יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דינסטאג אפריל 28, 2020 5:50 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:פאר די נייע וועלכע האבן נאכנישט געליינט @שש משזר קאנטראווערסיאלע ארטיקל און די נאכפאלגענדע היציגע דעבאטע........

כ'האב שוין געליינט א שיין ביסל שש'ן אין לעבן אבער אין דעהם האב איך קיינמאל נישט אריינגעקלאפט, שכוח פאר'ן ארויפברענגן!

און צו די עצם דעבאטע, איך האלט ער איז wrong, אבער בבחינת אין המת יכול להכחיש את החי וועל איך נישט אויפלאקערן די נושא.

היינט נאכט וועט זיין תיקון ביי מיר אין סמעדריש לכבוד האי יומא רבא!
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך calculator » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:42 pm

צו די וואס זאגן תחנון ה' אייר אפילו עס איז דא א ברית, און זיי פאלגן נישט וואס עס שטייט אין שו"ע אז מען זאגט נישט. וויל איך וויסן דאס יאר וואס אסאך דאווענען ביחידות אינדערהיים ווי זיי האבן נישט קיין ספר תורה וואס אין שו"ע שטייט אז אויף אזא פאל זאגט מען אויך נישט קיין תחנון, דארף מען ה' אייר יא זאגן און נישט פאלגן דעם שו"ע?
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 348
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 220 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:24 pm

מען זאגט יא תחנון, אפילו נפילת אפים, מען איז נאר נישט נופל על פניהם און מ'זאגט נישט י"ג מדות.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:28 pm

היסטאריקער: וויבאלד מ'פאלגט שוין נישט דעם שו"ע. און מ'זאגט יא תחנון אפילו ביי א ברית, איז דאס א נייע הלכה וואס מ'האט עוקר געווען די אריגינאלע הלכה פסוקה. קענמען שוין עוקר זיין די גאנצע הלכה. און מ'קען זאגן תחנון אפילו ביחידות אויך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13998
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16065 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9106 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג אפריל 28, 2020 11:01 pm

נישט ארינגייענדיג אין די וויכוח זאג איך דיר די הלכה לגבי תחנון ביחידות אז מ׳ זאגט יא נאר אן נפילת אפים און י"ג מדות.

אבער אז מ'רעדט שוין, מהר"א מסאטמאר שליט"א פארציילט אז ער האט מיטגעהאלטן אלס בחור ווען ער האט געוויסט א סיגעטער יוד מאכט א ברית ה' אייר ביים רבי׳ן זצ"ל (דאס קינד איז ר׳ לוי אפעל פון קר"י) איז ער ספעציעל געגאנגען צום ברית זען וואס דער רבי וועט טון, און ער האט נישט געזאגט תחנון וועגן דעם ברית.

פארשטייט זיך אז ברבים קען ער נישט פארציילן די מעשה.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 29, 2020 7:53 am

לויט די פראפאגאנדא, האט מען פארציילט פאר דער בעל השיטה"ק אז א צווייטע גדול האט דוקא געזאגט תחנון אום ה' אייר ביי א ברית, כדי שלא יאמרו. האט דער בעל השיטה"ק געזאגט 'מיר וועט מען נישט חושד זיין'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9091 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:17 am

היסטאריקער האט געשריבן:מען זאגט יא תחנון, אפילו נפילת אפים, מען איז נאר נישט נופל על פניהם און מ'זאגט נישט י"ג מדות.

קענסט זאגן גאנץ תהלים אויך, תחנון מיינט נפילת אפים, און מען דארף גארנישט זאגען ספעציעל עס זאל הייסן נפילת אפים.

בדרך אגב, תחנון איז א רשות, מען דארף עס קיינמאל נישט זאגן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2649
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1388 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:31 am

וואס האט תחנון מיט תהלים? ר"ח מעג מען זאגן תחנון? אוודאי נישט, און אפילו תהלים, קאפיטאל יענך ד׳ ביום צרה למשל, מעג מען זאגן צווישן אשרי און ובא לציון ביומא דפגרא? זיכער אז נישט, אפילו מ׳ מעג עס זאגן סתם אזוי אינמיטן טאג, די תפלה האט א סדר, אוודאי איז עס נישט דאורייתא, אבער ווען די הלכה פארלאנגט נישט צו זאגן קען מען נישט יא זאגן
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט