יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

שליחה דורך אדנירם »

היינט פאלט אויס דער יו"ט 'חג העצמאות' - ה' אייר, וואס דער רבנות הראשית האט קובע געווען אלס יום משתה ושמחה, מיט זאגן הלל, וכן נוהגין רבבות אלפי ישראל בארצינו הקדושה - מדינת ישראל.

עהההההההה, זייער א שוואכע אנהייב.


אלזא, לאמיר גיין צום נקודה:
'נער הייתי' - א יונגע נאר בין איך געווען, גלייבנדיג היבש וואס סאטמאר האט פארקויפט, גלייבנדיג אז די באשעפער האט נישט וואס צו טון ווי צו קלאגן אויף די 'מרידה' פון אפאר פארריקטע פרייע אדער גאר צובראכענע שארבנס נאך קריג, וואס האבן זיך געוואלט דערקוויקן מיט אן אייגענעם מדינה.
וואס? 'דערקוויקן'? זיי האבן פשוט מער נישט געוואלט 'שטארבן על קידוש השם' אזויווי ביז די התייסדות המדינה. אבער שוין ווייטער פארקריך איך פון די נקודה.

'גם זקנתי' - אין זקן אלא מי שקנה חכמה, און אז מ'קריכט ארויס פונעם סאטמארן נארע [ב"ה איך בין קיינמאל נישט געווען] - איז מען שוין א חכם, ווייל ס'שטייט שוין אין קדמונים אז: 'אין השיטה הק' בוער אלא בלב הפנוי מן החכמה'. אלענפאלס, דאס ביסל השפעה וואס סאטמאר האט געהאט אויפן אמעריקאנעם אידנטום איז שוין אויך אונטערגעגאנגען, און האקן אויף ציונות איז Out of style, ס'איז געבליבן א נחלת הצימערמאנים ופיליפאנים.

'ולא ראיתי צדיק נעזב' - כ'זע נישט אז מ'זאל שוין צורו לאזן דעם סאטמארן רב. כ'מיין כ'פארשטיי אז ער האט געקענט - און געמעגט - האבן עקסטרעמע שיטות, פונקט ווי ער האט געקענט - און געמעגט - האבן א טעות אין זיינע שיטות [וואס זאל איך טון אז ס'מיר מער ניחא צו זאגן אז ער האט געמאכט א טעות, ווי איידער צו זאגן אז אלע אנדערע האבן געמאכט א טעות]. אבער צו וואס צימבלען דעם רבי'ן? צו וואס לייגן דעם ויואל משה אמת צו שאנד און צו שפאט? צו וואס נעמען זיין גרעסטע טעות, און זיך איינ'עקשנ'ען אז דאס - און נאר דאס - איז געווען מפעל חייו?! לאזט אים שוין לעבן אין רוה! לאז די וועלט פארן ווייטער!

האט איינער אמאל געזען א חסיד פון א צווייטן רבי'ן רעדן כל ימי חייו פון זיין רבי זצ"ל'ס עסקנות וואס איז שוין נישט נוגע? מ'רעדט פון צדקות, עבודת ה', חסד פאר א צווייטן, כח התורה, מידות נשגבות, צו קפידות מיט מופתים..., אבער צו רעדן 80% פון קנאות וואס געבט נישט צו צום דערהאבן בילד און פילפארביגקייט פון סאטמארער רב, איז אבסורד! ס'גרעניצט זיך זאגאר מיט רשעות, צו נעמען א איד וואס האט געקאנט לערנען, געדאוונט אש להבה, געווען א שארפזיניגע מח און נאך שארפערע צינגל, איינער וואס האט באשיינפערליך מחזק און מעודד געווען אן א שיעור מענטשן נאכן קריג, וכו' וכו', אויף אים גייען זיינע חסידים נאר פארקויפן זיין שוואכקייט אלס יסוד היסודות ועיקר העיקרים פון זיין לעבן???!!!

בין איך געקומען צום החלטה, אז ס'מוז זיין אז די סיבה איז ווייל:
וזרעו מבקש לחם - נאר פון דעם האט סאטמאר א כח הישרדות. נאר צוליב דעם מדינה הטמאה. נאר וויבאלד דער באשעפער האט נאך איבערגעלאזט ברוב רחמיו וחסדיו אפאר ציונים אויפן וועלט, קען סאטמאר נאך האבן א תירוץ פארוואס צו האבן א קיום. שטעלטס ענק פאר משיח קומט מארגן. וויזשניץ גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'שבת קודש'. גור גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'קדושה'. באבוב גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'נגינה'... חב"ד גייט נישט אונטער, זיי גייען ווייטער פארקויפן זייער יסוד אין אידישקייט וואס רופט זיך 'חסידות'. און אזוי מיט אלע אנדערע חסידות'ן, וואס קענען זיך באהאלטן אונטערן גרויסן פארטוך וואס רופט זיך תורת החסידות [איין גאט ווייסט וואס דאס באדייט...].

אבער סאטמאר, למען ה', סאטמאר גייט גיין ב-א-נ-ק-ר-א-ט-!!! זיי - וואס זענען דאך מודה אז נשתכחה תורת הבעל שם טוב - וואס פארקויפן יעצט נאר קנאות קעגן די קליפה הארורה של הציונות, זיי וועלן פשוט נישט האבן קיין ציל ברעט וואס זאל נאך בארעכטיגן זייער עקזיסטענץ. דערפאר, טוט סאטמאר ארויסהייבן כסדר דער נקודת הקנאות פון סאטמארער רב, וויבאלד נאר דאס איז דער בארעכטיגונג פאר די מציאות התקיימות החסידות הלז.

נו, ממילא טייערע ברודערלעך, טעלע"רלעך און פילי"פינען, היינט ביום המר והנמהר ה' אייר הידוע לשמצה, הערט אויף צו וויינען און קלאגן, און גענוג געווען מיט די תעניתים און אראפגעלאזטע נעזער. פרייטס ענק טייערע פריינד, מיט דעם יום הנבחר, און לויבטס און דאנקטס דעם באשעפער וואס שטעלט צו קעפלעך יעדע וואך אין די אידיש"ע-שונד-בלעטע"ר, דורכן לאזן די מדינה הטמאה אנגיין, אפילו ווען דער רבי ניבא - וידע מה ניבא - זאגנדיג אז די מדינה וועט נישט האבן קיין קיום פאר קיין יובל יארן, והדברים ידועים ואסור להעתיק בספרו של געלבמאן אזאנע דברי קפירע. און זייטס ווייטער מתפלל לשלומה של מלכות פון די פרייע יונגען, וואס ווילאנג זיי האבן שליטה אין ארץ ישראל קען מען ב"ה מוחה זיין מיט גאר געלונגענע נטרונא רעקלאמעס וואס שוידערן אויף יעדן רעכטדענקנדן מענטש וכו', און סאטמאר קען ווייטער אנגיין.

אסיים מעין הפתיחה: צוויי קרייזן געדענקן נאך אז דער טאג 'ה' אייר' צייכנט אפ דעם התייסדות המדינה: די מזרח'יסטן, און די סאטמערע. אלע אנדערע אינטרעסירט דאס נישט. יעצט זעען מיר אז כאטש די מקור פון זיי צוויי שטאמט פון פארקערטע שטרעמונגען, זענען זיי ביידע יעצט גלייך מיט זייער אגענדע: די מדינה זאל ווייטער אנגיין, פאר יעדע פרייז אין די וועלט!...

און יעצט, ווען מ'שלעפט שוין אוועק די מייק, און מ'גרייט זיך שוין מיך אנצוהאקן די ביינער, בין איך שנעל מוסר ומודעה: כ'האב גארנישט געמיינט, ס'איז אלעס נאר ליצונותא דע"ז פון ה' אייר, און 'ויואל משה אמת ותורתו אמת'!
לחיים, לחיים!...


גילוי דעת: דער ארטיקל, 3 אזייגער ביינאכט, נאכן שלאפן די לעצטע 100 שעה ווייניגער פון 15, איז מעגליך געשריבן געווארן צו שארף און אומפאסיג, און אפשר פארקערט... אבער ביטע נעמען אין קענטעניס.

דער אשכול פארמאגט 132 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר