די השתלשלות פון שירה און פיוט ביי אידן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

די השתלשלות פון שירה און פיוט ביי אידן

שליחה דורך moshav zekeinim »

אז מען רעדט פון פיוטים איז כדי צו כאפן א איבערבליק וויאזוי עס האט זיך אנטוויקלט צום קלאסישן פארעם פון די באקאנטע פיוטים בימי הראשונים.

עס ווייסט יעדער אז דער געדאנק פון שיר! איז נישט קיין זאך וואס איז אויפגעקומען אין די מיטל אלטער. יעדער קען דעם אז ישיר משה און יעדער ווייסט פון שירת דבורה וחנה הנבואות. יעדער ווייסט פון די ספרי נביאים אחרונים און די ספרי אמ"ת (איוב משלי תהילים) שיר השירים און איכה אין כתיבים. וועלעכע זענען אלע סוגים פון שירה.

אויסער גלאנציגע אדער פארנעפלטע פראזן, האבן אבער די שירים נישט פארמאגט קיין טעכנישע קונסט, אזוי ווי גראמען וכד', דערפאר איז אבער דער שפראך נורא נוראות מיט זיין שיינקיט פרוכבארקייט קאלירפולקייט טיפזיניגקייט און שארפקייט, די מערסטע בולט איז עס אין ישעי' וואס זיין ביוטי און נשמה קען צונעמען א מענטש.

פונדעסטוועגן קען מען נישט זאגן אז די שירי תנ"ך פארמאגט נישט קיין טעכניקן. קודם כל די קורצע פסוקים מיט אן אתנחתה אינדערמיט ווייזט אז עס האט פארמאגט א שטיקל משקל, און צומאל שפילט זיך עס מיט ענליכע ווערטער איינס נעבן אנדערן אזוי ווי שפיל ווערטער, און ועל כולם די פרקים וועלעכע זענען מיוסד על סדר א"ב, ווי אשרי יושבי, אשת חיל, און די פרקי איכה (אגב, האט חברינו ר' יצחק לאווי @לעקוואד מפרסם געווען פאר ת"ב א שיינע ביאור אויף די פרקים בתנ"ך המיוסדים על סדר א"ב).

אויך תפילות וואס איז א ממוצע צווישן פיוט ודיבור געפונען מיר אין תנ"ך, אנגעהויבן פון די קורצע תפילה אויסדרוקן פון אברהם פאר סדום, משה פאר מרים (אנא קל נא רפא נא לה) און די תפילת זקני העיר ביי עגלה ערופה. און צום סוף תנ"ך די לאנגע הארציגע תפילות פון דניאל איש חמודות אויף וואס א טייל פון אונזערע סלוחות און תחנון זענען מיוסד.

שירה און חצי שירה'דיגע פראזן האבן אנגעהאלטן אפילו נאך די לעצטע נביאים חגי זכריה מלאכי (ווער קען די ניגונים "עוד ישבו" "והשוב לב"?! דאס זענען פסוקים פון די לעצטע נביאים). ספר בן סירא וואס איז בנוסח משלי, און אנדערע ספרים חצונים אין לשון הקודש וארמית וטאס זענען געשריבן אין פאיעטישע פראזן, אבער ווי עס ווייזט אויס פון די מגילת קומראן (ים המלח) האבן די בעלי נפש בתקופת בית שני מער געטון אין תמימות'דיגע תפילה ווי אין געקינסלטע שירה, און פיל פון אונזערע תפילות פון סידור ווערן צום ערשטן מאל דערמאנט אין די תפילות אין די ספרי תפילות קומראן וועלעכע זענען לויט די השערה מתקופת בית שני.

צוביסליך האט זיך שירה און קונסט ביי די ראשי עם ישראל אויסגעלאשן, די מנהיגים זענען מער געווען פארטון אין ד' אמות של הלכה און גאר רעאקציאנירן קעגן די גריכישע חכמה אןן קונסט וואס האט כולל געווען שירה מיט זייער נאמען פאיעט. בו בעת וואס יהדות מצרים היוונית האט געבליעט מיט די ניי אויפגעקומען פילאזאפיעס און קונסט.

במשך די תקופת התנאים והאמוראים בא"י ובבל געפונען מיר כמעט בלויז תפילות, אזוי ווי די יהי רצון'ס, און די תפילות פון רב וועלעכע האט לויט די מסורה מיסד געווען די מלכות זכרונות שופרות.

אלזא, ווען האט זיך שירה צוריק אויפגעוועקט ביי די סמעטענע פון יהדות און אריין גענומען געווארן אין די גלות געגרינדעטע תפילות, און מיט א גענצליך פנים חדשות?

דאס האט זיך אנגעהויבן בתקופת הסבוראים בא"י בין כיבוש הפרסי הקצרה לכיבוש הערבי הגדולה
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר