ישוב ארץ ישראל אין דער אידישער געשיכטע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

ישוב ארץ ישראל אין דער אידישער געשיכטע

הודעהדורך זורח » דינסטאג מערץ 03, 2015 5:08 pm

ישוב ארץ ישראל אין דער אידישער געשיכטע

געווען איז דאס אין דער תקופה ווען אימפעריאליזם איז נאך געווען אין דער מאדע, און איינע פון די גרויסע וועלטליכע אימפעריעס האט איינגענומען דעם שטח פון היסטארישן ארץ-ישראל. באלד ביים אייננעמען דעם שטח האט די קעניגרייך געלאזט אפדרוקן א דעקלעראציע צום אידישן פאלק, אז זיין מאיעסטעט זעט מיט א גוט אויג דעם געדאנק אז אידן זאלן זיך אומקערן צו דעם לאנד פון די אבות אויפצובויען זייער היסטארישע היים. יענע אימפעריע האט נישט צו לאנג רעגירט אויפ'ן שטח פון ארץ-ישראל, אבער גענוג לאנג אז זי זאל קענען ערלויבן די אידן זיך אומצוקערן אונטער איר שוץ.

נאך יענער היסטארישער דעקלעראציע האט זיך אנגעהויבן די ערשטע עליה קיין ארץ-ישראל, אבער גאנץ ווייניג אידן האבן זיך מיטגעכאפט מיט יענער עלייה. די אלע וואס זענען געקומען דעמאלט זענען געווען מערסטנס ארימעלייט און געפלאגטע פונעם גלות, און ס'איז שווער צו זאגן וויפיל פון זיי זענען באמת געווען געטריבן פון אידעאלאגיע. אביסל שפעטער האבן נאכגעפאלגט פרישע וואלן פון עליות, איינע נאך דער אנדערער, אבער אלע אינאיינעם זענען געווען נישט מער ווי עטליכע צענדיגער טויזנטער אידן. דער רוב פונעם כלל ישראל האט באשלאסן צו איגנארירן דעם רוף פון דער דעקלעראציע.

לאמיר זיך נישט נארן, א גרויסער טייל פון די נייגעקומענע קיין ארץ-ישראל זענען נישט געווען דוקא ערליכע אידן. ביים צוריקקומען צום הייליגן לאנד האבן זיי געפילט ווי דער עול פון אידישקייט איז מער נישט וויכטיג, און זיי האבן זיך נישט דערשראקן פון מחלל שבת זיין אין די גאסן פון ירושלים עיר הקודש. די רבנים וואס זענען מיטגעקומען מיט זיי אין פארלויף פון די עליות האבן זיך געערגערט ביים צוקוקן צום מצב פונעם דור, וויסנדיג אז דאס זענען שוין די "עולים" וואס האבן גענומען די קוראזש ארויפצוקומען קיין ארץ-ישראל און זי אויפבויען פון איר פוסטקייט. ס'האט גענומען א שיינע פאר יאר ביז מ'האט אנגעהויבן זען א רוחניות'דיגע בעסערונג אין ארץ-ישראל, אבער מיט דער השפעה פון די גייסטיגע מנהיגים האבן אלץ מער אידן אנגעהויבן תשובה טון.

דא האט זיך אבער דער נייער יישוב אנגעשטויסן אין א שטארקער פראבלעם. כאטש די דאמינירנדע אימפעריע האט טאקע מסכים געווען אז אידן זאלן ארויפגיין קיין ארץ-ישראל (אין גרויסן טייל צוליב אידישער מאניפולאציע, ווי מיר וועלן באלד זען), האבן זיך אבער די ארטיגע איינוואוינער קעגנגעשטעלט צו דער אידישער ווידער-אויפלעבונג מיט ציין און נעגל. זיי האבן ארויסגעשיקט בריוו צו דער אימפעריע, מיט נישט ווייניג אנטיסעמיטישע אויסדרוקן, בעטנדיג אז די פיאנערישע ארבעט פון די אידן זאל אפגעשטעלט ווערן תיכף ומיד, פאר דער טובה פון די ארומיגע איינוואוינער אין ארץ-ישראל, ווי אויך פאר דער טובה פון דער אימפעריע. פאלגנד איז אן אויסצוג פון אזא בריוו:
"ס'זאל זיין קלאר פאר דער געערטער מלוכה אז די אידן וואס זענען ארויפגעקומען פון צווישן אייך (!) צו אונז זענען אנגעקומען קיין ירושלים. זיי בויען דא אויף א צענטער פון רעוואלט און שלעכטס... זאל מען נאר נאכקוקן... וועט מען טרעפן אין היסטאריע ביכער אז זיי זענען שטענדיג געווען א מקור פון שאדן פאר קעניגרייכן און פראווינצן..."

נאך לענגערע פאר'עקשנ'טע דיפלאמאטיע וואס די ארטיגע איינוואוינער, הויפטזעכליך אראבער און שומרונים, האבן אנגעוואנדן קעגן די אידן, האט זיך די אימפעריע געבראכן און אפגעשטעלט די אידישע אקטיוויטעטן אין ארץ-ישראל אויף א צייטווייליגן אופן. די אידן פון זייער זייט האבן געלייגט דרוק אויף דער אימפערישער מלוכה, און מ'קען למעשה אנצייכענען איין מענטש וואס האט געשפילט גאר א גרויסע ראלע אין איבערצייגן די רעגירנדע אימפעריע אז זיי זאלן ווייטער ערלויבן דאס אויפבויען פונדאסניי די אלטע אידישע מלוכה, ווייניגסטנס ווי אן אויטאנאמיע אונטער דער אימפערישער מאכט.

דער אידישער עמיסאר מטעם דער אימפעריע איז ארויף קיין ארץ-ישראל מיט דער דריטער עליה, מאביליזירט מיט בריוו און דעקרעטן פון דער אימפעריע, אויפפאדערנדיג אז מ'זאל זיך נעמען ווייטער צו דער ארבעט מיט אלע כוחות. ווען די ארטיגע איינוואוינער האבן געזען אז זיי קענען נישט אפשטעלן די אידישע בויעריי מיט דיפלאמאטישע מיטלען האבן זיי אנגעהויבן זיך ווענדן צו אגרעסיווע מיטלען און טעראר. די דריטע עליה איז אבער גרייט געווען אויף דעם און האט זיך געלערנט צו ניצן געווער קעגן שונאים (די אקופירנדע אימפעריע האט זיי צוגעהאלפן מיט מיליטערישע הילף ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט צו אונטערדריקן די רעוואלט פון די ארטיגע עטנישע גרופעס), און אזוי האבן די אידן געמוזט ארבעטן אונטער א סכנה פון לעבן, "האלטנדיג אין איין האנט די בוי-געצייג און אין דער אנדערער האנט דעם ביקס".

ס'איז אודאי נישט לייכט געווען, וויבאלד מיר טארן למעשה נישט פארגעסן אז רוב כלל ישראל איז בכלל נישט מיטגעשטאנען מיט דעם גאנצן פראיעקט, פילנדיג אז ס'איז זיי זייער באקוועם אין גלות. דערנאך זענען נאך געווען אידן, אינערהאלב דעם יישוב אין ארץ-ישראל, וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די מחאות פון די ארטיגע עטנישע גרופעס (!) און געפאדערט אפצושטעלן די אידישע בוי-ארבעט. דער קעניגליכער אידישער עמיסאר, וועמען מיר האבן פריער דערמאנט, האט באקומען סטראשע-בריוו פון אייגענע אידן, און זיין לעבן איז אפט געווען אין סכנה, אבער ער האט זיך פאר קיין זאך נישט אפגעשטעלט, וויסנדיג אז דער גורל פונעם אידישן פאלק ליגט אין זיינע הענט.

אין די יארן פונעם קאנפליקט האבן זיך אידן געפילט מער געזיכערט צו וואוינען טיף אינעם לאנד, נישט אין דער געגנט פון ירושלים, אבער היות אז ירושלים איז דאס הארץ פונעם אידישן פאלק האט נישט געקענט זיין קיין פראגע וועגן עס פארלאזן. דער הויפט ציל פון דער גאנצער עלייה איז פאקטיש געווען ירושלים, און דערפאר האבן זיך די אידן איינגעטיילט צווישן זיך מיט א גורל ווער ס'זאל בלייבן וואוינען אין די שעדליכע געגנטער, ארומגענומען מיט שוץ פון געווער, כדי דערמיט אראפצושטעלן א פאקט פאר די ארטיגע איינוואוינער אז אידן זענען דא צוריק אין זייער היימלאנד, און קיין שום כח וועט זיי נישט קענען פארטרייבן.

***

ווייסט איר ווען די געשיכטע איז זיך פארלאפן? איך ווייס נישט וואס א מחשבות זענען אייך דורכגעלאפן אין קאפ בשעת'ן ליינען, האפנטליך זענט איר נישט געפלויגן צו ווייט, ווייל בסך הכל האבן מיר דערציילט די געשיכטע פון שיבת ציון בזמן בית שני, אין די צייטן פון זרובבל, עזרא און נחמיה. די אימפעריע וואס האט ארויסגעגעבן די דעקלעראציע איז געווען די פרס'ישע אימפעריע, אויף וועמען דער פסוק זאגט "העיר ה' את רוח כורש מלך פרס", אז דער באשעפער האט אינעם קעניג אריינגעבלאזן דעם גייסט צו רופן דאס אידישע פאלק צו גאולה, "לבנות לו בית בירושלים אשר ביהודה. מי בכם מכל עמו, ה' אלוקיו עמו ויעל".

אין דער ערשטער עליה איז ארויפגעגאנגען זרובבל מיט א קליינער גרופע פון אידן, אבער דאס איבריגע פאלק האט זיי נאר געשטיצט מיט געלט (עזרא א, ו). באלד ביים ארויפקומען האבן יענע אידן אויפגעשטעלט א מזבח אויפ'ן הר הבית און אנגעהויבן מקריב זיין קרבנות, אבער ווען זיי האבן געוואלט בויען א בית-המקדש האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין ארטיגע שטערונגען, וואס זענען געווען געצילט קעגן דער אידישער אנוועזנהייט אין ירושלים, ווי מיר וועלן באלד זען. אינעם בריוו וואס איז געשיקט געווארן צום קעניג אין פרס, האבן די שונאים געשריבן אז זיי ציטערן פון דעם אז ירושלים זאל נישט צוריק אויפגעבויט ווערן. (דער בריוו איז לייכט מאדיפיצירט געווארן פריער. פאר'ן פונקטליכן לשון זע: עזרא ד, יב-טו.)

ווי א רעזולטאט פון די דיפלאמאטישע באמיאונגען פון די ארטיגע איינוואוינער איז אפגעשטעלט געווארן די אידישע בויעריי, און פארשטייט זיך אז דאס האט אנטמוטיגט ווייטערע עליות פון בבל. הערשט אין דער צייט פונעם קעניג דריוש האבן די אידן פארגעזעצט מיטן בויען, נאכדעם וואס די נבואות פון חגי און זכריה האבן זיי געמוטיגט אנצוגיין מיט דער ארבעט, און נאך א פרישן משא-ומתן מיט דער אימפעריע איז געגעבן געווארן א גרינע ליכט צו גיין ווייטער, טראץ דעם אויפברויז פון די ארטיגע איינוואוינער.

די צווייטע עליה איז געווען אין דער צייט פון עזרא (אינעם זיבעטן יאר פונעם קעניג ארתחשסתא), און די דריטע עליה איז געווען פערצן יאר שפעטער, אנגעפירט דורך נחמיה. נחמיה איז געווען א הויכער אנגעשטעלטער ביים קעניג ארתחשסתא און ווען ער האט באקומען ידיעות איבער דעם שרעקליכן אויסזען פון ירושלים, וואו א איד קען ניטאמאל וואוינען צוליב פחד פון די ארומיגע איינוואוינער, האט ער געבעטן דעם קעניג אורלויב פון זיין ארבעט און איז ארויף קיין ארץ-ישראל מיט פרישע בריוו און מיליטערישע באגלייטונג (נחמיה ב). ווער זענען געווען די וואס האבן געשטערט די ארבעט אין ארץ-ישראל? דער פסוק דערמאנט די נעמען פון אפאר יחידים וואס האבן אנגעפירט מיט די שטערונגען, אבער ס'איז אינטערעסאנט אז די אראבער פיגורירן צווישן די עטנישע גרופעס וואס האבן געלייגט פיס (נחמיה ד, א). מסתא מיינט מען דערמיט די בעדואינער.

נחמיה האט טרענירט די אידן צו שטעלן א ווידערשטאנד מיט געווער (נחמיה ד, ז), ביים אויפבויען די מויערן פון ירושלים. מיר קענען זיך קוים פארשטעלן ווי שווער דאס האט געדארפט זיין, אבער די העראאישע אקטן פון יענע אידישע פיאנערן זענען פארשריבן אויף אייביג אין די פסוקים פון נחמיה (שם, יא) "הבונים בחומה... באחד ידו עושה במלאכה ואחת מחזקת השלח". אויף אידיש טייטשט דאס: "אין איין האנט א האמער, אין דער אנדערער א ביקס..." מ'דארף אודאי געדענקען אז שולדיג אינעם קאנפליקט זענען יענע וואס האבן נישט געוואלט אריינלאזן די אידן און האבן ביי זיך געשוואוירן זיי אומצוברענגען, וואס דאס האט געצוואונגען די אידן אין יענער צייט זיך צו פארטיידיגן מיט געווער, כאטש מ'האט דאס אודאי נישט געוואלט.

***

פון דער אנדערער זייט איז איינגעקריצט אין פסוק נאך א גרופע פון אידן, וואס האבן פאקטיש געשטעלט פיס צו דער שיבת ציון. נחמיה דערציילט וועגן זיי, "אין יענער צייט האבן די מנהיגים פון יהודה מיר געשריבן מערערע בריוו וועגן טוביה (איינער פון די פראמינענטע אנפירער פון דער רעוואלוציע קעגן אידן, וואס האט אויך פרובירט צו הרג'ענען נחמיה'ן), און בריוו פון טוביה איז געקומען צו זיי. ווייל אסאך מענטשן אין יהודה האבן געשוואוירן געטריישאפט צו אים..." (נחמיה ו, יז-יח)

אין די צייטן פון אומרואיגקייט איז דאס גיין וואוינען אין ירושלים געווען פארבונדן מיט סכנות, ווי געזאגט פריער, אבער כדי צו קענען שאפן דארט א אידישן צענטער האט אויסגעפעלט בייצוקומען די ריזיקעס, און באזעצן די שטאט מיט ווי מער אידן. דאס פאלק האט אנערקענט די מסירות נפש פון די וואס האבן וואלונטירט צו גיין אהין וואוינען און האט זיי באווארפן מיט ברכות (שם יא, א-ב). אזוי האט זיך צוביסליך אויפגעבויט די הייליגע שטאט, שאפנדיג דערמיט די אבן-הפינה פאר דער שיבת ציון, וואס האט פאמעליך נאכגעפאלגט אין די קומענדיגע הונדערט יאר, ביז דאס לאנד איז ווידעראמאל באזעצט געווארן מיט מיליאנען אידן.

איבער דעם רוחניות'דיגן מצב פון די אידן אין יענע ערשטע יארן קענען מיר באקומען א שטיקל בליק פון דעם וואס נחמיה האט זיך געמוזט שלאגן מיט די סוחרים וואס זענען געקומען פארקויפן סחורה אום שבת אין ירושלים. "אין יענע טעג האב איך געזען אין יהודה ווי מ'ארבעט אינעם פּרעס אין שבת, מ'ברענגט בינטלען, מ'לאדנט עס אן אויף די אייזלען... און מ'פארקויפט אום שבת פאר די מענטשן פון יהודה, ווי אויך אין ירושלים. איך האב מיך געקריגט אין דעם ענין מיט די אריסטאקראטן פון יהודה... (נחמיה, יג, טו-יח)" דער סוף איז געווען אז די השפעות פון עזרא בשעת דער צווייטער עליה, און נחמיה בשעת דער דריטער עליה, האבן אסאך געווירקט אויף דער פארבעסערונג פונעם פאלק אינעם רוחניות'דיגן שטאנדפונקט.

אין דער תפילה וואס אידן האבן געדאוונט אינעם בית-המקדש האבן זיי געקרעכצט אויף דעם וואס זיי דארפן נאך זיין אונטער א פרעמדער הערשאפט (נחמיה ט, לז), אבער לאנג האט שוין נישט גענומען ביז דער גלאנץ פונעם אידישן פאלק איז צוריקגעקומען. ס'האט גענומען מער פון הונדערט יאר נאך דער כורש דעקלעראציע, ביז מער און מער אידן זענען צוריק, און די חשמונאים האבן ענדליך געוואונען די מלוכה אין ארץ-ישראל. דעמאלט איז שוין דאס גאנצע לאנד געווען אנגעפולט מיט קינדער פון יהודה, און דערמיט האבן אידן געשאפן צום ערשטן מאל דעם גרעסטן נס אין היסטאריע, זייענדיג דאס איינציגע פאלק וואס איז פארטריבן געווארן פון א לאנד און איז דערנאך צוריקגעקומען אהין, זיך צו באזעצן ווידער אויף איר אלטער ערד.



Zoreiach.com - חסידים פאר ישוב ארץ ישראל
בייגעלייגטע פיילס
YishuvEretzYisrael_History.pdf
(229.47 KiB) אראפגעלאדנט 46 מאל
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט