בלאט 1 פון 1

הדלקת נר א' דחנוכה תשל"ג אצל האדמו"ר מ'סאטמאר זי"ע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 9:07 pm
דורך ליפא
אויף דעם אדיא קליפ קען מען הערן דעם רבי'ן זי"ע מאכן די דריי ברכות, מיט א פייער, ס'כאפט א ציטער און שטארקע געפיל, און דערנאך הערט מען זינגען "הנרות", און "מעוז צור".
די הנרות ניגון געפעלט מיר גאר שטארק, ווי אויך הערט מען עטליכע אינגעלך (ילדי הפלא בלשונינו) וואס זינגען הערליך אינעם קווייער.

איינער האט עס אפגעכאפט ליל ראשון דחנוכה שנת תשל"ג.

כ'ווייס נישט אויב ס'דא ערגעץ אנדערש א רקארדינג דערפון, אבער כ'שטעל זיך פאר אז יא.

נר א' דחנוכה סאטמאר תשל"ג

קרעדיט א''וו