רבי ט"ס, און אנדערע וואס האבן דא מגיב געווען.
אני כשלעצמי - קענט איר זיך אליין פארשטעלן - אז איך האלט אז טאלעראנץ איז א מעגליכע זאך און עס וועט נאר אויפטון למען קיום העולם ותיקון השלם. ותשועה ברוב יועץ מיינט נישט אז די "רוב יועץ" האלטן אלע פון די שיטה, נאר אז די רוב יועץ האבן פארשידענארטיגע שיטות, דאך איז דאס די "ותשועה". איך האלט אז ווען מען טאלערירט זיך איינער דעם אנדערען וועט עס סוכ"ס ברענגן ריוח פאר אלע. לייגטס אוועק אייער פערזענליכע נגיעות, טראכטס אריין מיט אן אפענע קאפ, אבער טיף טיף, וועט איר קומען צו די זעלבע מסקנה. (אגב, קוקטס וויפיל בעק-טשענעל קאמיוניקאציע טוט אויף פארן וועלט. ישראל האט בעק-טשענעל קאמיוניקאציע מיט אסאך אראבישע לענדער, כאטש לפנים זענען זיי געשוואוירענע פיינט. אמעריקא האט אלעמאל געהאט א בעק-טשענעל מיט די קאמוניסטן. סאטמאר מיט אגודה, אגודה מיט ש"ס, וכו' וכו' דו"ק ותשכח.)
למעשה אבער זעהן מיר גאר אסאך אומטאלעראנץ פון אלע זייטן. למען קוצר הזמן לאמיר נאר רעדן איבער אונזערע געמיינדע. די א.ג. פרומע חסידישע האלטן זייער שטארק דאס התבדלות ווייל נאר אזוי האלטן זיי וועט מען קענען האלטן א קליין הייפעלע אמת'ע ריינע לויטערע אידן (וואטעווער דעט מינס). זיי האלטן אז אויב וועט מען זיך נישט אפשיידן פון מער מאדערנערע, אדער פון משפחות וואס גייען נישט אינגאנצן מיט זייער גאנג וועט עס אראפשלעפן די אנדערע. און פארדעם זענען דא די גאר שטרענגע תקנות אין די מוסדות. די אויסרייד איז אז די עלטערן וואס שוקן דא האלטן אז דאס-און-דאס איז נישט אויסגעהאלטן, ממילא דער וואס האלט נישט דער גדר מוז זיך טרעפן אן אנדערע פלאץ כדי נישט צו אראפשלעפן די פאר שלא כרעו לבעל. די זעלבע איז מיט א בית המדרש, אדער סתם א קאמיוניטי.
פארשטייט זיך אז וואס גרעסער די כלל איז אלץ ברייטער מוזן די גדרים זיין. אונטערשטעט שורה איז אז כדי צו האלטן די גדרים קען מען נישט טאלערירן די וואס האלטן אנדערש. (ואל תשיבנו אז מען טאלערירט זיי נאר זיי קענען נישט בלייבן דא, ווייל דאס איז וואס איך מיין, אויב קען ער דא נישט בלייבן, ער מיט זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אויסגעשלאסן אדער עכ"פ סעקאנד אדער טירד קלאס, דאס הייסט אומטאלעראנץ.)
די תירוץ איז מעגליך א גוטע תירוץ. איך אלץ – זעלבסט געהאלטענע – טאלערירער קען פארשטיין אזא גאנג און איך בין אקעי דערמיט. אין די זעלבע צייט האף איך אז די שטולע רעוואלוציע פון טאלעראנץ וואס דרינגט אריין שטייטליך אין אונזערע קאמיוניטי וועט זיך מער צושפרייטן למען תיקון השלם.
מייל שאלה איז נאר געווען אויב דאס איז א פאנטאזיע. ערשטענס, וועלן די אידן מיט די פארקערטע דעה פון מיר זייך לאזן טוישן מיט די צייט, אדער וועלן זיי פשוט ווערן א מיעוט פונעם כלל אז זייער מיינונג וועט נישט אנגיין קיינעם. צווייטענס, איז דא א סברא צו זאגן אז אומטאלעראנץ איז גאר א וויכטיגע שליסל צו קיום העולם צוליב דעם ווייל עס ברענגט קאמפיטישאן, און א יעדער ווייסט אז קאמפעטישאן איז גוט פאר ביזנעס.
די זעלבע שאלה איז לגבי, מדינות, רעליגיעס, ראסן, קולטורן, פאליטישע מיינונגען וכדומה.