רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?

שליחה דורך חקרן »

פאר קאמענטארן און דיסקאסיעס גייט דא


אסאך האבן שוין זיכער געהערט פון דעם פערטן זוהן פון הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זצוק"ל, ה"ה האדמו"ר מליאווי, רבי דוב בער, וועלכער האט גורם געווען א הייסע שערוריה אין די חסידי'שע וועלט, וואס לויט טייל מיינונגען האט דאס גאר צוגעברענגט צו דער באקאנטער מחלוקת פון צאנז און סאדיגורא. טראצדעם וואס עס זענען פאראן פילע שמועות ארום דעם פערזאן, מהותו וכוחו, פארט זענען די ידיעות זייער פארנעפלט און מען ווייסט ווייניג פון אים צו זאגן, ווי אויך איבער די באקאנטע פרשה וואס האט זיך אפגעקאכט ארום אים.

יעדער ווייסט, אז א זוהן פונעם רוזשענער, דער ליעווער רבי, איז אנטלאפן, אדער פארכאפט געווארן, און ער איז געזעצן צווישן די משכילים אין טשערנאוויץ. אבער קיינער פארשטייט נישט וואס האט באמת פאסירט, ווי אזוי גייט א רבי פון טויזנטע חסידים אוועק פון די רבי'סטעווע, אנטלויפט פון זיין עולם, ווערט א משכיל? - קען אזא זאך געשען אויך היינטיגע טעג? - וואס האט דארט באמת פאסירט?

מיר וועלן פראבירן אהערצושטעלן אין דעם ארטיקל ידיעות און פאקטן ארום דער מענטש, וכל המוסיף יוסיפו לו מן שמיא כל טוב, ויהא חלקו בין מזכי הרבים.

דער לעווער רבי איז געבוירן געווארן צו זיין גרויסער פאטער אין רוזשין, בערך אין יאר תקפ"א און איז גערופן געווארן 'דוב בער', אדער בלשון חיבה 'בערניו', נאך זיין גרויסער זיידע, הרה"ק ר' דוב בער המגיד ממעזריטש זצוק"ל. ווען ער איז געבוירן געווארן, איז זיין טאטע געזעצן נעבן זיין בעט און זיך אנגערופן "עס איז נולד געווארן דער אור ישראל". אויפגעוואקסן איז ער אין דער מלכות'דיגער רוזשענער הויף, און אזוי ווי אלע אנדערע זוהן פונעם רוזשענער, איז ער אויפגעוואקן ווי א פריץ, פארמאגנדיג אלע זיינע געברויכן, א באזונדערע מלמד איז צוגעשטעלט געווארן צו זיין באנוץ און וואס ער האט געדארפט האט ער באקומען אויף א גאלדענעם טאץ.

ויהי הנער הולך וגדול מאוד, ער איז געשטיגן און געוואקסן אין הויף. בערניו האט זיך אויסגעצייכנט דערמיט וואס ער איז געווען א יפה תואר און זייענדיג אין יונגן עלטער איז ער חתן געווארן מיט הרבנית מרת שיינדל בת הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצוק"ל, זי איז געווען א שוועסטער מיט די קינדער פון דער טשערנאבילער גזע, דער טאלנער, רחסטריבקער וכו'. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקצ"ה אין טשערנאביל, ווען בערניו איז אלט געווען בלויז פערצן יאר אלט. צו די חתונה איז אנגעקומען דער רוזשענער מיט טויזנטע חסידים, זיך גרייטנדיג צום חופה וואס האט געזאלט פארקומען פרייטאג-צו-נאכטס. אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, ווען דער טשערנאבילער האט פלוצלינג מחליט געווען אפצושטיפן די חופה, טענה'ענדיג אז מען טאר נישט אויסמישן די כוונות פון שבת מיט די כוונות פון קידושין, דער רוזשענער האט דערויף געהאט תערומות, זאגנדיג "צי בין איך דען א דארפסמאן וואס ווייסט נישט וואס ער ווייסט?" - למעשה איז די חתונה אפגעשטיפט געווארן אויף נאך שבת.

נאך די חתונה, האט זיך די פאר פאלק באזעצט נעבן דעם רוזשענער, בשעת די גזירות און רדיפות זענען זיי געווען אין הויף און מיטגעגאנגען אינאיינעם מיטן רוזשענער, קיין סאדוגורא און סוף ימיו קיין פאטאק-זלאטי.

נאכן פטירה פונעם רוזשענער, האבן די קינדער זיך גענומען פירן, יעדער איינער אויף זיין ארט. ר' בערניו האט קודם אנגעהויבן צו פירן אין סקולען, וואו ער האט געוויילט א קורצער צייט. מען דערציילט אז זיין עלטערער ברודער הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל האט אים אנגעזאגט זיך נישט צו באזעצן אין רומעניע, וויבאלד עס איז געווען א בור ריק, עס איז געווען זייער פראסט אין אידישקייט. צווישן אנדערע האט אים דער סאדיגורער געזאגט, אז רומעניע איז נוטריקון 'רום אין יה' - עס איז נישטא דארט דער באשעפער, האט דער לעווער אים געעענטפערט "איך בין זיכער אז איך וועל אויפהויבן דאס וואונקל".

א קורצער צייט דערנאך האט ער זיך געצויגן צום שטעטל 'הוש' און פון דארט האט ער זיך געצויגן צום דערנעבנדיגער שטאט 'ליאווע', וואס על שמו איז ער פארבליבן מיטן נאמען 'דער ליעווער'.

אזוי ווי אלע אנדערע רוזשענער חסידות'ן אונטער די פירערשאפט פון די אנדערע קינדער, האט אויך דער ליעווער געפירט א מלכות'דיגע הויף, דינסטן מיט אויסגעצירטע פערד און אלע אנדערע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר א רוזשענער רבי. עס איז ווייניג באקאנט איבער דער דאזיגער הויף, אבער אויף אזויפיל ווייסט מען, אז דער ליעווער האט געצויגן טויזנטע אידן פון דער אומגעגנט, וועלכער איז זיך געקומען ווייקן, זיך פראווען אין דעם הויף. דער רבי האט געלאזט אויפבויען א באזונדער היכל פאר משיח, וואו דארט וועט ער מקבל זיין פני משיח צדקינו ווען ער וועט אנקומען, עס האט זיך געפירט רוזשין אויפן העכסטן גראד.

עס איז קיין סאך נישט באקאנט איבער דאס לעבן פונעם ליעווער. פאראן וואס שרייבן אז ער איז געווען דער געלונגענסטער זוהן פונעם רוזשענער, אנדערע מאכן דאס אוועק אלס גזמאות, אבער אויף אזויפיל איז זיכער אז קיין מפיל קינד איז ער נישט געווען, ער האט געפירט א מלכות'דיגער הויף בהוד והדר, געפירט טיש און געזאגט תורה, און זיינע תורות וואס זענען געדרוקט אין נר ישראל, זענען גראדע שיינע בליצן און געדאנקען. ער האט געצויגן חסידים אין די טויזנטער, וואס זענען געווען געשוואוירענע אנהענגער פון אים און זענען גרייט געווען אריינצוגיין פאר אים אין פייער. איבעראל האט מען גערעדט פון זיין גרויסקייט און מופתים. בקיצור, א רבי ווי אלע רבי'ס.

צוויי זאכן האט אבער געפעלט פארן לעווער, וואס דאס האט צושטערט דעם גאנצן הויף מיט די גאנצע לעבן פון דעם לעווער.

א. זיין רביצין, הרבנית מרת שיינדל, מיט די קאמפלעצירטע שלום בית וואס זיי האבן פארמאגט.
ב. זיין ווידערווילן און אפשיי צו די גאנצע רבי'סטעווע.

אין דער קומענדיגער פרק וועלן מיר צונעמען די צוויי פאקטארן, און ערקלערן וואס עס האט פאסירט מיט דעם ליעווער רבי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חקרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 84 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר