אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך, אדער פארקערט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך, אדער פארקערט?

שליחה דורך הוגה »

עס איז דא דער באקאנטע שפריכווארט "ווען א איד טוט זיך אויס זיין שטריימל אין קראקא שמד'ט זיך א איד אין בערלין". פאר די וואס ווייסן נישט מיינט עס, אז אויב א איד מאדערניזירט זיך אביסל האט עס א ריפל עפעקט צו זיינע קרובים, חברים און שכנים און פון דארט גייט עס ווייטער און ווייטער ביז עס דערגרייכט די וואקעלדיגע איד און ער איז זיך מורה היתר צו זיך שמד'ן רח"ל.

דער ווארט האב איך געהערט אלץ קינד פון מיין טאטע ווען איך האב געוואלט קויפן מאדערנע גלעזער, פון מיין רבי אין חדר ווען ער האט מיך געזעהן שפילן באל, פון מיין רב ווען ער האט גערעדט איבער שייטלעך און נאך.

עטליכע זאכן באדערט מיך איבער דעם שפריכווארט.

לכאורה ווערט עס גענוצט צו דערשרעקן דעם אינגל/בחור/אינגערמאן, אז כאטש אפילו ער מיינט אז ער איז נאר משנה א קלייניגקייט ווי ברילן, שייטל אדער שטריימל, וואס מען קען דערויף נישט געפונען קיין בפירוש'ער איסור דאך זאלן זיינער רמ"ח איברים זיך ווארפן וויסנדיג אז זיין פעולה האט אזעלכע ווייט גרייכענדע קאנסיקווענצן אזש אז א איד וועט זיך שמד'ן לכבוד דעם.

איז עס אמת רעאליסטיש גערעדט? אויב איך טו אויס מיין שטריימל שמד'ט זיך א איד אטאמאטיש?

וואס וואלט שלעכט געווען צו זאגן אז ווען א איד אין קראקא טוט זיך אויס זיין שטריימל טוט זיך נאך א איד אין קראקא אויס זיין שטריימל?

עס איז דא נאך א באקאנטע שפריכווארט. "אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך. דאס מיינט אז די גויאישע/מאדערנע קולטור קלעטערט און כאפט זיך שטייטליך אריין ביי די אידן און האט אן השפעה אויף זיי. דאס איז עפעס וואס מען קען זעהן בחוש אז עס האט אן עפעקט סיי אויפן כלל און סיי אויפן פרט. (לאו דוקא אז עס איז א פראבלעם, ס'איז אבער א פאקט.)

זענען די צוויי כללים א סתירה? לכאורה יא. ווייל די ערשטע כלל זאגט אז די ירידה הייבט זיך אן אין קראקא און ענדיגט זיך אין בערלין. די צווייטע כלל זאגט אז די ירידה הייבט זיך אן אין בערלין און ענדיגט זיך אין קראקא. נו, וועלכער איז די אמת? אויסער אויב דו וועסט מאכן א פשט'ל אז עס איז א גלגל החוזר, דאן קומען מיר צוריק צום באקאנטע טשיקען - איי חקירה.

בכלל, בין איך בכלל מחוייב צו לעבן א גאנץ לעבן מיט א חשבן וואס דער איד אין בערלין וועט טון? דאס הייסט אז די סקווירא איד מוז אלעמאל טראגן שטיוול אפילו אויב ער איז קראנק אויף די פוס, די סאטמארער טאר נישט פארן אויף זיין טאטענ'ס לוי' אויב די איינציגסטע טיקעט איז אוועיליביל אויף אל על, און די ליטוואק מוז שטארבן פאר הונגער ווי איידער עסן ישן אלץ כדי די איד אין בערלין זאל זיך נישט שמד'ן?

נאך א חקירה וואס איך האב אלץ געהאט איבער דער נושא. ווען א גוי איז זיך מגייר אין בערלין טוט זיך א איד אן א שטריימל אין קראקא?


ן
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר