היסטאריע! וידיאו פון דעם חפץ חיים ז"ל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

הודעהדורך נופת צופים » מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:53 am

מנחם האט געשריבן:
מרקד אתלת האט געשריבן:דאס איז נישט די צורה פון די באקאנטע בילד פון ח"ח

קלאר די זעלבע.

קלאר די זעלבע. אבער ס'איז נישט מוכרח אז דאס איז דער חפץ חיים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נופת צופים אום מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:55 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 740 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 782 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:54 am

מרקד אתלת האט געשריבן:דאס איז נישט די צורה פון די באקאנטע בילד פון ח"ח
אויך דאס וואס מען שרייבט אז דער בחור איז רבי שלמה מבאבאוב צ"ע

קיין צווייפל אלע דריי זענען די חפץ חיים.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_2015-02-22-23-31-00-1-1.png
סקרינשאט אין וויען .
Screenshot_2015-02-22-23-31-00-1-1.png (203.25 KiB) געזען געווארן 1841 מאל
201021_1931718157_jpg.jpg
פאספארט בילד.
201021_1931718157_jpg.jpg (25.14 KiB) געזען געווארן 1841 מאל
חפץ_חיים.jpg
באוואוסטע געמאלענע בילד.
חפץ_חיים.jpg (24.85 KiB) געזען געווארן 1841 מאל
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:24 am

איך מיין אז מען זעהט אויך ר'מאיר שפירא זצ"ל
מאכט סענס?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1673
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:38 am

ישראל קאפקע האט געשריבן:
פישלע העררינג האט געשריבן:אויב איז דאס רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן, און נישט דער שוחט, איז די באקאנטע בילד נתאמת. אויב איז דאס דער שוחט דאן איז נתאמתו דברי הליוזנאי.

בין כך ובין כך, תשו"ח לונבנתה העיר!

מען באגלייט אים ווי די זקן צדיקי הדור, נישט ווי א ליאזשנער קצב!


בשעת דער ליאזשנער האט געהאקט האט מען נאך געקענט צווייפלען, היינט דארף מען קריכן אויף די רעדער פון מרכבות פרעה צו זאגן אז עס איז נישט דער חפץ חיים.

אפילו בשעת דער ליאזנער האט געהאקט, זענען נארמאלע מענטשן נישט נתפעל געווארן פון דעם לץ...! מ'האט אייביג געהאלטן אז די באקאנטע בילד איז אויטענטיש. פון חפץ חיים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8987 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:34 am

אזא שטרענגע גבאי האט דער ח"ח געהאט?
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך מוזיקאנט » מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:32 am

איבעראשענד!!

מערקטס אן ווי גלייך ביים אנהויב שאקלט ער אפ זיין גבאי וואס וויל איהם פיזיש אנהאלטן ביי די הענט. ער מאכט אזא תנועה מיט די פלייצעס און גליטשט יענעם אראפ.

זיינע טריט זענען די טריט פון א ראש ישיבה / גדול הדור וואס האט ביטוח עצמי אז מען וועט איהם נישט ארומשטיפען אפילו אז ער קוקט נישט ווי ער גייט.

יענער הויכע יונגערמאן מיט דער ברייטע קאפאלוטש איז געוויס "נישט" מהר"ש השני מבאבוב. א) מהר"ש איז געבוירן תרס"ח, און אין תרפ"ג איז ער געוועהן א 15 יעריגע בחור'ל, זיכער נישט א שליח מיוחד צום כנסיה. ב) מהר"ש איז געגאנגען אנגעטוהן מיט שווארצע שיך נ' זאקן, מה שאין כן יענער אויפ'ן ווידאו. ג) מהר"ש האט געהאט שארפע בולט'דיגע פנים פיטשערס, יענער האט מער א רונדיגע און ווייניגער טשיסעלד פנים.
מוזיקאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 10:36 am

יישר כח ונבנתה די הרגשים וואס מען שפירט ביי זעהן די ווידיאו קען מען נישט אראפ שרייבן די מחשבה לויפט מוראדיג שנעל
איך וואלט גיקענט אראפשרייבן צעהן בלעטער פון וואס איך האב אלץ געטראכט בשעת'ן זעהן די ווידיאו סיי די רבנים און סיי די פשוטי המון עם
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1511
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6764 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך מרקד אתלת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 10:54 am

לאמיר אנפאנגען: די געפיל וואס וואלטן די מענטשן מיט זייער גאנצע מעכטיגקייט געטראכט ווען זיי זאלן וויסן וואס גייט קומען אויף זיי און אפאר יאר
די זריזות מיט וואס די רבנים גייען
די תמימות'דיגע ערנסקייט אין די אידאלגיע וואס שיינט ארויס פון זייערע פנים.
די שטאלצקיט און מעכטיגקייט וואס דערקענט זיך אויף די ראשי העסקנים איז עפעס וואס מעזעט נישט היינט
ועל כולם די יראת הכבוד פארן פאטעגרעפער
מרקד אתלת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:12 pm

א גרויסן יישר כח, ונבנתה. נישטא קיין ווערטער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8151 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:23 pm

ואני, בתומי, בין אין שאק ווי די וועלט דרייעט זיך דערמיט, און עס פאלט קיינעם ביי צו געבן קרעדיט פארן מקור ראשון.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3690
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7435 מאל

הודעהדורך מרקד אתלת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:24 pm

מען האט דאך געוואלט געבן קרעדיט, ובאו העצמות העבשות און מען האט דאס אויסגעמעקט
און פון ווי נעמט דאס מקור ראשון אליינס?
מרקד אתלת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך בר דעת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:33 pm

ישר כח ונבנתה, עס קומט דיר קרעדיט, אדער די האסטו עס אויך באקומען פון איינעם און געפארווארדט?
אויב קומט דיר די קרעדיט וועל איך שוין מפרסם זיין ווי איך קען. און עס קומט דיר באמת, כל הכבוד
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:37 pm

איינער האט עס שוין געטראפן א צייט צוריק און געהאלטן דעם סוד ביי זיך מחמת חשבונות.

א חבר מיינער האט עס געטראפן נעכטן און איך האב עס מפרסם געווען פאר די וועלט.

עס וועט קיין שום וואטסעפפ וכו' זיין פאר די זייגער פון דעם אשכול.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3690
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7435 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:40 pm

ווען דו געבסט עס מיך פריער לייג איך ארויף א וואטער-מארק "כל הזכויות שמורות ל@ונבנתה העיר, www.kaveshtiebl.com" איבער'ן גאנצע ווידיעא. חבל.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:41 pm

עס איז נישט שייך קיין כל הזכויות שמורות אויף א ווידעא וואס איז אין פאבליק דאמעין.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8151 מאל

הודעהדורך בר דעת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:42 pm

ישר כח ונבנתה, און ווער עס האט א ניק אויף אייוועלט מוז שרייבן אז די קרעדיט איז ונבנתה און אזוי איבעראל ווי עס ערשיינט, א הארציגן דאנק ונבנתה, באמת, האסטו באשאנקען די חרדישע וועלט מיט איינער פון די גרעסטע גילויים אין די לעצטע דור, באמת, תודה רבה
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:46 pm

כ'האב יעצט באקומען דעם ווידעא אויף אימעיל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8151 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:22 pm

דרעזנער האט פופקא און די ליאזשנער אויף קול מבשר # 1 1 4 איבער די ווידיאו.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך בר דעת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:26 pm

וואס זאגן זיי?
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

הודעהדורך מרקד אתלת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:33 pm

הג”ר אברהם צבי פרלמוטר אב”ד ורשא ונציג אגו”י בסיים 0:27
האדמו”ר ר’ ישראל פרידמן מצ’ורטקוב 0:47
רשכבה”ג נשיא הדורות החפץ חיים זי”ע 0:57
מלווה בבנו מצד אחד ומצד שני נכדו הגר”א קפלן הי”ד 0:57
האדמו”ר מסוקולוב ר’ יצחק זליג מורגנשטרן הי”ד 1:47
הג”ר אשר מיכאל [דר. ארתור] כהן אב”ד באזל 1:57
הג”ר יהודא ליב צירלסון אב”ד קישנב הי”ד 2:05
הג”ר אלחנן וסרמן הי”ד 2:22
ר’ אשר מנדלסון מראשי אגו”י בפולין ונציג בסיים 2:28
הג”ר פנחס דר. קאהן אב”ד אנסבך 2:56
הג”ר טוביה הורויץ אב”ד סנוק 3:02
מורנו רבי יעקב רוזנהיים נשיא אגו”י 3:16
הג”ר אליהו [דר. ליאו] יונג רב ג’ואיש סנטר ניו יורק 3:55
הג”ר מאיר דר. הילדסהיימר מברלין 3:16
הרב שפיצר נציג אגו”י מהונגריה 3:58
הג”ר יחזקאל סרנא אח”כ ראש ישיבת חברון 4:13
רבי משה בלוי מירושלים 4:28
הג”ר טוביה דר. לוונשטיין אב”ד ציריך 4:34
קרעדיט א"ו
מרקד אתלת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:48 pm

ליאזנע רבי אויף קול מבשר
בול ש'ט #1: איך האב געוואוסט פון דער ווידעא פאר פיר און האלב יאר שוין.
ב''ש 2#: מזעט דערויף ר' מאיר שפירא.
ב''ש 3#: ער איז אנגעלאנט אויף צוויי תלמידים.
המשך יבוא.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7202 מאל

הודעהדורך מרקד אתלת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:50 pm

אפשר רעדט ער פון א אנדערע ווידאו גאר...
מרקד אתלת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:56 pm

בר דעת האט געשריבן:וואס זאגן זיי?

פופקא זאגט אזויווי ער האט געזאגט אייביג אז דאס איז זיכער יא דער חפץ חיים. זיין טאטע האט געלערנט ביים ח"ח פאר יארן, און אהיימגענומען דעם בילד וואס איז גענומען געווארן אין תרפ"ו פאר א פאספארט.

דער ליאזשנער האלט זיך ביי זיינער אז די בילד איז נישט די חפץ חיים, די קליפ איז יא. לויט אים איז עס אינגאנצן אנדערש. הערשט יעצט איז קלאר געווארן אז דאס איז נישט די חפץ חיים.
ער זאגט גאר 'אין שמחה כהתרת הספיקות'!
איי די קליפ און די בילד זענען דאך באשיינפערליך די זעלבע מענטש????

לויט אים נעמט זיך די טעות ווייל די קצב פון ראדין האט געהאט א קוזין אין ווארשע ביים אגודה הויפטקוואטיר, און ער האט געשיקט א בילד קיין ווארשע צום קוזין וואס מחמת סיבה האט מען געמיינט אז די שיינע בילד וואס איז אנגעקומען פון ראדין איז די ח"ח.

איי פארוואס האט די אגודה פארשפרייט דעם בילד אלס די ח"ח שוין נאכן זען אז די חפץ חיים וואס האט זיך באטייליגט ביים כנסיה איז א צווייטער????

פארוואס האבן זיינע תלמידים וואס האבן געלערנט ביי אים פאר פינף צען יאר נישט באמערקט אז דער איז גארנישט זייער ראש הישיבה זאגאר דער קצב אין שטעטל????

ציווישן גיט ער א ווארף אריין א שטעך קעגן די ליובאוויטשער רבי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישראל קאפקע אום מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:01 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:59 pm

נו וואס דען זאל ער זאגן? עס איז זייער שווער מודה צו זיין על האמת.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4036 מאל

הודעהדורך בר דעת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:05 pm

דער ליאזנער איז מלא סתירות און שקר, א מאדנער וואזשנער אידל, האלב פוןן זיין מוזעאום איז שקר און דמיון
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט