בלאט 1 פון 1

זכור ימות עולם (היום יום)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 12:43 pm
דורך שעפטל
איך האב מיך לעצטענס באגעגענט מיט א טעגליכע פאפיר, מיטן נאמען "היום יום", דאס קומט ארויס יעדן טאג אין קרית יואל. דארטן איז דא א "זכור ימות עולם" ביילאגע, פון אידישע היסטאריע.

אזוי רעדענדיג פריער מיט איינעם, האמער פונקט גערעדט פון א שטיקל היסטאריע וואס איז דארט געווען געשריבן, כ'האב אים געזאגט ווי איך האב דאס געזעהן, פרעגט ער מיר "פארוואס לייגסטו עס נישט ארויף??" יענער פרעגט גאנץ גוט, אבער לאמיתו, קיין רשות האב איך נישט געבעטן... געב איך זיי קרעדיט דערפאר... און ווער עס וויל זיך דארטן איינשרייבן זאל שיקן אן אימעיל צו: hayoim@gmail.com

אויב די מנהלים שפירן אז דאס איז אן עולה זאלן זיי דאס פארמעקן, און פארשטייט זיך נאכדערצו אויב די ארויסגעבער האבן דערויף טענות

איך וועל פרובירן ווי ווייט מעגליך ארויפצולייגן זייערע אינטערסאנטע היסטאריע.