אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויזניץ]

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויזניץ]

שליחה דורך אדנירם »

[center]הקדמה.[/center]
אדורכגייענדיג דעם אשכול, האב איך געזען אז מקום הניחו לי להוסיף כמה פרטים איבערן פרשת רבי משה'לע און זיין זון רבי ישראל'טשע מ'וויזניץ. האב איך אנגעהויבן שרייבן, אבער כמעשהו ב'הרב בנימין אייזנבערגער' כך מעשהו כאן. ס'איז נתארך געווארן גאר לאנג, אז כ'האב מיך דערזען מיט גענוג חומר פאר א נייער אשכול [וויי איז מיר. א נקודה'לע צוויי, ווערט מיר א ריזן אשכול. כאטש אידן האבן הנאה דערפון].

למעשה קען זיין אז מיינע ווערטער זענען צו שארף, אדער צו ווייך, און קען זיין אז ס'איז נישט גענוג לפי כבודו של מישהו, און כ'וואלט געדארפט גונז זיין דעם ארטיקל.

אבער היות די פאקטן זענען ממילא באקאנט, און אודאי ווען מ'האט שוין סייווי אויפגעעפנט אן אשכול מיוחד פון 12 בלעטער אויסצוקייען די פרשה, און ערגער פון דעם - זענען די קשיות נאכאלס פארבליבן. האב איך געקלערט אפשר וועלן מיינע ווערטער אביסל קלארשטעלן געוויסע פונקטן, והרי שלך לפניך:


אינטרעסאנט ווי דער עולם האט דא גע'חקרנ'ט אזוי לאנג צו פארשטיין וואס איז פשט פון רבי משה'לעס זיך מתאכזר זיין אזוי שטארק אויף אן אייגן קינד. מ'האט פרובירט צו מנתח זיין די א.ג. עוולות פון רבי ישראל'טשע צו זען אויב ס'האט גענוג געקענט אויפרעגן דעם טאטן... איינער האט אפילו געהאט א ריזן פראבלעם מיטן 'סתירה' פון א מענטש וואס איז געווען אזא לב רחום צו אנדערע, און אזא אכזר צו א זון.

לדעתי איז סאך גרינגער אריינצוקריכן בנבכי נפשו פונעם טאטן, און כאטש ס'וועט נישט פארענטפערן וויאזוי א טאטע קען זיין אזוי געמיין צו א זון, קען עס אבער מסביר זיין אביסל דער מהות פון ר' משה'לע, און דאדורך דעם קענען זאכן האפנטליך פארענטפערט ווערן [אפילו אז נישט 'מצדיק' זיין, קען מען כאטש 'פארשטיין'].

דער אשכול פארמאגט 101 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר