לב אבות על בנים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

לב אבות על בנים

שליחה דורך דבילה »

http://www.unpious.com/2013/04/making-f ... -priority/

אין די כמעט עמטליכע אויסגאבע פון די או.טי.די. קאמיוניטי, אנפייעס, ווערט היינט געשילדערט דורך לאה ווינצענט אן הארץ רייסענדע בילד פון עלטערן וואס ווערן אוועק געריסן פון די קינדער זייערע נאך וואס זיי טוישן זיך צו א נישט רעליגיעזן הילוך החיים. די עיקר שילדערט זי ווי אין פאל פון א גט טוט די געריכטליכע אונסטאנצן שטארק ארויס העלפן פאר די היימישע קונדן צו בלייבן מיט די קינדער און טון שלא במתכוין ערלויבן פאר די היימישע עסקנים צו גענצליך אפרייסן די קינדער פון די נישט פרומע עלטערן. די עיקר טענות וואס זי האט איז קעגן די אינסטאנצן און לגבי זיי טענה'ט זי מיט א שטארקייט אז פון א סעקולארן קוק ווינקל איז די מהלך נישט אויסגעהאלטן.

'ך וואונדער זיך בעיקר פון א אידישן קוק ווינקל. איז דאס אויסגעהאלטן צו באראבעווען קינדער פון זייערע עלטערן ווייל מיר ווילן "ראטעווען" די קינדער? זענען נישט רוב גדולים פונ'ם פריערדיקן דור געווען דערגעגן די "יאסעלע שוכמאכער" סומאטאכע? זענען נישט די שטיצער פון די דעמאלטצדיקע אקציע געווען יחידים עקסטרעמיסטן? און ווער געדענקט דען נישט די עקל ביים היימישן עולם פון העלבראנץ!

ווילט זיך אונז באמת אז די אמעריקאנע מלכות של חסד זאל נעמען די זעלבע ליניע ווי די היימישע עסקנים און באצוואונגען א פולקאמע סעקולארע חינוך פאר די בנים ובנות שלא טעמו טעם חטא? ס'לאזט זיך מיר כמעט נישט פארשטיין די היימישע שטעלונג אין דער נושא.

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר