דורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג אפריל 27, 2015 2:36 pm
במשך הדורות זענען געווען צענדליגער פירער'ס פונעם אידישן פאלק וואס זענען געזיצן אין תפיסה עפ"ר פארן בלויזן חטא פון זיין א טארגעט ,
איך וועל דא אויס רעכענען בקיצור א טייל פון די וואס זענען געזיצן פארשפארט אינטער גראטעס ,
1. יוסף הצדיק [פון די טעקסטס פון יענע יארן שטייט אז עס האט זיך אנגעהויבן דורך א ברודער סכסוך , ]
2. דניאל וחביריו ,
3. התנא ר' עקיבא ,
4. זרובבל בן שאלתיאל (ער איז געבוירן צו זיין טאטען אין תפיסה)
5. עשרה הרוגי מלכות ,
6. האמורא רב עליש (גמ' בגיטין),
7. רבינו גרשום מאור הגולה ,
8. מהר"ם מראטענבערג ,
9. הר"ן ותלמידו רב חוסדאי און די ריב"ש [ זיי זענען געזיצן אין תפיסה אין שטאט בארצעלאנע בשנת קכ"ז ]
10. דער הייליגער תוס' יו"ט . (תעיין בספרו מגילת איבה שם מספר על כל צרותיו) ,
11. מהר"י מברונא [ אין שטאט רגענשבורג בשנת רל"ד ] ,
12. די הייליגע רייצע'ס ברודער ר' חיים דער קאמינקער רב און זיין ברודער ר' יושע , [ דאס האט זיך אפגעשפילט בשנת תפ"ח אין די איצטיגע ספירה טעג אין שטאט לעמבערג.
אנגעהויבן האט זיך עס דערנאך וואס א געשמד'טע איד מיטן נאמען יוהאננעס פיליפאוויטש האט באשלאסן זיך אומצוקערן צום אידישן גלויבן. דאס האט געווענליך באדייט באקומען טויט שטראף ! געבליבן פאר אים איז נאר צו אנטלויפן קיין לעמבערג מיט א צווייטן נאמען. עס האט נישט גענומען לאנג אין די חברה גוים אין לעמבערג זענען דערגאנגען זיין אידענטיטעט , דארט אין לעמבערג האבן זיך געדרייט א גרויסע צאל פון די פארשאלטענע יעזואיטן קריסטן וואס האבן גערוידפט די אידן נאכאנאנד מיט שרעקליכע בילבולים ( זיי האבן שוין געהאט אן אלטע חשבון פון שנת תמ"א זיך אפצורעכענען מיט די פאראזיטן דערנאך וואס זיי האבן שוין געהאט אנעקסירט דעם באקאנטען טורי זהב שול איז עס געווארן באפרייט דורך דער שתדלנות'טע גאלדענע רויזא דער שנור פון ר' איציק שרענצעליס דער מייסד פונעם שול , און זיי האבן זיך געמוזט צירוק קערן צו זייער אלטע קורכע (וואס פון דארט איז באוואסערט געווארן דער סאברע דעם רשע באגאדאן כאמילנעצקי דער פירער פון די באנדע בשנת ת"ח ות"ט )
אקיצור די גוים האבן דאן ארעסטירט דעם משומד מיט נאך רבנים אין שטאט וואס האבן נישט באוויזן צו אנטלויפן צווישן זיי די רייצא'ס ברודער נישט לאנג נאך דעם האבן זיי ארויס געגעבן דעם שוידערליכן אורטייל אז מען דארף זיי ארויס רייסען דעם צונג מיט גאפלעך ! און דערנאך צושניידן די גלידער לעבעדיגערהייט און דערנאך פארברענען אויפן שייטער הויפן !
די ברודער ר' יושע איז נפטר געווארן אין תפיסה. זיי האבן דאן באפוילן ר' חיים ער זאל לעכערן די פיס פון זיין ברודער אין עס צובינדן צו א פערד און דער פערד וועט אזוי ארום לויפן די גאנצע שטאט רח"ל !... עס איז געווען א שרעק צו צוקוקן די ביזיון הגוף והנפש פון דעם קדוש ר' יושע הי"ד ,
דערנאך האבן זיי ארויס געברענגט ר' חיים אויסצופירן דעם אורטייל . ר' חיים האט דאן מקבל געווען אויף זיך דעם דין און געזאגט : דאס וואס מען גייט מיר שניידן די הענט קומט זיך מיר וויבאלד איך האב געציילט געלט פארן גוי ! (בשביל רבנות לעמבערג חתן החכם צבי - פני יושע ואכמ"ל תעיין מה שכותב ר' יעקב עמדין בספרו מגילת ספר)
דאס וואס מען גייט מיר שניידן דעם צונג קומט זיך מיר וויבאלד איך האב גערעדט פרעמדע שפראכן ווי לאטייניש !
דאס וואס מען גייט מיר שפליטערן דעם מוח ! און ארויס שניידן די הארץ לעבעדיגערהייט .. קומט זיך מיר וויבאלד איך האב געטראכט בדברים חיצוניים !
דאס וואס מען גייט פארברענען מיין גוף קומט זיך מיר וויבאלד די גוף איז שילדיג אין אלעם ! (דער אופן המיתה שרייבט דער מהר"ם חגיז בספרו משנת חכמים)
דער קאמינקער רב האט דאן באפוילן אז מען זאל געבן 35 גילדן (שכר) פאר דעם תליין ,
(זיין מאמע האט דאן צוז געשלעפט 10 אידן זאלן זיך פארשטעלן ווי גוים און זאלן אנטיילנעמען ביי זיין פטירה . און דערנאך האבן זיי צוזאם גענומען זיין אש אין עס באגראבן ,
דער מהר"ם חגיז האט דערנאך געשריבן אויף אים א גדלות : יפתח ה' אוצרו לקבל נשמת הקדוש זה שמימות ר' עקיבא לא קם כמוהו !
עס איז כדאי צו ליינען דער גליון בני ציון סיון תשע"ב ווי עס ווערט באשריבן גאר רייך ,
13. שטעריפער רב (שטערזיץ - א פארשטאט צו לעמבערג) [ געזיצן אין תפיסה צוזאמען מיט האחים רייצא'ס ]
14. ר' אריה לייביש בן היסוד יוסף [ נאכן זיצן אין תפיסה האט מען אים פאר'משפט צו שריפה רח"ל ]
15. גראף פאטאצקי ר' אברהם בן אברהם ,