דורך שעפטל » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 6:06 pm
אין דעם טאג האט רבינו ראש הגולה אבי מנהגי אשכז רבי יעקב הלוי (דער "מהרי"ל") גוזר תענית געווען אויף די גאנצע קהלה אין מגנצא (מיינץ), ווייל הושענא רבה אינדערפרי האט מען זיך טועה געווען און געלייגט טלית ותפילין לאנג פאר'ן עלות השחר, מיינענדיג אז די זון האט שוין אויפגעשיינט. ביים סוף פסוקי דזמרה האט מען באמערקט דעם טעות, און געווארט כמעט נאך א שעה צייט ביז נאכ'ן עלות צו קענען דאווענען ווייטער. דער מהרי"ל האט אזוי מחמיר געווען איבער'ן גרויסן טעות צוליב די פילע שמות און ברכות לבטלה פונעם גאנצן קהל, און האט געפינען א סמך בקרא אז צוליב קדושת יו"ט דארף מען מדחה זיין אזא תענית ביז נאך יו"ט אבער נאך אלץ אין זעלבן חודש, איז עס נקבע געווארן אויף דעם טאג. מען האט געזאגט סליחות, געליינט "ויחל," און דער גאנצער עולם איז געווען שרוי בתענית, ווי געברענגט אין ספר מהרי"ל הלכות סוכה. [די יאר פון די מעשה נורא ווערט נישט דערמאנט אין ספרי הקורות, אבער דער מהרי"ל האט געלעבט אין די ערשטע תקופה נאך די בעלי תוס' והראשונים, אין די יארן ה"א ק"כ-קפ"ז.]
ה'רי"א: אין דעם טאג האט דער קייסער פון בעהרן ארעסטירט די אידן פון פערציג שטעט אינעם פראווינץ, צוגערויבט זייערע פארמעגנס, און נאכדעם פארטריבן.
ה'תש"ה: די "נילאשעס," נאצי-אליאירטע אנטיסעמיטן, נעמען איבער די הערשאפט אין אונגארן, און נעמען זיך אטאקירן די אידן מיט צרות צרורות, מיט'ן הויכפונקט די שוידערליכע הריגות ביים טייך וואס לויפט אדורך אינמיטן די הויפטשטאט בודאפעסט, הי"ד. (דאס איז דער באדייט פונעם געדענקמאל ביים טייך וואס באשטייט פון "שיך")
ה'תשס"ה: געוויסע היסטאריקער קומען צום אויספיר אז אין די צייטן פון חורבן אייראפע האט דער אמעריקאנער פרעזידענט רוזוועלט פערזענליך געגעבן א באפעל פאר די אליאירטע כוחות קעגן באמבארדירן אוישוויץ.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...