קופערניקוס האט געשריבן:טייערער מח שליט. נישט יעדער איז גענוג קלוג להכיר בין תכלת לכרתי, און איך האב נישט גענוג נאך געקוקט אין די פילאזאפיע וואס די האסט געשיקט, לעיקוואד האט יא געקוקט און מיט א יישוב הדעת עס אוועקגעמאכט אזוי ווי ער ערקלערט,
Question- פארוואס רעדסטו פון דעם וואס לעיקוואד מאכט אוועק. פאר איין מינוט קאט דע "שיבער" Bullshit, און זיי מודה אז דו ביסט א געזונטער בעל הבנה ועמקן. ענטפער מיר אויף וואס איך האב געשריבען אויבען.
"אויב מען זאל בדרך נס טוישען יעדעם איינעמס קאנשעסנעס אז מיר זאלן זיין קאנשעס פון דעם טיש דא אז עס איז א באנק. כמובן אז מיר רעדן אז עס איז נכלל און דעם ספעציפישען קאנשעסנעס טויש אלע תוצאות ותוצאי תוצאות פון דעם אז דאס איז א באנק. דהיינו, אלעס וואס א באנק וועט מיך מאכן שפירן, וועל איך שפירן [ליין - זיין קאנשעס] ביי דעם (געוועזענעם) טיש. וועט דאס אוודאי לכו"ע זיין א באנק. if it walks like a duck' quacks like a duck, then it is a duck. וואס איז דען די "מציאות" אז נישט דאס וואס איך און יעדער איז קאנשעס פון?"
לעיקוואד מאכט דאס אוועק ווען ער טענהט אז "אויב א בוים פאלט אין מדבר און קיינער הערט דאס נישט, מאכט דאס נישט קיין קול" איז שטותים והבלים פון די נארישע פילוסופערס.
איך וויל אבער דיך פרעגן, ענטפער דו דערויף. מאך א thought experiment. אויב איך האב דא א בוים וואס אלע איר אפעקטס אויף מיין און יעדעמ'ס קאנשעסנעס איז מבוטל. קיינער איז נישט קאנשעס אז עס קלאפט אריין ליכט ענערגיע אינעם אויג. מען איז נישט קאנשעס אז עס קלאפט אריין עלעקטראמאגנעטיק ענערגיע אין די האנט ווען מען "טאפט" עס אהן. מיר זענען גאר קאנשעס אז די האנט גייט פשוט דורך די שטח אהן קיין שום שטער. אלע תוצאות ותוצאי תוצאות וואס קענען מיך און יעדעם מאכן בעקיפן קאנשעס אז דא איז דא א בוים, ווערט בטל. אנשטאט דעם איז דא א קאנשעסנעס אז דא איז דא הוילע לופט. אלעס וואס מען וואלט געשפירט [ליין -מען איז קאנשעס] אויב דא זאל זיין הוילע לופט, שפירט מען יעצט. מען וועט שפירען און זיין קאנשעס פון אלע תוצאות ותוצאי תוצאות וואס הוילע לופט דא מאכט שפירען. וויל איך דיך פרעגן, ביטע ענטפער די שאלה. מיט וואס איז עס אנדערש ווי ווען עס איז נישט דא קיין בוים בכלל? מיט וואס איז עס אנדערש ווי ווען דא איז "טאקע" דא נאר הוילע לופט?


