בלאט 8 פון 9
י"ב שבט
נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:36 am
דורך שעפטל
ה'רנ"ו: גירוש פארטוגאל - דער קעניג מאנועל פון פארטוגאל האט געוואלט אריינקומען אין די פאמיליע פון שפאנישן קעניג פערדינאנד, האט זיך דער לעצטער אויסגענומען אז פארטוגאל מוז זיך אנשליסן מיט שפאניע צו צווינגען די אידן צו שמד ר"ל אדער פארטריבן ווערן. מאנועל האט עס אנגענומען און אין דעם טאג ארויסגעגעבן די ביטערע גזירה, מיט צייט פון 11 חדשים ביז'ן גירוש. רוב פון די אידן אין פארטוגאל זענען געווען פליטים פון גירוש שפאניע פינעף יאר בעפאר. [וי"א כ"ג טבת].
ה'תק"נ: די פראנצויזישע רעגירונג גיט פולע בירגערשאפט פאר די אידן אין בארדאו.
ה'תקס"ט: אין פרעשבורג האט פאסירט א שווערע פארפלייצונג ביים ארטיגן בית החיים. די שטורמישע וואסערן האבן צובראכן מצבות און געשעדיגט צענדליגער קברים.
ה'תרס"א: א הספד לכבוד המלכות איז פארגעקומען אין די "חורבה שוהל" אין ירושלים עיה"ק, מיט די באטייליגונג פון גדולי ישראל, צו באעהרן די פארשטארבענע קעניגין פון די בריטישע מלוכה, וואס האט דאן געהערשט אויף ארה"ק. עס איז געווען אזא עולם אז מען האט געדארפט רופן פאליציי צו האלטן קאנטראל.
י"ג שבט
נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:43 am
דורך שעפטל
ה'קע"ט: ביים "הונדערט יאר מלחמה" צווישן ענגלאנד און פראנקרייך, איז אין דעם טאג געלונגען פאר'ן בריטישן קעניג הענרי דער 5'טער איינצונעמען נארמאנדי (דאן א קליינע מלוכה, שפעטער טייל פון פראנקרייך). מיט דעם זיג זענען אידן געווארן צוריק אריינגעלאזט אין נארמאנדי די ערשטע מאל זינט די גירוש פון ה'נ'. אידן האבן שוין געוואוינט אין נארמאנדי זינט ווייניגסטנס ד'תשס"ז, אבער מעגליך נאך פריער.
ה'תש"ה: די רוסישע ארמיי איז אנגעקומען אין "אוישוויץ" און "בירקענאו", און ארום זיבן טויזנט פארבליבענע אידן דארט זענען באפרייט געווארן מאפילה לאורה. [וי"א י"ב שבט].
ה'תשי"ג: ארגענטינע פרעזידענט וואן פעראן דערקלערט, אז אידישע פליטים וואס ווילן פארלאזן רוסלאנד, אדער סיי וועלכע לאנד אונטער סאוויעט רוסלאנד, ווערן באקוועם אריינגעלאזט אין לאנד.
ה'תשס"ג: די ספעיס שאטל "קאלאמביע" פליט ארויס צום אינטערנאציאנעלן ספעיס סטאנציע, מיט זיבן אסטראנאטן (איין איד צווישן זיי [הערת שעפטל: אילן רמון]). צוויי וואכן שפעטער, ביים צוריק קומען, האט דער שאטל עקספלאדירט אין די לופטן, אומברענגנדיג אלע זיבן אסטראנאטן. ביים ארויפפליען איז אראפגעפאלן א שטיקל פאום, און ביים צוריק קומען האט דאס ערלויבט שעדליכע גאז אריינצוגיין אינווייניג און פאטאל שעדיגן די שאטל.
י"ד שבט
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:13 am
דורך שעפטל
ה'תק"נ: פראנקרייך גיט אפיציעלע בירגערשאפט פאר אידן וואס שטאמען פון פארטוגאל און אוויגנאן, און א יאר שפעטער פאר אידן פון עלזאץ.
ה'תצ"ח: דער גביר און שתדלן ר' יוסף בן ר' ישכר זיסקינד אפענהיימער הי"ד, אויך גערופן אין היסטאריע יוסף זיס, איז אומגעקומען עקד"ה אין וויען, נאך א לאנגע קאריערע פון פינאנצירן די מלכים ושרים פון עסטרייך און ארומיגע לענדער. ער איז ארעסטירט געווארן ראש השנה תצ"ח. במשך זיין שמאכטן אין טורמע חדשים לאנג האט ער פארברענגט מיט תשובה, תעניתים און סיגופים. ביים ווערן ארויסגעפירט צו די תלי' האט ער געבעטן דעם אידישן רב מפרסם צו זיין אז ער האט תשובה געטאן און מקדש געווען שם שמים מיט מסי"נ ממש, און ער האט איבערגעלאזט רוב פון זיין פארמעגן פאר תלמוד תורה'ס. ער האט אפגעווארפן אלע פרואווען פון די גלחים אים איבערצורעדן צו שמד ח"ו, און מיט א מעכטיגע אויסגעשריי פון "שמע ישראל" אויף די ליפן יצאה נשמתו בקדושה ובטהרה.
ה'תרצ"ד: אין מאנטיפיורי שפיטאל אין די בראנקס ווערט אפגעצייכנט די באהאנדלונג פונעם עלטסטן פאציענט אין שפיטאל'ס היסטאריע ביז דאן, דער איד משה מענדל פען, אין עלטער פון 109 יאר. ער האלט זיך אינמיטן ערהוילן פון א סטראוק אכט חדשים פריער.
ה'תשע"א: די ראשי הקהלה פון די אידישע געמיינדע אין טוניזיע פארלאזן דאס לאנד צוליב די שווערע אומרוען. דאס איז געווען די אריגינעלע אנהויב פון די "אראבישע פרילינג" אויפשטאנד וואס האט איבערגעדרייט פילע מדינות אין אפריקא און מיטל מזרח, פירנדיג צו כאאס אין ליביע, עגיפטן, סיריע, אא"וו, און דער מצב איז נאך אלץ כאאטיש פון דעם ביז'ן היינטיגן טאג.
חמשה עשר בשבט
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:18 am
דורך שעפטל
ה'רנ"ב: די אידישע שאנצינא דרוק אין איטאליע גיט ארויס די ערשטע דרוק פון חמשה חומשי תורה מיט חמש מגילות און אלע הפטורות.
ה'תק"ט: די הערשער אין סיציליע רופן צוריק די אידן אין שטאט אריין, דריי הונדערט יאר נאך א גזירת גירוש. די עקאנאמישע מצב אין לאנד איז געווארן אזוי שווער, אז די הערשער האבן באשלאסן צו רופן די אידן צו ראטעווען דעם מצב.
ה'תקנ"ג: אין דעם טאג איז דער בארימטער גר צדק ישראל בן אברהם גארדאן (פריער א בריטישער "הער" און "אדעלמאן") געווארן צוריק געפירט אין טורמע (אין די "לאנדאן טאוער"), נאך א געריכט פארהער איבער זיין פארטיידיגונג, וויבאלד ער האט נאר געוואלט נעמען עדות אידן שומתומ"צ, און דער געריכט האט נישט אנערקענט אידן פאר לעגאלע עדות.
ער איז ארעסטירט געווארן פאר פראטעסטן קעגן די בריטישע הערשער יענע צייט. נאך זיין גיור, און מילה כהלכה, האט ער מקדש געווען שם שמים ברבים מיט מסי"נ ממש. ער האט געבעטן און באקומען כשר'ע עסן, אפילו וויין און חלות אויף שב"ק און יו"ט. ער האט געלייגט א מזוזה אויף זיין טורמע צעל, און געהאט דארט מנין יעדן שב"ק. זייענדיג א פאפולערער מענטש איבער'ן לאנד האט ער געהאט פילע גויאישע באזוכער אין טורמע, אבער ער האט געבעטן די וועכטער אז אידן זאל מען נאר אריינלאזן צו אים אויב זיי האבן בארד, פיאות און יארמולקע! נאך זיין 5 יאר טערמין האט ער געקענט באפרייט ווערן, אבער נאר מיט עדות אויף זיין אומשולד, און כנ"ל האט ער נאר געוואלט נעמען ערליכע אידן אלס עדות. אויך האט ער נישט געוואלט אויסטאן זיין יארמולקע אין געריכט, און ווען מ'האט עס גענומען מיט די געוואלד האט ער אנגעבינדן א טיכל אויף זיין קאפ. ער איז נפטר געווארן אין טורמע כמעט א יאר שפעטער, ז"ך חשון, תקנ"ד.
ה'תרי"א: אין קאיאגא קאונטי, אפסטעיט ניו יארק, האט א ריכטער פאראורטיילט דזשאן באהאם צו טויט שטראף דורך א תלי', פאר'ן אומברענגען, צוזאמען מיט צוויי ברידער, דעם אידישן סוחר נתן אדלער הי"ד אין סיראקיוז.
ט"ז שבט
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:55 am
דורך שעפטל
ה'רל"ח: די "וואשינגטאן הגדה" איז פארטיג געווארן אין דעם טאג, געשריבן און אילוסטרירט דורך יואל בן שמעון, אויך גערופן פייבוש אשכנזי פון באן. עס איז איינע פון די שענסטע הגדות אין היסטאריע. ער האט געשריבן עלף באזונדערע הגדות מיט זיין כתב יד און הערליכע אילוסטראציעס, וואס זענען צושפרייט איבער די וועלט. איינס דערפון הייסט די "וואשינגטאן הגדה" ווייל עס ליגט אין לייברערי אוו קאנגרעס, אין וואשינגטאן הבירה. [וי"א כ"ה שבט].
ה'תצ"ג: ער קעניג פון פוילן, אוגוסטוס דער צווייטער, איז געשטארבן. ער איז געווען רעלאטיוו פריינטליך צו אידן וויבאלד ער איז אנגעקומען צו די כסא מלוכה דורך די אינטערווענץ פונעם בארימטן שתדלן, גביר און מקורב למלכות ר' בעריש לעהמאן ז"ל. (דער קעניג איז אויך געהאלפן געווארן דורך פעלדמארשאל היינריך גראף וואן פלעמינג...
יא, די "מעשה" איז אביסל אמת, כאטש צוגעלייגט אסאך זאלץ און פעפער).
ה'תשכ"ה: דער פירער פראנקא פון שפאניע טרעפט זיך מיט אידישע פארשטייער איבער נייע צוקונפט פון אידן אין לאנד, די ערשטע אזא באגעגעניש זינט גירוש שפאניע.
י"ז שבט
נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 2:14 pm
דורך שעפטל
ה'ק"פ: פורים סאראגאסא (וי"א "סיראקיוז"). אידן אין די שטאט, אין שפאניע, פלעגן מקבל פנים זיין דעם קיסר מיט ליידיגע שיידלען פון די ספרי תורה. א מומר האט פאר'מסר'ט ביים קעניג אז מען פארשעמט אים אזוי, און עס האט געדראעט א שווערע גזירה. דאס איז אנגעקומען צו די אידן דורך א נס מן השמים, און די אידן האבן זיך צוגעגרייט. ביים קומענדיגן קבלת פנים האט ער געהייסן עפענען די שיידלען און... די ספרי תורה זענען דארט געווען. דער מומר און אלע שונאי ישראל האבן געהאט א גרויסע מפלה און די אידן האבן פארצייכנט דעם טאג אלס "פורים סאראגאסא."
ה'תרע"ט: אין דעם טאג איז געעפנט געווארן די "פאריז שלו' קאנפערענץ" אין ווארסיי, פראנקרייך, נאך ענדע פון די ערשטע וועלט מלחמה, צו אהערשטעלן א נייע ארדענונג אין אייראפע און מיטל מזרח.
ה'תרפ"ג: "אינסטאון עירליין" האט געעפנט די ערשטע עראפלאן ליניעס צווישן אייראפע, טערקיי און ארץ ישראל. (אינסטאון עירליין איז שפעטער אריין אין "אימפעריעל עירליינס" וואס איז געווארן טייל פון "בריטיש אווערסיס עירליין" וואס איז שפעטער געווארן "בריטיש עירוועיס").
ה'תש"ג: ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן די בריטישע ארמייען אין צפון אפריקע באזיגט די דייטשע ארמייען אין ליביע.
ח"י שבט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:30 pm
דורך שעפטל
ה'תקמ"ח: דער ערשטער שיף טראנספארט פון בריטישע ארעסטאנטן קומט אן קיין סידני, אויסטראליע, וואס די בריטישע אימפעריע גרינדעט אלס תפיסה קאלאניע. צווישן די ארעסטאנטן זענען דא אכט אידן, דערונטער א יונג קינד וואס איז באשולדיגט געוווארן מיט "גנב'נען א שטיקל וואל". [וי"א ט' שבט].
ה'תרס"ד: יום שמחת אפריון פון רבינו הק' [הדברי יואל] מסאטמאר זי"ע (בזוו"ר [הערת שעפטל: מיט הרבנית הצדיקת חוה ע"ה, בת הרה"ק מ'פלאנטש זי"ע]), אין שטאט סיגוט, בשעת דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע איז געווען אין שטוב גאר שוואך. דער קדוי"ט האט דאן אנגעוואונטשן פאר'ן רבי'ן צו זיין א רבי און מנהג סיי וואו ער גייט, צו האבן כוח צו פאסטן בבריאות השלימות לאורך ימים טובים, און ער האט אים געגעבן די ר"ת תפילין. באלד נאך די שבע ברכות (כ"ט שבט) איז דער קדוי"ט נסתלק געווארן.
ה'תשי"ג: אונגארן און טשעכאסלאוואקיע שליסן זיך אן אין קאמוניסטישן "סאוויעטן פארבאנד" צו פארשפרייטן אנטיסעמיטישע בלבולים קעגן אידן, און נעמען זיך ארויסווארפן אידן פון וויכטיגע פאזיציעס אין לאנד.
י"ט שבט
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 1:36 pm
דורך שעפטל
ה'תקס"ה: שתדלנים אין דייטשע פראווינצן דארמשטאדט און רעיזבאן זענען מבטל גזירה פון "לעב-צאל", א שטייער וואס אידן האבן געדארפט באצאלן אריינצוקומען אין שטעט אויסער די אייגענע היימשטאט.
ה'תרס"ב: די "שערי צדק" שפיטאל ווערט געגרינדעט אין ירושלים עיה"ק, דורך דעם בארימטן דאקטאר און איש החסד דר. משה וואלאך, וועלכער האט עס אנגעפירט, און געוואוינט אין שפיטאל כל ימיו, 45 יאר ביז זיין פטירה. עס איז עד היום די גרעסטע שפיטאל אין ירושלים עיה"ק (זינט תשע"ב צוזאמען מיט "ביקור חולים" שפיטאל).
ה'תרע"ה: ביי די ערשטע וועלט מלחמה קומען פאר שווערע שלאכטן צווישן די טערקן און בריטישע ארמייען. די טערקן פרובירן אריבערצוגיין די סועז קאנאל צו עגיפטן, אבער די בריטישע האלטן זיי צוריק. די טערקן האבן געליטן גרויסע פארלוסטן, און זיך צוריק געצויגן ביז באר שבע.
ה'תרפ"ו: דער סופרים קאורט אין קאנאדא גיט ארויס וויכטיגע אורטייל, אז אידן אין קוויבעק האבן די לעגאלע רעכט צו גרינדן אייגענע מוסדות התורה, און דארפן נישט זיין אונטערווארפן די לאקאלע אלגעמיינע שולעס. דער אורטייל האט געעפנט די טויערן פאר די היינטיגע בליענדע מוסדות התורה והחינוך אין מאנטרעאל און קרית טאהש.
ה'תשס"ב: דניאל פערל הי"ד, דער אידישער דזשורנארליסט פאר די "וואל סטריט דזשורנאל", ווערט אומגעברענגט דורך "על קאידא" טעראריסטן. זיינע לעצטע ווערטער זענען געווען, "מיין טאטע איז א איד, מיין מאמע איז א איד, און איך בין א איד".
כ' שבט
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 1:37 pm
דורך שעפטל
ה'רס"ג: די ערשטע דרוק פונעם בארימטן ספר "צרור המור" פון הגאון רבי אברהם סבע זצ"ל. ביים גירוש שפאניע איז דער גאון אנטלאפן קיין פארטוגאל. ווען די אינקוויזיציע איז נאכגעקומען אהין אפאר יאר שפעטער, האט ער געליטן צרות קשות ועינויים מרים. ער האט באהאלטן זיינע כתבי ידות אונטער אן איילבירטן בוים אין ליסבאן און אנטלאפן קיין פעז, מאראקא, און פון דארט קיין טערקי, וואו ער האט איבערגעשריבן אלע ספרים פונדאסניי, און מזכה געווען כלל ישראל מיט די בארימטע חיבורים עד היום הזה.
כ"א שבט
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2016 11:04 am
דורך שעפטל
ה'תי"ז: דער בריטישער הערשער אליווער קראמוועל האט ערלויבט איין איינציגן איד אריינצוקומען אין לאנד, די ערשטע אזא טאלעראנץ פאר אידן דורך די בריטישע אין פילע הונדערטער יארן.
ה'תקל"ה: די הערשער אין ווארשא הייסן צעווארפן א נייע אידישע געגנט גערופן "נייע ירושלים", און גיבן ארויס א גירוש קעגן אלע אידן
כ"ב שבט
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2016 11:07 am
דורך שעפטל
ג' אלפים, בין תכ"ו ותל"ח: א יו"ט פאר אידן ביי די צייטן פון שמעון הצדיק ביים צווייטן בית המקדש, ווען דער מלך יון גסקלגס איז געהרגט געווארן, און מיט דעם איז בטל געווארן די ביטערע גזירה פון צלם בהיכל. די שמועות וועגן די גזירה האט מען אנגעהויבן צו הערן שוין ערב סוכות, און מען האט עוסק געווען בתפילה ותעניתים ביז היינט, ווען שמעון הצדיק האט געהערט א בת קול פון קודש הקדשים אז די גזירה איז בטל און ער האט געמאכט א יום טוב.
ה'תק"ב: די אידן אין ליווארני, איטאליע, האבן געהאט א גרויסן נס, אין די תקופה פון הרב מלאכי הכהן, און מען פראוועט דעם טאג מיט תפילות ופיוטים.
ה'תקנ"א: די פראנצויזישע רעגירונג גיט פולע בירגערשאפט רעכטן פאר די אידן פון עלזאץ און לארעין פראווינצן.
ה'תשס"ו: ד. אוירווינג ווערט פאראורטיילט אין עסטרייך צו דריי יאר טורמע פאר אפלייקענען חורבן אייראפע. ער האט פריער געהאט אנגעקלאגט אין ענגלאנד א אידישן שרייבער פאר'ן "אטאקירן" זיינע אנטיסעמיטישע אנשויאונגען, אבער האט פארלוירן, און באקומען א שטראף פון 3.2 מיליאן דאלאר. נאכדעם איז ער אנטלאפן קיין עסטרייך וואו ער איז ארעסטירט געווארן, און אפגעזיצן 3 יאר אין טורמע.
כ"ג שבט
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 10:04 am
דורך שעפטל
ד'תק"ט: א שווערע ערדציטערניש כמעט דרייצן הונדערט יאר צוריק, גערופן "רעש השביעית", האט באטראפן די ים כנרת און פילע שטעט, מיט פילע קרבנות אין בית שאן, טברי', רמלה און אפילו ירושלים עיה"ק, און גדולי ישראל האבן דערקלערט דעם טאג פאר א תענית.
ה'כ"ז: די הערשער אין שלעזיען גיבן ארויס א גזירה, אז די אידן אינעם פראווינץ מוזן גיין מיט א ספעציעלע היט אין די עפנטליכקייט.
ה'צ"ח: אין דעם טאג האט דער רלב"ג זי"ע מסיים געווען זיין ספר על התורה.
ה'תקכ"ה: אין דעם טאג איז הרה"ק רבי איציקל האמבורגער זי"ע געווארן אויפגענומען אלס רב אין האמבורג (אה"ו).
ה'תר"ה: הגאון הגדול רבי נתן אדלער זצ"ל (השני) בעל "נתינה לגר" באקומט ערלויבעניש פון די דייטשע רעגירונג צו פארלאזן האנאווער, און אזוי זיך קענען אריבערציען קיין לאנדאן און אננעמען די כסא הרבנות פון די הויפטשטאט וכל מלכות בריטאניא.
ה'תרכ"ט: אין דעם טאג כ"ג שבט האט זיך אנגעהויבן דער "טיילונג אין אונגארן", ווען די רעפארמער ביים "קאנגרעס" האבן אפען מחרף ומגדף געווען שם שמים און דת תורתינו הקדושה, און דער הייליגער מונקאטשער רב בעל "מחנה חיים" זי"ע איז ארויף אויפ'ן טיש און געשריגן "מי לד' אלי?! ביי וועמען דער בורא כל עולמים און זיין תורה זענען הייליג, זאל זיך אויפהייבן און פארלאזן דעם זאל!" אלע גדולי ישראל מנהיגי הדור זענען באלד ארויס פונעם זאל, ופני הרעפארמער חפו. דער מחנה חיים איז דאן ארויס מעוטף בטלית און געהאלטן דרשות אין די גאסן קעגן די רעפארמער מיט קולות און בכיות וואס האבן אויפגעשטורעמט און געראטעוועט יהדות אונגארן. ער האט געבעטן מען זאל אים אנטאן דעם טלית נאך זיין פטירה.
ה'תרל"ג: אין דעם טאג האט הגה"ק מוהר"י מבעלזא זי"ע, מיט הגה"ק רבי שמעון סופר זי"ע פון קראקא און נאך גדולי ישראל, מייסד געווען די "מחזיקי הדת" צו באקעמפן די רעפארמער און מהרסי הדת.
די יומא דהילולא פון הגה"ק מוהר"י זי"ע פאלט אויך אויס אין זעלבן טאג, נאכ'ן נסתלק ווערן עלעף יאר דערויף, כ"ג שבט ה'תרנ"ד
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:07 pm
דורך גיבור
שעפטל האט געשריבן:[ה'תשי"ד: אין ציוניסטישן געריכט האט זיך געעפנט דער פראצעס קעגן רודאלף (ישראל) קאסטנער, וועלכער האט אנגעפירט דעם "קאסטנער טראנספארט" פון ארום זעכצן הונדערט אידן זיך צו ראטעווען ביים חורבן אייראפע מאפילה לאור גדול, דערונטער כ"ק מרן רבינו הק' הדברי יואל מסאטמאר זי"ע און נאך פיל גדולי ישראל, בהשתדלות פון ארטאדאקסישע עסקנים און ריזיגע געלטער. הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זי"ע איז גערופן געווארן אלס עדות, אבער ער האט נישט געוואלט גיין בשו"א וויבאלד ציוניסטישע געריכטן זענען "ערכאות של עכו"ם."
סתם פאר די רעקארד אהן אריינצוגיין אין צופיל דעטאלן אויף די פרשה וואס מען וואלט געמעגט עפענען א עקסטערע אשכול פאר דעם,
די משפט איז נישט געווען
אקעגן קאסטנער, נאר קאסטנער האט גערופן אין קאורט א צייטונג שרייבער מיטן נאמען מלכיאל גרינוואלד פארן עם באשמוצען, און די רעדל האט זיך איבערגעדרייט, און די רעשט איז היסטערי.......