אז אינו דומה נייר חדש צו נייר מחוק. נו, ווען מיר ווילן שעפן תורה וחכמה פונעם געשעצטן גאון דער שאפראנער רב וואלטן מיר געדארפט שטעלן דעם פונקט אויף זיינע יונגע חידושים ווען ער האט נאך געשפריצט מיט ערנעגיע. אשר על כן כדי לעורר היראים לעסוק ולעמוק בהדיסרטציה שבוודאי עולה באין ערוך לספרו הנודע תורת אלף וואס איז נישט מער ווי א קבוצת מכתבים פון זיינע יארן נאך וואגלנישן און דרייענישן אין מונקאטש און אין סאטמאר.
יידן, גענומען און געטון, לאמיר דא טאקע אין קאווע שטיבל צימבלען דעם הייליקן חיבור ופונעם הייליקן רב זי״ע
אברבנאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:11 am

נו אברבנאל, איך גלייב אז מיט דיין קענטעניס פון שפאניש קענסטו אונז נישט העלפן פארשטיין הרב פאזענ'ס דיסערטאציע. מיר ברויכן אן איבערזעצונג פון דייטש. אויב עמיצער קען אפילו או-סי-אר'ן דעם פייל, און מיר וועלן האבן די טעקסט, קען מען דאך שוין נוצן מורינו ורבינו ר' גוגל שליט"א, אז ער זאל אונז געבן א בערכ'דיגע איבערזעצונג.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3785 מאל

Re: שאפראנער רב'ס דיסערטאציע

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » מאנטאג מערץ 19, 2012 9:31 pm

קוקט אויס אז די אלע חכמים וועלכע מיינען אז די א.ג. "דיסערטאציע" וועט מבאיש ריחו זיין פון הרה"ק משאפראן זי"ע האבן מורא עס איבערצוזעצן, ווייל מ'וועט זען אז ס'פארמאגט גארנישט פראבלעמאטיש, און די באלאן וועט קראכן...
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

נעקסט

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט