אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע פאלקס מעשה'לעך

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע פאלקס מעשה'לעך

שליחה דורך מאטי »

אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע מעשה'לעך,
ווער ס'וויל קען צולייגען.

............גרונעם איז קיינמאל פון די חסידים געווען, קוים אמאל געהערט פון זיי. זיין קריינדל האט גראדע יא געהערט פון זיי און אז אידן ווערן כסדר געהאלפן ביי זייערע רביים. האט זי אים אנגעהויבן צו דערקוטשען ער זאל פרובירן דעם מיטל אפשר וועט פון דארט קומען די ישועה.
וואס דרייסטו דעם קאפ! האט גרונעם זיך געאייסערט, איך קען זיי נישט! כ'האב מיט זיי קיין געטועכטס וואס וועלן זיי מיר שוין קענען העלפן.
קריינדל האט געהאלטן אין איין מוטשען אבער ער האט זיך נישט געלאזט.
און טאקע צום סוף נאך אפאר וואכן וואס קריינדל האט אריינגעהאמערט אז גרונעם זאל פארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז גרונעם האלט נישט ביים גיין און ער איז טאקע "קיינמאל נישט" געפארן.........



........איך וועל דיר ארויסווארפן אויף די גאס! - האט דער פריץ געשריגען א בייזער, - דו קומסט מיר שוין פיר מאנאטליכע ראטעס! - האט חאצקעל געהערט זיין אויבערהאר ארויסזידן פון צווישן זיינע ציין.
ס'איז נישט געווען קיין ברירה, חאצקעל האט איינגעפאקט זיין טארבע מיטנעמענדיג אביסעלע שפייז און געפארן צום רבי'ן.
אנקומענדיג האט ער געזען גאנץ א "קליינע" שורה ווארטן אריינצוגיין צום רבי'ן, ס'האט נישט אויסגעפעלט קיין פראטעקציע אדער הויכע שליכצן דער גבאי זאל זיך באפאסן מיט אים.
דער רבי האט געפרעגט, פיר חדשים נישט באצאלט?? ווייזט זיך אויס דער קרעטשמע ביזנעס איז נישט פאר דיר, כ'מיין זאלסט גיין צו בי ענד עידש. צום סוף האט א צווייטער מער טויגליכער איבערגענומען די קרעטשמע און אלץ באצאלט אין צייט דער פריץ איז געבליבן לעבן ביז די דריי און ניינציג.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר