בלאט 1 פון 1

על דא ועל הא

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 10:59 pm
דורך ונבנתה העיר
איך האב זיך לעצטענס איינגעהאנדעלט א בריטישע צייטונג פון יאהר 1768 - תקכ"ח.

דאס איז אכט יאר פאר די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן, ווען זי איז נאך געווען אונטער בריטישע הערשאפט. צווישן די נייעס פון 'אמעריקא' זעה איך א שטיקל פון באסטאן [די הארץ פון די רעוואלוציע] - גראדע פון יולי 4 - עפעס איבער דעם קעניג און טעקסעישאן. איינע פון די עיקר טענות זענען געווען איבער שטייערן, ככתוב, נאו טעקסעישאן וויטאוט רעפרעזענטעישאן [אין דעם בריטישן פארלימענט], איז מיין פראגע צו די יודעים קענען עס אפשר אויסקלארן, און צו איז עס שוין בכלל געווען אויפן טיש אין 1768.

[כ'זעה אז אינעם אלטן ענגליש שטייט א f אנטשטאט א s.]

20150702_221053__1435890922_66.87.116.15.jpg
20150702_221053__1435890922_66.87.116.15.jpg (222.52 KiB) געזען געווארן 7201 מאל


mm__1435891070_66.87.116.15.jpg
mm__1435891070_66.87.116.15.jpg (136.49 KiB) געזען געווארן 7201 מאל

--------------

דערנאך האב איך זיך איינגעשאפט א ניו יארק טיימס פון 1942 וואו עס ווערט באריכטעט איבער הימלער'ס שחיטות אויף די פוילישע אידן. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו ליינען די פונקליכע באריכטן איבער אוישוויץ, באנען און גאז קאמערן, כ'האב נישט געוואוסט אז אין 42' איז עס שוין געווען באקאנט אין אמעריקא.

1__1435891891_66.87.116.15.jpg
1__1435891891_66.87.116.15.jpg (177.62 KiB) געזען געווארן 7201 מאל

2__1435892065_66.87.116.15.jpg
2__1435892065_66.87.116.15.jpg (195.64 KiB) געזען געווארן 7201 מאל

3__1435892172_66.87.116.15.jpg
3__1435892172_66.87.116.15.jpg (175.55 KiB) געזען געווארן 7201 מאל