יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:03 am

היינט פאלט אויס דער יו"ט 'חג העצמאות' - ה' אייר, וואס דער רבנות הראשית האט קובע געווען אלס יום משתה ושמחה, מיט זאגן הלל, וכן נוהגין רבבות אלפי ישראל בארצינו הקדושה - מדינת ישראל.

עהההההההה, זייער א שוואכע אנהייב.


אלזא, לאמיר גיין צום נקודה:
'נער הייתי' - א יונגע נאר בין איך געווען, גלייבנדיג היבש וואס סאטמאר האט פארקויפט, גלייבנדיג אז די באשעפער האט נישט וואס צו טון ווי צו קלאגן אויף די 'מרידה' פון אפאר פארריקטע פרייע אדער גאר צובראכענע שארבנס נאך קריג, וואס האבן זיך געוואלט דערקוויקן מיט אן אייגענעם מדינה.
וואס? 'דערקוויקן'? זיי האבן פשוט מער נישט געוואלט 'שטארבן על קידוש השם' אזויווי ביז די התייסדות המדינה. אבער שוין ווייטער פארקריך איך פון די נקודה.

'גם זקנתי' - אין זקן אלא מי שקנה חכמה, און אז מ'קריכט ארויס פונעם סאטמארן נארע [ב"ה איך בין קיינמאל נישט געווען] - איז מען שוין א חכם, ווייל ס'שטייט שוין אין קדמונים אז: 'אין השיטה הק' בוער אלא בלב הפנוי מן החכמה'. אלענפאלס, דאס ביסל השפעה וואס סאטמאר האט געהאט אויפן אמעריקאנעם אידנטום איז שוין אויך אונטערגעגאנגען, און האקן אויף ציונות איז Out of style, ס'איז געבליבן א נחלת הצימערמאנים ופיליפאנים.

'ולא ראיתי צדיק נעזב' - כ'זע נישט אז מ'זאל שוין צורו לאזן דעם סאטמארן רב. כ'מיין כ'פארשטיי אז ער האט געקענט - און געמעגט - האבן עקסטרעמע שיטות, פונקט ווי ער האט געקענט - און געמעגט - האבן א טעות אין זיינע שיטות [וואס זאל איך טון אז ס'מיר מער ניחא צו זאגן אז ער האט געמאכט א טעות, ווי איידער צו זאגן אז אלע אנדערע האבן געמאכט א טעות]. אבער צו וואס צימבלען דעם רבי'ן? צו וואס לייגן דעם ויואל משה אמת צו שאנד און צו שפאט? צו וואס נעמען זיין גרעסטע טעות, און זיך איינ'עקשנ'ען אז דאס - און נאר דאס - איז געווען מפעל חייו?! לאזט אים שוין לעבן אין רוה! לאז די וועלט פארן ווייטער!

האט איינער אמאל געזען א חסיד פון א צווייטן רבי'ן רעדן כל ימי חייו פון זיין רבי זצ"ל'ס עסקנות וואס איז שוין נישט נוגע? מ'רעדט פון צדקות, עבודת ה', חסד פאר א צווייטן, כח התורה, מידות נשגבות, צו קפידות מיט מופתים..., אבער צו רעדן 80% פון קנאות וואס געבט נישט צו צום דערהאבן בילד און פילפארביגקייט פון סאטמארער רב, איז אבסורד! ס'גרעניצט זיך זאגאר מיט רשעות, צו נעמען א איד וואס האט געקאנט לערנען, געדאוונט אש להבה, געווען א שארפזיניגע מח און נאך שארפערע צינגל, איינער וואס האט באשיינפערליך מחזק און מעודד געווען אן א שיעור מענטשן נאכן קריג, וכו' וכו', אויף אים גייען זיינע חסידים נאר פארקויפן זיין שוואכקייט אלס יסוד היסודות ועיקר העיקרים פון זיין לעבן???!!!

בין איך געקומען צום החלטה, אז ס'מוז זיין אז די סיבה איז ווייל:
וזרעו מבקש לחם - נאר פון דעם האט סאטמאר א כח הישרדות. נאר צוליב דעם מדינה הטמאה. נאר וויבאלד דער באשעפער האט נאך איבערגעלאזט ברוב רחמיו וחסדיו אפאר ציונים אויפן וועלט, קען סאטמאר נאך האבן א תירוץ פארוואס צו האבן א קיום. שטעלטס ענק פאר משיח קומט מארגן. וויזשניץ גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'שבת קודש'. גור גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'קדושה'. באבוב גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'נגינה'... חב"ד גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'חסידות'. און אזוי מיט אלע אנדערע חסידות'ן, וואס קענען זיך באהאלטן אונטערן גרויסן פארטוך וואס רופט זיך תורת החסידות [איין גאט ווייסט וואס דאס באדייט...].

אבער סאטמאר, למען ה', סאטמאר גייט גיין ב-א-נ-ק-ר-א-ט-!!! זיי - וואס זענען דאך מודה אז נשתכחה תורת הבעל שם טוב - וואס פארקויפן יעצט נאר קנאות קעגן די קליפה הארורה של הציונות, זיי וועלן פשוט נישט האבן קיין ציל ברעט וואס זאל נאך בארעכטיגן זייער עקזיסטענץ. דערפאר, טוט סאטמאר ארויסהייבן כסדר דער נקודת הקנאות פון סאטמארער רב, וויבאלד נאר דאס איז דער בארעכטיגונג פאר די מציאות התקיימות החסידות הלז.

נו, ממילא טייערע ברודערלעך, טעלע"רלעך און פילי"פינען, היינט ביום המר והנמהר ה' אייר הידוע לשמצה, הערט אויף צו וויינען און קלאגן, און גענוג געווען מיט די תעניתים און אראפגעלאזטע נעזער. פרייטס ענק טייערע פריינד, מיט דעם יום הנבחר, און לויבטס און דאנקטס דעם באשעפער וואס שטעלט צו קעפלעך יעדע וואך אין די אידיש"ע-שונד-בלעטע"ר, דורכן לאזן די מדינה הטמאה אנגיין, אפילו ווען דער רבי ניבא - וידע מה ניבא - זאגנדיג אז די מדינה וועט נישט האבן קיין קיום פאר קיין יובל יארן, והדברים ידועים ואסור להעתיק בספרו של געלבמאן אזאנע דברי קפירע. און זייטס ווייטער מתפלל לשלומה של מלכות פון די פרייע יונגען, וואס ווילאנג זיי האבן שליטה אין ארץ ישראל קען מען ב"ה מוחה זיין מיט גאר געלונגענע נטרונא רעקלאמעס וואס שוידערן אויף יעדן רעכטדענקנדן מענטש וכו', און סאטמאר קען ווייטער אנגיין.

אסיים מעין הפתיחה: צוויי קרייזן געדענקן נאך אז דער טאג 'ה' אייר' צייכנט אפ דעם התייסדות המדינה: די מזרח'יסטן, און די סאטמערע. אלע אנדערע אינטרעסירט דאס נישט. יעצט זעען מיר אז כאטש די מקור פון זיי צוויי שטאמט פון פארקערטע שטרעמונגען, זענען זיי ביידע יעצט גלייך מיט זייער אגענדע: די מדינה זאל ווייטער אנגיין, פאר יעדע פרייז אין די וועלט!...

און יעצט, ווען מ'שלעפט שוין אוועק די מייק, און מ'גרייט זיך שוין מיך אנצוהאקן די ביינער, בין איך שנעל מוסר ומודעה: כ'האב גארנישט געמיינט, ס'איז אלעס נאר ליצונותא דע"ז פון ה' אייר, און 'ויואל משה אמת ותורתו אמת'!
לחיים, לחיים!...


גילוי דעת: דער ארטיקל, 3 אזייגער ביינאכט, נאכן שלאפן די לעצטע 100 שעה ווייניגער פון 15, איז מעגליך געשריבן געווארן צו שארף און אומפאסיג, און אפשר פארקערט... אבער ביטע נעמען אין קענטעניס.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15486 מאל

הודעהדורך אחד העם » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:22 am

באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 830 מאל

הודעהדורך מבקר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:30 am

היום נחגג חג העצמאות, אבל לוח השנה לא נשתנה, היום היא יום ד׳ אייר.
באניצער אוואטאר
מבקר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:30 am

אחד העם האט געשריבן:.

כ'זאל מגיב זיין?
נו, נאדיר: .
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15486 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:34 am

צו הערשט א פרייליכען יו"ט לא היו יו"ט לישראל כה' אייר וכיום כו"אב שע"י שניהם היה לישראל הכח להתקיים בגלותם, והם שעמדו לאבותינו ולנו צו בלייבען אויפן יידישען וועג, אלזא היינט איז טאקע א פרייכליכען דערהויבענע טאג פאר אונז אלע ואי לאו האי יומא כמה יואל'יס איכא בשוקא
ועל זה כבר אמרו יודעי דבר ש'עיצומו' של יום מכפר.

מדערציילט אז א מזרחיסט איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד אין יו"ט פון חג העצמאות נאכען זיך טויבלען לכבוד היום, אין געזיכט א ספר זיך דערקוויקען ס'הארץ אין אזוי אריינגיין אין די עניינים און באקומען די השפעות פונעם יום הבהיר, דער מזרחיסט זוכט א ספר זאל רעדען פונעם יו"ט אין טרעפט נישט, ג'עטער איינער א פרעג צו ער ווייסט א ספר וואס זאל רעדען פון דעם יו"ט, זאגט מען עם אז די איינציגע ספר וואס רעדט ארום דעם יו"ט איז נאר 'ויואל משה'....

אי לאו האי יומא וואלט זיך שוין דריי פערטעל פון די געבליבענע יידישען פאלק שוין לאנג נישט געבליבען קיין איד'ן אזוי ווייסט מען כאטש אז אונזער פאלק עקזעסטירט אין אונזער פאלק האט א לאנד וואס איז הייליג ביי יעדען אידישע הארץ וואס איז זיך משתוקק לציון עיר הקודש.

לחיים לחיים!
עלינו לשבח לאדון הכל אז שלא שם חלקינו כהסיקריקים והנטורים השפילים שונאי המדינה וגורלינו ככל המונם שהם משתחוים לאחמדינג'אד וערעפאת, המה כרעו ונפלו און אונז וועלען בקרוב זעהן אלע אראבער אין שונאי ישראל אין ים אריין אין די אתחלתא דגאולה פון אויפשטעלען די מדינה זאל ממשיך זיין די גאולה השלימה בקרוב אין די אלע וואס פאסטען מארגען אין זאגען קינות אין זיך נוהג באבילות אויף דעם אז די שכינה הקדושה גייט שוין ארויס פון גלות קענען בלייבען אין זייער שיינע פאלאצען אין מאנארא והגללים אין באקרוינען הרב דרעק אין אחמדינג'אד פאר זייער משיח שקר, זיי אינטרעסירען קיינעם נישט אויזער מוחמד.
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:22 am

מצוות שריפת הדגל הציוני ע"י הסיקריקים חולי הנפש מנטורי חרטא לרגל יום העצמאות.
בייגעלייגטע פיילס
שריפת דגל המדינה.jpg
שריפת דגל המדינה.jpg (78.62 KiB) געזען געווארן 2869 מאל
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:14 am

אלערט פאר די יוצאי אונגערען והגללים חסידי סאטא-מארא, לרגל יום המר והנמהר ה' אייר, אין מניחים התפילין(לאלו הנוהגים להניח) בבוקר אלא בשעת המנחה כמו בתשעה באב ויה"ר שבקרוב נזכה לראות בחורבן המדינה של גיהנום הטמיאה ותהא לשריפת אש, ובקרוב נזכה לראות מדינת פאלאסטיין המפוארה בבניינה ע"י אחינו היקרים הערביים בני ישמעאל המסולאים חסידי מוחמד הנביא ונאמר בפה מלא שירה הקריאה הקדושה: אללה הוא אכבר.
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:37 am

אתא כלבא דיין אלטע חתימה איז געווען מער פאסיג פאר דיר ווי דיין יעצטיגע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18118 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:53 am

ס'וואלט געווען פאסיגער ווען דער אשכול ווערט אריבערגעפירט אין שמייכל פארום.

סך הכל זעה איך דא אז שש מיט אתא האבן געטרינקן יותר מלימודם, לכבוד היום.

אלנפאס, לחיים לחיים!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2539
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:05 am

שמעקע, דיין תגובה שמעקט פון סיקריקישקייט אויפן העכסטען גראד,
בדו"ו, אויב וועסטו מיר קענען אויפקלערען דיין השכמת הפוקר אזוי פרי היינט אין די צייט וואס מלייגט תפילין נאר פארנאכט'ס אין מ'פאסט לכל הפחות ביז נאך חצות, אדער לכל הפחות ביז נאכ'ן שריפת הדגל הטמא חוץ אויב ס'קען זיין אז די פאסט נישט היינט אבער כ'ויל נישט זיין קיין חושד בכשרים אויף אזא ביטערע עבירה פון נישט פאסטען אין די יומא דצומא רבא.

על כל פנים כ'וינטש דיר אפרייליכען יום טוב והמקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי קרתא דישמעאל ו....... שוין כ'ויל נישט ממשיך זיין וואס כ'האב צו זאגען.
אבער אז די וועסט נאך אמאל כאפן א בליק אויף מיין חתימה וועסטו שוין אליין פארשטיין וואס כ'ויל ממשיך זיין אין אגב שמוסענדיג פון מיין פריערדיגע חתימה איז גוט אז די געדענקסט כ'זעה האסט גוט צוגעטראפען כ'האב דיר אויך אינזינען גיהאט בשעתו: 8-)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אתא קלילא אום דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:25 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:12 am

אתא קלילא האט געשריבן:שמעקע, דיין תגובה שמעקט פון סיקריקישקייט אויפן העכסטען גראד

אהא.. און פון וואס שמעקט דיין תגובה?
לערן זיך שוין אויס, נפיחות גייט מען אין ביהכ"ס, דא איז א רואיג ווינקל צו שמועסן :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18118 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:17 am

אתא קלילא האט געשריבן:שמעקע, אויב וועסטו מיר קענען אויפקלערען דיין השכמת הפוקר אזוי פרי היינט אין די צייט וואס מלייגט תפילין נאר פארנאכט'ס אין מ'פאסט לכל הפחות ביז נאך חצות, אדער לכל הפחות ביז נאכ'ן שריפת הדגל הטמא חוץ אויב ס'קען זיין אז די פאסט נישט היינט אבער כ'ויל נישט זיין קיין חושד בכשרים אויף אזא ביטערע עבירה פון נישט פאסטען אין די יומא דצומא רבא.. :x

טאקע וועגן דעם, כ'בין אויפגעשטאנען פרי צו טרינקען א קאווע בעפאר איך פאסט איין..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18118 מאל

סדר אמירת ההלל ליום חגינו

הודעהדורך אתא קלילא » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:02 am

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אתא קלילא אום דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:05 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:05 am

זאגט מען גאנץ הלל אדער נאר האלב?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2539
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:07 am

שמעון וואלף האט געשריבן:זאגט מען גאנץ הלל אדער נאר האלב?

ס'שאלה בכלל, מזאגט הלל השלם מיט רצה יעלה ויבוא אין על הנסים בנשימה אחת.
דער חילוק צווישען אונז און די סיקריקים איז נאר אז אונז עסן נישט פאר קידוש אין זיי עסן נישט פאר די מצוות שריפת הדגל הטמא. :D
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אתא קלילא אום דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:10 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:10 am

כ'האב שוין געזען חסידים וואס יעדע צווייטע ווארט דערמאנען זייער רבין, און יא כ'האב שוין אויך געזעהן חסידים תמומי לב וואס כאפן נישט און אנשטאט רעדן פון זייער רבינ'ס פילע אמת'ע מעלות, מיינען זיי נעבעך אז אויך זיינע חסרונות זענען מעלות פון וואס מען דארף רעדן און זיך אפלערנען.
כ'האב שוין אויך געזעהן חסידים שוטים ובורים וחולי רוח, וואס האבן גארנישט וואס צו פארקויפן עפעס פאזעטיוו פון זייער אייגענעם רבי, נאר אנשטאט וועלן זיי זיין ביזי יומם ולילה צו גיסן פעך און שוועבל אויף זייער רבינ'ס בר פלוגתא, שוין נעבעך וואס קען מען טוהן.

אבער דאס האב איך נאכנישט געזעהן, אז א קלוגער פארשטענדליכער אינגערמאן, א אנגעליינטער ידען און וויסענשאפטליכער, זאל ווידמען יעדע דריטע תגובה זיינע, אקעגן איין געוויסן רבינ'ס חסרונות, אזאנס האב איך נאכנישט געזעהן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1050
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1252 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:40 am

אחד העם האט געשריבן:.


אויב דער יונגער ארטיסט איז נישט דא געווען ווען די ארט איז געווען יונג אין די אויגן פון אלטע. זאל ער אוועקווארפן די בראש?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4859
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9822 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9482 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:46 am

קרתא דישמעאל
בייגעלייגטע פיילס
2015-04-23 11.39.27.jpg
2015-04-23 11.39.27.jpg (216.7 KiB) געזען געווארן 2619 מאל
_1.jpg
_1.jpg (50.78 KiB) געזען געווארן 2731 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אתא קלילא אום דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:41 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:10 am

נטורי קרתא היינט
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:24 am

שש משזר האט געשריבן:בין איך געקומען צום החלטה, אז ס'מוז זיין אז די סיבה איז ווייל:
וזרעו מבקש לחם - נאר פון דעם האט סאטמאר א כח הישרדות. נאר צוליב דעם מדינה הטמאה. נאר וויבאלד דער באשעפער האט נאך איבערגעלאזט ברוב רחמיו וחסדיו אפאר ציונים אויפן וועלט, קען סאטמאר נאך האבן א תירוץ פארוואס צו האבן א קיום. שטעלטס ענק פאר משיח קומט מארגן. וויזשניץ גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'שבת קודש'. גור גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'קדושה'. באבוב גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'נגינה'... חב"ד גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'חסידות'. און אזוי מיט אלע אנדערע חסידות'ן, וואס קענען זיך באהאלטן אונטערן גרויסן פארטוך וואס רופט זיך תורת החסידות [איין גאט ווייסט וואס דאס באדייט...].


צו דארפן בוחר זיין רע במיעטו איז סאטמאר פון די ליבעראלסטע קלאבס פאר חסידים זיך צו צושטעלן צו קאפריזן און מוח וואשערייען, א גרויס חלק סאטמאר איז שוין בעצם בכלל נישט פארנומען מיט קנאות בעת אין די אנדערע קלאבס פייניגט מען די אינטערטאנען צו גלייבן אז איר פירער פליעט אין הויעכע ספערן.

די אלע דינאמיקס וואס דו האסט ארויסגעהויבן ביי א יעדן איז לגמרי נישט דאס וואס קלעבט צוזאם די פארטיי, איגנארענץ, פונדאמענטאליזם געמישט מיט אביסעלע סאציאלאגיע און רעסיפראציטיע, איז וואס האלט צוזאמען דעם מאדנעם קלעבאכץ וואס רופט זיך "א חסידישע הויף", און מיט דעם זענען זיי אלע מער ווייניגער גלייך, און סאטמאר איז בעצם אויבן אויף די ליסטע וואס פארלאנגט די ווייניגסטע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4314 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:37 am

שמעון וואלף האט געשריבן:זאגט מען גאנץ הלל אדער נאר האלב?

ווען ס'איז געווען ארץ ישראל השלימה האט מען געזאגט גאנץ הלל,
זייט די התנתקות ווואס מ'האט נעבעך צוריק געגעבען גרוסע שטחים, זאגט מען נאר האלב הלל
מ'הייבט אן פון "לא לנו"....
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:46 am

כ'מיין אז נאר די סיקריקים זאגען 'לא לנו' צוליב דעם וואס ארצינו הקדושה געהרט נישט צו זיי.
בעצם זענען זיי די לא לנו'ס וואס געהרען קיין פאלסטין.
אבער מיר זאגען הלל השלם אויפן נוסח פון יום טוב ואי לאו האי יומא טבא כמה אחמדינג'אד ובעק'ס איכא בשוקא.
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:33 pm

מאטי האט געשריבן:רעסיפראציטיע,

מהו?
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2300 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:35 pm

ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך מבקר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:36 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:רעסיפראציטיע,

מהו?

דא האסטו די פשט
באניצער אוואטאר
מבקר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

נעקסט

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט