מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

מחלוקת צווישן אדמורי"ם.

שליחה דורך אדנירם »

טאקע א מאדנע אשכול, אן קיין אנהייב און אן קיין סוף. אבער היות כ'האב צוויי דריי איבריגע מינוט האב איך געקלערט צו מאכן א רשימה פון מחלוקת צווישן אדמורי"ם, פון די תלמידי הבעש"ט עד ימינו אלה.

וזאת למודעי:
נישט יעדע מחלוקה האט אינוואלווד די רבי'ס אליין, אמאל איז עס געווען די חסידות'ן, די הויפן.
נישט יעדע מחלוקה איז געווען פשוטע מחלוקה'לעך, ס'געווען אסאך מאל איבער ערנסטע שיטות אין השקפה.
נישט יעדע מחלוקה האט אינוואלווד די חסידים, ס'געווען אמאל וואס נאר די רבי'ס האבן געהאט א דו"ד צווישן זיך.
נישט יעדע מחלוקה איז באוואוסט, און נישט יעדע מחלוקה איז אנגעגאנגען א לענגערע צייט.

כ'ברענג אראפ פשוט כפי זכרוני, און ב"ה הרבה קריתי ושניתי און ס'וועלן זיכער זיין חידושים ביי רוב חברים:

א. צווישן רבי מיכלע זלאטשובער און ר"ב פנחס'ל קאריצער. [עפעס איז אויך געווען צווישן דער זלאטשובער און דער מעזריטשער מגיד].
ב. צווישן רבי ברוך'ל מעזיבוזער און דער קדושת לוי פון בארדיטשוב.
ג. צווישן די ברידער, רבי אהרן טשערנאבילער און רבי דוד'ל טאלנער.
ד. צווישן דער בעל התניא און רבי אברהם קאליסקער.
ה. צווישן דער מיטלער רבי פון ליובאוויטש, ר' דובער, און רבי אהרן מסטראשעלע.
ו. צווישן דער שפאלער זיידע און רבי נחמן מברסלב.
ז. צווישן רבי משה'לע סאווראנער מיט רבי נחמן מברסלב.
ח. צווישן דער טשענאבילער גזע מיט רבי נתן מברסלב.
ט. צווישן מהר"ש מליובאוויטש מיט דער קאפוסטער.
י. צווישן רבי יהושע'לע בעלזער מיט זיין ברודער רבי אלעזר.
יא. צווישן רבי מענדעלע קאסובער מיט דער אוהב ישראל פון אפטע.
יב. צווישן רבי יצחק ראדווילער מיט רבי מענדעלע קאסובער.
יג. צווישן רבי משה'לע קאסובער מיט חצר וויזניץ - צמח צדק.
יד. צווישן דער אמרי ברוך מוויזניץ און סיגוט.
טו. צווישן דער עצי חיים מסיגוט און וויזניץ - אהבת ישראל.
טז. צווישן די ברידער, רבי ישכר דוב מבעלזא און רבי שלום מסקאהל.
יז. צווישן רבי מענדעלע קאצקער און דער איזביצער.
יח. צווישן רבי נפתלי ראפשיצער און דער יוד הקדוש.
יט. צווישן רבי ישכר דוב מבעלזא און דער מנחת אלעזר ממונקאטש.
כ. צווישן דער מנחת אלעזר ממונקאטש און דער ספינקער.
כא. צווישן דער מנחת אלעזר ממונקאטש און דער אמרי אמת מגור.
כב. צווישן דער מנחת אלעזר ממונקאטש און סאטמארער רב.
כג. צווישן סאטמארער רב און דער חקל יצחק מספינקא.
כד. צווישן סאטמארער רב און רבי בערצי פון סאטמאר.
כה. צווישן סאטמארער רב און קלויזנבורגער רב.
כו. צווישן רבי שלמה לייב מלענטשנא און דער ר"ר בונם מפרשיסכא.
כז. צווישן רבי ירחמיאל מפרשיסכא און דער ר"ר בונם מפרשיסכא.
כח. צווישן רבי יודא לייב מזאקילקוב און דער יוד הקדוש מפרשיסכא.
כט. צווישן רבי שמעון דייטש מזעליכאוו און דער יוד הקדוש מפרשיסכא.
ל. צווישן דער חוזה מלובלין ותלמידו דער יוד הקדוש מפרשיסכא.
לא. צווישן דער ר"ר אלימלך מליזענסק ותלמידו דער חוזה מלובלין.
לב. צווישן חצר גור און חצר אלכסנדר.
לג. צווישן דער קדושת ציון מבאבוב וחצר בעלזא.
לד. צווישן דער קדושת ציון מבאבוב ונכדי צאנזער רב.
לה. צווישן די ברידער, דער שינאווער רב און רבי אהרן דער קרייזער רב.
לו. צווישן דער צאנזער רב און רבי מאיר'ל דזשיקובער.
לז. צווישן דער צאנזער רב און די רוזשינער'ס קינדער.
לח. צווישן רבי שמואל שינאווער און [שכחתי. אולי שינאווער רב.].
לט. צווישן סאטמארער רב און חצר סיגוט - אינדערהיים.
מ. צווישן חצרות האחים, דער בית אברהם און רבי ישכר לייב [?] מסלאנים.
מא. צווישן דער נתיבות שלום מסלונים, און דער שווארצער סלאנימער שליט"א.
מב. צווישן דער ברך משה און דער וויזניצער רבי פון מאנסי.
מג. צווישן דער בעלזער רבי שליט"א און חצר סאטמאר.
מד. צווישן די ברידער, רבי אברהם ואחיו לבית סטרעטין.
מה. צווישן קלויזנבורגער רב וחצר באבוב.
מו. צווישן די ברידער, רבי משה'לע ורבי מאטעלע מוויזניץ.
מז. כמדומה, צווישן דער מעזריטשער מגיד און דער תולדות יעקב יוסף.
מח. צווישן רבי יהושע'לע מטומשוב און רבי מענדעלע קאצקער.
מט. צווישן רבי ישראל מפילוב און זיין זון רבי יצחק זעליג מסאקאלאוו.
נ. צווישן דער צבי לצדיק מבלאזוב און זיין זון רבי יהושע מריבאטיטש.
נא. צווישן רבי מרדכי יוסף מראדזין און רבי ישראל מפילוב.
נב. צווישן דער סבא קדישא מראדאשיץ און חצר קאצק.
נג. צווישן רבי מאיר'ל אפטער און חצר פרשיסכא.
נד. צווישן רבי ברוך'ל גארליצער און רבי משה'לע ראזוואדאווער.
נה. צווישן סאטמארער רב און זיין איידעם דער סאסובער רבי.
נו. צווישן דער מהרש"ב מליובאוויטש און דער מלאך פון אמעריקע.
נז. צווישן רבי מנחם מענדל מליובאוויטש מיט חצר סאטמאר.
נח. צווישן צאנזער רב און זיין זון דער שינאווער רב.
נט. צווישן ביאלע לוגאנו רבי שליט"א ואחיו רבי דוד מביאלא ב"ב.
ס. צווישן רבי משה מרדכי מלעלוב און היינטיגער סטאלינער רבי.
סא. צווישן רבי אייזיקל קאמארנער און רבי אייזיקל זידיטשויבער.
סב. צווישן די ברידער, רבי שמעון ורבי אלטר [ורבי אברהם] לעלובער.
סג. צווישן רבי ברוכ'ל מעזיבוזער און דער בעל התניא.
סד. צווישן רבי ברוכ'ל מעזיבוזער און רבי נחמן מברסלב.
סה. צווישן רבי ברוך פנחס מסקאליע און ...


ס'איז טאקע איין גרויסע לאקשן-קוגל, אבער פארט א דבר הראוי לציון. און אגב, ס'האט גענומען סאך לענגער ווי צוויי דריי מינוט צאמצושטעלן...

דער אשכול פארמאגט 126 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר