די וויכטיגסטע הודאה זייט קאווע שטיבל שטייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3088
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4496 מאל

די וויכטיגסטע הודאה זייט קאווע שטיבל שטייט

שליחה דורך מאטי »

מיינע טייערע פריינד חברי השטיבל:
אקדמות איידער איך הייב אן מילין מיינע רייד (דאכט זיך דער וויכטיגסטער הודעה פון אלע מיינע פריערדיגע הודעות) וויל איך מאכן א שטיקל הקדמה והתנצלות.

גר ותושב אנכי בקאווע שטיבל.

איך האב נאכנישט געבראכן דא קיין גרויסע רעקארדס פון הודעות/לייקס אדער אנדערע אייקאניק אויפטוען ווי די אנדערע באקאנטע תושבים דא, הפנים איך שפיר נישט אז איך בין דער ריכטיגער אויסדערוועלטער ניק, מילד גערעדט, אויסצושמועסן אזא יסודית׳דיגער ענין וואס איז נוגע ממש פאר א יעדן איינעם דא אין שטיבל, מהניק וואס פארמאגט בלויז 10 הודעות ביז צום ניק מיטן סאמען העכסטער נומער.
דאך בין איך שוין דא גענוג א לאנגער תקופה צו פארשטיין די נימוסי המקום והניקים יעדער איינער בשמו יבורך.
איך קען שוין אביסל דער מהלך המחשבה פון די ניקים די גאר באקאנטע אקטיווע ניקים וואס ממש אלעס דרייט זיך ארום זיי ווי די רעגלמעסיגע וואס באזוכן דא פון צייט צו צייט, די קאנטראווערסיאלע, ווי די מעסיגע, די עקסטרעמע ווי די ליבעראלע. איז דעריבער וועל איך מיר יא צוטיילן אביסל פון די אכטער(נישט יענע אכטער) נאר דער שמינית שבשמינית זיך אנפעלצן מיט א שיעור חשוב פון קאנפידענס און חוצפה און יא ארויסזאגן מיין מיינונג.

כלפי מה דברים אמורים: שוין א שיינע שטיק צייט וואס איך שפיר ממש ווי ס'דא א ווירטואלער עלעפאנט דא אין שטיבל!. א שטוינענדע באקאנטע פאקט וואס כולי עלמא דער גאנצער ציבור דא וועט מודה זיין אז יא! דער אמת איז מיט מיר. ממש מ'באגעגנט זיך דערמיט יעדן איינציגן טאג אין די פרוזדורי וטרקליני הקאווע שטיבל  און אפילו אפאר מאל א טאג, און דאך!!! באקומט דאס נישט דעם דערווארטענדן מאס מערקווערדיגקייט וואס וואלט זיך געפאסט פאר אזא אינטעל עולם. 

איר זענט אפשר געווארן נייגעריג ? זייער פיין! ס'קומט זיך אייך!!
אקעי!! לאמיר אייך נישט אנצוען די שוין גענוג אנגעצויגענע נערוון, לאמיך אויסגיסן די באנדלעך שוין תיכף ומיד.

דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער אן אשכול מיוחד להכרת הטוב פאר ידידנו החביב והותיק מוכתר בכל מ"ח מעלות שהקאווע שטיבל מוצלח בו 
הרב הגאון במידות נעימות אונזער אלעמען באליבטן  our most dearest most beloved friend on our virtual  home כמר: 
    
                                                   שמעקעדיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

לאמיר אביסל אויסשמועסן און מאכן א חשבון הנפש וואס דער מושג שמעקעדיג !! מיינט פאר אונז קאווע שטיבל באזיכער, מיט א הקדמה פונעם חובת הלבבות שער חשבון הנפש, אולי וועט איר קענען פארשטיין און אויך האבן א לימוד זכות פארן פארנאכלעסיגען אזא גרויסער הכרת הטוב וואס קומט זיך פאר אונזער שמעקעדיג.

דער חובת הלבבות ברענגט א משל פון צוויי עפיזאדן.
די ערשטע איז א קינד פון 12 יאהר אלט וואס האט זיך געדרייט אויף די גאסן היימלאז און א נאבעלער מאן נעמט אים אריין צו זיך אין שטוב און געט אים עסן/קליידונג/שלאפן, לערנט אים אויס א פאך און שטעלט אים אויף די פוס אנצוגיין ווייטער מיט זיין לעבן.

די צווייטע איז א בעבי פון א חודש אלט וואס איז פארווארפן געווארן ס'זאל נישט פאסירן, און דער זעלבער נאבעלער מאן נעמט אריין דאס פיצעלע און ווינדעלט דאס קינד פיטערט אים לערנט אים אויס גיין און אלע הצטרכות׳ן ביז ער ווערט גרויס און שטייט אויף די אייגענע פוס.

יעדער בר דעת פארשטייט אז מיטן צווייטער איז געטוהן געווארן אסאך א גרעסערער חסד ווי דער ערשטער, אבער דאך וועט דער ערשטער פיל מער דאנקבאר זיין ווי דער צווייטער. פארוואס? ווייל דער ערשטער געדענקט נאך וויאזוי ער האט אויסגעקוקט פאר מ׳האט זיך אויף אים מרחם געווען משא"כ דער צווייטער שפירט ווי ס׳קומט זיך אים ווייל ער איז צוגעוואוינט זייט ער געדענקט זיך צו באקומען אלעס אויף א זילבערנעם לעפל. און ער באגרייפט נישט וויאזוי ס׳וואלט אויסגעקוקט ווען נישט דער מענטש נעמט אים אריין.

אט דאס איז דער מושג פונעם באגריף שמעקעדיג!!

זיין אנוועזענהייט דא איז אזוי עושה רושם אויף אונז אלע אז מיר שפירן אז ס׳קומט אזוי! אונז כאפ מיר זיך נישט וואספארא אומשאצבארן אוצר מיר פארמאגן.

א יעדער פרישער ניק וואס בלאנדשעט אריין דא צום ערשטען מאהל (וגם אני בחלומי כ׳געדענק נאך וואו היינט) ווי נישט ווי מ׳קומט אריין אין  א נייער פלאץ מ׳ווייסט נישט וואס דאס איז דער קאנפידענס איז נאך רוי מ׳טראכט זאל איך זיין בלויז א ליינער אדער אפשר זיך דערוואגן מגיב זיין אויך, נע איך שרייב נישט !! ווער וועט מיר דען אויסהערן.
ענדליך מ׳בארגט זיך אויס קוראזש, מיט ציטערדיגע הענט , מ׳קלאפט אפ א תגובה , מ׳גייט פאראיייביגען אפאר ווערטער אין גאנץ א זאכליכער שטיבל יעצט ווארט מען אויף א ריאקציע. נא! זאגט אלע הויעך!!  ווער לאזט זיך אראפ צום נייעם ניק מיט אפאר וועלקימענדע ווארימע דברי ברכה מיט די גרעסטע מאס גוטסקייט און גענאדיגקייט

שמעקעדיג!!  און נאכאמאהל שמעקעדיג!!!!

איך געדענק נאך די ווארימקייט וואס האט זיך צוגאסן אין מיינע אברים ווען איך האב אלץ גרינער באקומען די ערשטע אנערקענונג דא אין שטיבעל, יא! שמעקעדיג איז דאס געווען ס׳האט אים געפאסט אזוי ווי ס׳פאסט אים אלעמאל זיינע נאבעלע מעשים דא אין שטיבל.

שמעקעדיג איז ווי דער יוסעלע רוזענבלאט אין עולם החזנות דא אין עולם הקאווע שטיבל,  און איך וועל מסביר זיין וואס איך מיין.
ווער עס קען אביסל חזנות ווייסט אז יוסעלע איז דער מלך החזנים. פארוואס ? 
לאמיר זען. קווארטין איז געווען א שטיק הארץ משה קוסאוויטצקי האט געהאט די גרעסטע שטימע לייבעלע גלאנץ איז געווען דער גרעסטער און קולאטור משה גענטשוף איז געווען שטארק בעל תפילה׳איש אזוי איז דא פארשידענע אוועלט בארימטע חזנים  וואס האבן זיך אויסגעצייכענט מיט זייער ספעציפישע מעלה אין חזנות.
אבער יוסעלע! ער האט געהאט פון אלעם ער איז געווען סיי  הארץ סיי שטימע סיי קולאטור סיי בעל תפילה׳איש סיי א קאמפוזיטאר אלעס האט ער פארקערפערט אין זיך און  ווי אייסינג צום קוכן געווען א פריינטליכער צוגעלאזענער מענטש ס׳האט אים געפאסט צו רעדן מיט יעדן  און דאס האט אים געמאכט פאר מלך.

דא אין שטיבל האבן מיר פון אלע מינים 
מיר האבן פילוסופן פיזיקער סייענטיסטן טעאלאגן אידיאלאגן הומאריסטן פאעיזיסטן עקסטרעמיסטן ליבעראליסטן  זשורלאניסטן רעוואלאציאניסטן  בני תורה אויסגעקאכטע אין חסידות היסטאריע עקספערטן וכו.

לאמיר אויסרעכענען עטליכע נייערע וואס איז נאכנישט אזוי אויסגעשמועסט געווארן פריער.

מאראנצןזאפט: א מבהיל׳דיגער בעל דקדוק (עיין אשכול מצליח) האט ארויס זשורלאניזם אויפן שפיץ פינגער א פראקטישער טראכטער. האט קלאר ארויס מהלך המחשבה פון פירערס און קצינים.

יואב : א קריאוזער הומאריסט פארמאגט א הויכע אידיש. האט ארגינעלע איידיעס א רייכע שפראך וואס פארשעמט נישט דער גרעסטער אידישער שרייבער פון אונזערע ליין מאטעריאל אויף די פאליציעס

איציק : א שארפע דיבאטירער , לאזט זיך נישט נער׳ן , פארמאגט דער כח הטענה וואס ר׳ אלחנן וואסערמאן האט צוגעטיילט פארן מיגו.

גלעזעלע : אן אידאלאג רעוואלאציאניסט אן עקספערט צו מענטשליכע שוואכקייטן .

בדחן: זיין  דיטערמינאציע איז מבהיל׳דיג!  פארשטייט פיין אין עסק , וואלט געווען אן אייזערנע סעילסמאן (אפשר איז ער) דערשרעקט זיך נישט פאר קיין ניין! נאר מיט א בלעכענעם פנים קאנפראנטירט ער זיינע ווירטואלע אפאנענטן ווי א סאלדאט , ווי א געטרייע פאסטוך היט אויף זיינע שאף. אזוי היט ער אויף וואס ס׳איז ביי אים הייליג און טייער.

פון די מער באקאנטע איז דא  
יואליש : אינטעליגענט ער ווייסט א וועלט האט ארויס נאטור, פאליטיק ,יורדי דרך. בעל מחדש, הומאר.

קאווע טרינקער:  איך קען אים נאך עד היום נישט געהעריג אפלערנען . א שטארקער יודע ספר, מיסטעריעז  דהיינו זיין שרייבן איז מגלה טפח ומכסה טפחיים א סענס אף הומאר ספעציעל מיט לשון קודש׳ע אויסדריקן.

ברסלבער: האט ארויס השקפת החיים ווי קיינער דא , ווייסט וואס ער וויל האט שטודירט מחליט געווען און אנגעקומען ווי ער איז ווייל אזוי וויל ער האט א הפלא׳דיגער כח הסברה.

לעמון זשוס:  חוץ פאעזיע וואס דאס איז לכ״ע זיין שטערקסטע באזע געט א קוק וויאזוי ער קוקט אן א נושא ער איז א שטארקער טראכטער און האט נישט מורא צו ציען מסקנות.

מיר האבן א פיינקייט ווי טעפיל לעמיל  אן אריסטאקראט ווי ראשאקאל אן אוואנטוריסט ווי טאמבל סאוס א אינפארמאטער ווי שעפטיל,  א זר זהב ווי זר זהב (אנטשולדיגט זר כהאב נישט קיין בעסערע אויסדריק).
אן איפכא מסתברא׳ניק ווי היימישער ליטוואק א קאנטראווערסיאלער ווי איחוד פעלד א שכל הישר ווי שרגא א טאלאנפולער דענקער און שריפטשטעלער ווי ב פרענקלין.

מיר האבן קאלורפילע מינים ממינים שונים יעדער געט צו צום חן וואס פעלט זיך אויס  און דאס שאפט די פענאמינע הנקרא קאווע שטיבעל.

אבער שמעקעדיג!!! ער איז דאך א כל בו ער פארקערפערט אין זיך אלעס אלעס ער איז דער פיינער וואס איז מחזק אנדערע האט אויף יעדן א גוט ווארט , ס׳פאסט אים אלעס ער רעדט אריין אין תורה אין השקפה אין סייענס אין חינוך ער איז נישט דער קאנטראווערסיאלער אויך נישט דער פרומער גלייבט און א סיסטעם אבער לאכט פון יעצטיגן סיסטעם פארשטייט צום היינטיגען חינוך אבער אויפן אמאליגען שטייגער.

אויב איר האט באמערקט, אפילו ער האלט אז איינער האט זיך צו שארף אויסגעדריקט פון ביידע זייטן אינעם איילון ס׳פעלט זיך אויס א תגובה דערויף וועט ער דאס טון מיט שכל און מיט שיינעם מסביר זיין ווי יענער גרייזט אנדעם וואס יענער שפירט זיך געטראפן.

לאמיר אייך צייגען אביסעל היסטאריע :
דאס פון א זוך אין הודעות פון  שמעקעדיג 
זייט 148 
די הודעה איז אוועקגענומען געווארן דורך שמעקעדיג אום מיטוואך יוני 20, 2012 1:46
סיבה: אפשר קען עס וויי טון פאר שרייבערס דא

איר כאפט וואס דא טוט זיך?  ער האט געהאט א גוטס איך ווייס נישט אויב איינער פון אונז וואלט מוותר געווען דערויף סאיז מסתם דא פון מיר סך ערגערע תגובות אינעם שטיבל וואס פאלט מיר בכלל נישט ביי צו פארמעקן

 אבער נישט הרב שמעקעדיג!

אויב האט ער די מינדעסטע חשש אז ס׳וועט איינעם וויי טון איז אראפ דערמיט! 
דאס איז זיין גאנצע מהות פון שרייבן דא צו מהנה זיין אנדערע און אויב איר מיינט אז איך זאג אייך השערות, דאן נאדט אייך אנדערן זוך וואו ער אליין שרייבט מסיח לפי תומו פאר אן אנפרעגער.

זייט 145
פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו שרייבסט דא. און פארוואס נאך טויזענטער אנדערע מענטשן שרייבן אויף אנדערע פלעצער, כדי מהנה צו זיין אנדערע.

אזוי גאר ?? איך ווייס פון אסאך וואס שרייבן דייקא וויי צו טון אנדערע איך קען אסאך וואס שרייבן בלויז צו באקומען עטענשאן אנערקענונג לייקס קאמפלאמענטס און ביי שמעקעדיג! איז אנגענומען מיט א פשטות אז אלע טויזענטער זענען בלויז דא מהנה צו זיין אנדערע , איראניש אז ער איז גאר 
דער גרעסטער קאמפלאמאנטירער פאר אנדערע .

לאמיר אייך ווייזן וואס אנדערע האבן צו זאגן אויף חתן דינן 
דורך מאן דאמר
א ישר כח אייך רב שמעקעדיג און רב טעפל פאר די ווארימע אויפנאמע, עס איז א שטארקע חיזוק, איך זעה אז איך ברויך לאזן דעם פעדער און די עפצים אויפן טיש.
מאן דאמר האט ווייניגער ווי 20 תגובות ווער באפאסט זיך מיט אים? ווער איז מחזק? טעפל דער אויסדערוועלטער אין פעלד פון חסד, און שמעקעדיג דער מלך דער כל בו אינקלאדונג טעפלס נאטור.

דורך פוןדעסטוועגןדאך
מיט זיין אייגענם שכל און פארשטאנד". "יש לכל יהודי המבקש האמת , דעת תורה" , כלומר, יעדער איד וואס מיינט עס ערנסט, א שטייגער ווי ר' שמעקעדיג, האט א דעת תורה" באמת יש לכל יהודי אמיתי אשר ידיו ולבו לא-ל אמונה, דעת תורה אמיתית, ולפי דעתו הישרה והאמיתית יעשה הטוב והישר בעיני ה'.

א שטייגער ווי?? שמעקעדיג!! פונדעסטוועגןדאך האט נישט געקענט טראכטן פון א צווייטען מיט א דעת תורה פאר רעפערענסן.

לעמיל האט געשריבן:
איך מיין אז שמעקעדיג פארדינט אליין א אשכול ביי 2000 לייקס, ווער איז זיך מנדב צו עפענען? געזוכט א נדבן פאר נאך 3 לייקס
אוי איז לעמיל גערעכט און נאך ווי ער איז!! און נישט נאר פאר זיינע 2000 לייקס נאר אויך פאר די צענדליגער הונדערטער אנדערע גוטע נקודות וואס ליגט אין דעם נאמען שמעקעדיג. לעמיל איז אבער געבליבן ביים וועלן.

געט א קוק וואס דער זאפטיגער שריפטשטעלער משה געציל איז מעיד.

דורך משה געציל 
שמעקעדיג, מיט אזעלכע שמעקעדיגע תגובות וואס דו שרייבסט איז אפילו דער פויבסט בארעכטיגט צו וויסן ווער דו ביסט... דאכט זיך אז איך האב נאכנישט געזען קיין איין קאנטערוועסיאלע תגובה פון דיר...

איר הערט וואס דא טוט זיך? מי יאמר זכיתי לבי? קיין איין קאנטראווערסיאלע תגובה! פון איבער פיר טויזענט תגובות! איך זיץ און שטוין, איר ווייסט בכלל וואס מיר פארמאגן דא?

והאחרון חביב ווען דער אבי ההומאר דער געשמאקער באליבטער קופערניקוס מאכט א מסיבה פארן נייער שנה הוירטואלי ווער איז נאטורליך דער ראש וראשון דער דבר המעמד! יא ! איר האט נאכאמאהל צוגעטראפן !!
מעמד אדיר
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f ... 607&hilit=שמעקעדיג#p85607

יעצט צום שלוס :
לאמיר נישט זיין ווי דער קינד וואס מיינט אז אזוי קומט דאס, לאמיר נישט אננעמען אלס א געבן אז די אלע סערוויסעס וואס מיר באקומען פון אונזער באליבטן שמעקעדיג קומט פון זיך אליינס.
לאמיר אים ארויסווייזן אן הכרת הטוב ער איז למעשה סך הכל א וואלונטיר און פון וואס איך נעם ארויס פון זיינע תגובות איז ער א מטופל במשפחה ובנים.
ער איז באמת נישט מחויב צו טון גארנישט דא. אויב ער איז מחליט פון איין טאג אויפן צווייטן (אוי די פינגערס ציטערן מיר) צו פארשווינדען ווערן וועט סך הכל קופערניקוס מיט לעמאן זשוס אים גוט באוויינען אין א הודעה, פאלויט מיט 48 לייקס דערנאך.
לאמיר אלע אויסשרייען א מיליאן יישר כח׳ס צו שמעקעדיג we all love you forever and ever!!!!!

ווער ס׳קען זאל  מגיב זיין אייגענע עקספיריענסען וואס ער האט געהאט, ס׳זיכער דא לרוב.

און מיט דעם בין איך מסיים: איך וויל איבערגעבן א הערצליכן יישר כח פאר הרב שמעקעדיג פארן מיר מחזק זיין און סופאורטן מיום נקשו אצבעותי בחדר הקאווע.

יישר כח שמעקעדיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר