שקרים און פראפאגאנדע אין היימישע אדווערטייזמענטס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

שקרים און פראפאגאנדע אין היימישע אדווערטייזמענטס

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:52 pm

מ'זעט כסדר אדווערטייזמענטס אין די היימישע געגנטער און אויסגאבעס וואס אויב מ'לייגט א טראפ צו דעם קאפ, זעט מען אז די גאנצע זאך פאנגט נישט אן צו קלעבן אין בעסטן פאל, און איז אפענער שקר און הונאה אין ערגסטן פאל.

פאלגנד איז אן אדווערטייזמענט וואס איז פארעפנטליכט געווארן פאר צוויי חדשים צוריק דורך דער GB מענער קליידונג פירמע. די פירמע אנאנסירט אז מ'קען קויפן א בעקיטשע פאר $149, א רעשוואלקע פאר $159, א טיש בעקיטשע פאר $90.

אויך ווערט שטארק ארויסגעהויבן אן "ערשט מאליגע פסח פעקעדזש! פאר א ביליגן פרייז [ווי] קיינמאל בעפאר!" דער פעקעדזש ארבעט ווי פאלגנד: איר באצאלט דעם ביליגן סכום פון $400, און איר באקומט דערפאר א בעקיטשע, א רעשוואלקע, און א טיש בעקיטשע לכבוד פסח.

לאמיר מאכן דעם חשבון וויפיל די דריי בגדים קאסטן אן דעם "פעקעדזש":
$149 - בעקיטשע
$159 - רעשוואלקע
$90 - טיש בעקיטשע
$398

דאס מיינט אז אויב א מענטש כאפט זיך נישט און קויפט דעם "ערשט-מאליגן פעקעדזש", וועט ער איבערצאלן מיט צוויי דאלאר!

GB.JPG
GB.JPG (69.19 KiB) געזען געווארן 2857 מאל



פאלגנד איז אן אדווערטייזמענט וואס איז די וואך ערשינען אין די גאסן, און איך האב עס געפינען נאך מער קוריאז און שווינדלעריש ווי דעם פריערדיגן. דער אנאנס רופט דעם ציבור צו שטיצן דעם כולל "אהבת ציון לעדת זיבענבירגען" און פאדערט אויף תמימות'דיגע ברוקלינער אידן וואס זייערע זיידעס האבן געוואוינט אין א ליסטע שטעט פון אויבערווישעווע ביז שימלוי צו שטיצען אידן אין ארץ-ישראל מטעם "עניי עירך קודמין"...

איר האט געמיינט אז אבסורד האט אויך א שיעור, הא?

Siebenburgen.JPG
Siebenburgen.JPG (101.26 KiB) געזען געווארן 2857 מאל
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3660 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:02 pm

ס'גוט, יאנקל האלט זיך פריש.
שמייסט ארום די גאסן און קנאקט בילדער, מאכט קאלקעלאציעס, און טרייבט שפאס.
איך גלייב אז כלפי דעם סקאנדליעזן אדווערטייזמענט שקרים, זענען די אומגע'מל'טע אויך געשלאגן דערין, און זיי האלטן פארמשכון'ט דעם תמימות'דיגן המון. מ'דארף אפיר נעמען גייקאו און אים שטעלן פארן משפט.
"שעם דיך! שנייד דיך אפ די בארד און פיאות."
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5691 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:04 pm

אוודאי זענען פאראן פיל שקרים און פראפאגאנדע אין אלגעמיינע אדווערטייזמענטס, ביי אונז איז אבער דא אן אייגנארטיגן מין שקר, א שקר וואס מ'זעט אויפ'ן פאפיר זעלבסט וואס בלויז פון לייענען דעם אנאנס און זיך אפשטעלן טראכטן אנדערהאלבן סעקונדעס זעט מען ווי אבסורד עס איז.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3660 מאל

הודעהדורך ריינער » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:10 pm

אויף די עד פון GB איז דאך דא 2 מינע טיש בעקיטשעס, לויט ווי איך פארשטיי באקומסטו די טייערע אינעם פעקעדזש דיעל, לויט דעם שפארסטו דיך יא..... גאנצע 13 דאלער... סאו ליגנט איז עס נישט..

אבער דיין פוינט וואס די האסט ארויסגעברענגט איז אמת, אויב נישט ביי די קאמפעני איז עס ביי א צווייטע.
ריינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:15 pm

די אנדערע טיש בעקישע איז א ספעציעלער שניט. אין דעם פעקעדזש שטייט אז מ'באקומט א "טיש בעקישטע".
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3660 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:23 pm

מילא זשי ענד זשי, די זיבנבערגען עד איז אסאך ערגער, ס'האט מיר ממש געגרידזשעט ביים ליינען. איך קען נישט כאפן וועמען זאל איינפאלן אזא פי אר סטראטעגיע. וועמען כאפט אזא זאך, עפעס אויסנאם נאריש.
שוין אפגערעדט אז עניי עירך האט נישט דא קיין שום זין.
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2349 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:40 pm

א לאוולי חבר השטיבל שרייבט מיר אין אישית בזה"ל:
איך האב גראדע יעצט קונפירמט מיט איינעם וואס ארבעט ביי GB ער זאגט מיר אז מ'האט געקענט נעמען עני טיש בעקיטשע אין יענעם פעקידזש...

דאס מיינט אז טעארעטיש, אויב איינער האט ליב דעם ספעציעלן שניט, האט ער געקענט פארדינען $13 דורך דעם ספעציעלן "ערשט-מאליגן פעקעדזש". אבער א צווייטער וואס איז צופרידן פון דעם געהעריגן שניט, און איז נישט משים לב אז דער "ערשט-מאליגער פעקעדזש" איז גארנישט קיין מציאה, וואלט איבערגעצאלט מיט צוויי דאלאר. אזוי צי אזוי איז דער אדווערטייזמענט ווערד צו באשיינעם דעם דאזיגן אשכול.
און ווי מאראנצןזאפט שרייבט, און ווי איך האב אויך געשריבן, דער עד פון זיבענבירגען איז נאך פיל ערגער.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3660 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:52 pm

מיין זיידע קומט גראדע פון "סאטמער-העי"... איינער האט שוין גע'הערט פון דעם שטאט?
אין בכלל, איך וויל פארשטיין.
1) אויבער-ווישע, פיין. וואו איז אונטער-ווישע?
2) גרויס-ווארדיין, פיין. וואו איז קליין-ווארדיין? און ווארדיין אליינס? - פארעפעס א סיבה הייסט זיי "אויבער" "גרויס" וכו'.
3) פארוואס שטייט סעקעלהיד צוויי מאל? ס'געווען מחלוקות דארט (וואו נישט?)
4) קאצק איז נישט אין פוילען?
5) שאראש בעדעק, וואו איז שאראש פאטעק?
6) קרעטשניף איז בכלל א שטאט? כ'האב געמיינט ס'איז א מין קוגעל.
ועוד, אלעס צוזאמען איז דאך סאך מער 7בערגען?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8373 מאל

הודעהדורך לעמאן דזשוס » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:53 pm

און איז נישט די גאנצע כוללים א הוילע שקר גס, און היינט זענען די אלע כוללים פונקט ווי א יעדע אנדערע כולל מיט'ן איינציגע אויסנאם אז אויף טעמפלער'ס כולל און ספינקא שרייבט מען נישט כולל אמעריקא און אלקא דמאיר ענינו...
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:33 am
האט שוין געלייקט: 445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 696 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:55 pm

אט דא קענט איר ווידער זעהן אונזער קאפ-אין-וואנט מהלך.
"אזוי האט מען געטוהן אינדערהיים... מ'איז נישט משנה"... איי ביסט שוין 3 דורות א ברוקלינער איד, און דיין זיבענבערגען זיידע איז געווען אן אייניקעל פון 8 פוילישע זיידעס. אזוי איז עס.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8373 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 01, 2013 12:17 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:6) קרעטשניף איז בכלל א שטאט? כ'האב געמיינט ס'איז א מין קוגעל.

quote of the year winner!!!
:like
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך מאי 01, 2013 12:49 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:1) אויבער-ווישע, פיין. וואו איז אונטער-ווישע?


הארט בעפאר אשר יצר... :oops:
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2636
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5937 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך מאי 01, 2013 1:50 am

קליינווארדיין איז א באקאנטע שטאט.

יאנקל, איך כאפ בכלל נישט דיין פראבלעם מיט דעם עד. דער כולל דארף זיך שלאגן מיט א פי אר קאמפאני וואס האלט שוין געפאנגען דעם ציבור קרוב צו זיבעציג יאר -נעמליך, כולל שומרי החומות. איך מיין אז רוב וויליאמסבורג קומט דוקא נישט פון פלעצער וואס האט באלאנגט צו דעם כולל, דער כולל איז געווען עכט א אויבערלענדישע זאך. נאכן קריג האבן זיי געטון א גוטע מאוו, גענומען סאטמאר רב פאר נשיא, פלוס וואס די גאנצע אפיס פערסאנאל זענען געווען סאטמארע אידן, און דאדורך הרי אנו ובנינו משועבדים.

זיבנבערגן פארטרעט גראדע אויך נישט דעם רוב ציבור, אבער זיי מעגן האבן זייער פעיר שעיר אין די מארקעט און דעטס די וועי. אפשר באדערט דיר דער ווערטערשפיל אויף "עניי עירך"?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1713 מאל

הודעהדורך ר' שמחה » מיטוואך מאי 01, 2013 4:01 am

אלבא יוליא - קארלסבורג, הה"ד אונגארישער נאר.



שוין נישט רעדן פון דעם אז די אלע שטעט אין דערפער פון מאראמאראש און קארפאטן רוס (טשעכיש מאראמאראש)
זענען נישט געווען אריין גערעכענט צווישן די תומכי אדער מקבלי חלוקה פון כולל אהבת ציון לעדת זיבענבירגן סילאדי וביהאר.

נאר אפילו די ריכטיגע יוצאי זיבענבירגן געראטעוועטע פון די קריג וועלכע זענען דערנאך ארויף אויף ארץ ישראל, האבן בדרך כלל נישט זוכה געווען צו נהנה זיין פון זייער תמיכה.
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך מאי 01, 2013 9:04 am

לעמאן דזשוס האט געשריבן:און איז נישט די גאנצע כוללים א הוילע שקר גס, און היינט זענען די אלע כוללים פונקט ווי א יעדע אנדערע כולל מיט'ן איינציגע אויסנאם אז אויף טעמפלער'ס כולל און ספינקא שרייבט מען נישט כולל אמעריקא און אלקא דמאיר ענינו...

נישט פונקט, סאיז יש ויש. די אונגארישע כולל למשל שיקט א טשעק פאר יום טוב פאר יעדער וואס איז א אייניקל פון א אונגארישע זיידע (אדער באבע, איך קען נישט די כללים) וואס שרייבט זיך איין ביי זיי, און די כולל זייערע איז אויך אפען פאר אלע אייניקלאך, נאר נישט יעדער נעמן זיי אריין זיי מאכען א גורל. די אנדערע קען איך זיך נישט אזוי אויס אבער אלע האבען עפעס אזא מהלך.
אמת די גאנצע זאך איז שטארק אנאכראניסטיש, כאילו אז דאס איז עניי עירך וכו', און די גבאים מאכען מער געלט ווי די עניים, אבער בערך אזוי ארבעט עס למעשה אז ווער סוואוינט אין אר"י און שטאמט פון אזא שטאט קען עפעס באקומען פון דעם.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3668
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5405 מאל

הודעהדורך ידען » מיטוואך מאי 01, 2013 10:16 am

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:6) קרעטשניף איז בכלל א שטאט? כ'האב געמיינט ס'איז א מין קוגעל.

quote of the year winner!!!
:like
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3140
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 12:02 am

פששששש ער זאגט זיינע תפילות זענען נתקבל געווארן לעצטע יאר.... איך קאל שוין אריין אז איך זאל אויך מצליח זיין צו טרעפן אזא היט, איך קען עס נישט געפונען אין ערגעץ. געדענקט די דעדליין איז דינסטאג נאכט, מיטוואך וועט שוין קאסטן מער.
בייגעלייגטע פיילס
Untitled-2.jpg
Untitled-2.jpg (172.27 KiB) געזען געווארן 2386 מאל
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4752
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9127 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:58 pm

BRUNCH רעסטאראנט לויפט א רעקלאמע שוין עטליכע וואכן אין די צייטונגען: COME IN FOR YOUR FREE BREAKFAST אין גרויסע ווערטער, אביסעלע אראפציר אין דער זייט שטייט אין קליין: 4.95 service charge.

מיר זענען קעלבער מיינט ער?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2162 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 26, 2014 3:50 pm

יאנקל:(אדער יוצאי חלציו, שי') ייש"כ פאר ברענגען די אינטרעסאנטע אדווערטייזמענטס. אויף די ערשטע האב איך א שטיקל הערה/לימוד זכות. מעגליך אז דזשי. ענד בי. מיינט צו זאגן אז אויב מ'נעמט די גאנצע פעקעדזש פאר $400 דאללאר, געט ער צוויי טיש בעקיטשעס.
לויט ווי די הנהלה פון כולל זיבנבירגן לייגט אראפ אויפ'ן מעפ , קומט אויס אז די געיגנט האט פארנומען די גרעסטע חלק פון מזרח אייראפע. כמעט אזוי גרויס ווי רוסלאנד/אוקריינע/קרימיע. :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6460 מאל

הודעהדורך מ גפני » מיטוואך מערץ 26, 2014 6:50 pm

ישמעאל הכהן האט געשריבן:BRUNCH רעסטאראנט לויפט א רעקלאמע שוין עטליכע וואכן אין די צייטונגען: COME IN FOR YOUR FREE BREAKFAST אין גרויסע ווערטער, אביסעלע אראפציר אין דער זייט שטייט אין קליין: 4.95 service charge.

מיר זענען קעלבער מיינט ער?

דער איז דאך א בחור, וואס קענסטו ערווארטען פון אים
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 26, 2014 9:38 pm

סאיז נישט ריכטיג צי מזלזל זיין אין בחורים וואס טון צים זאך.
מדארף שטיצען אזא געשעפט. ווי איז דאס ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נולד מאוחר אום מיטוואך מערץ 26, 2014 9:40 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3626
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1667 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 26, 2014 9:39 pm

דיוויזשען קארנער דריגס מיין איך. אבער פארגעס נישט צו זאגן ווען דו קומסט אריין עסן פרישטיג אז דו ווילסט זיך אליינס סערווירן...
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2162 מאל

הודעהדורך George » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:21 pm

דער מהלך אין אדווערטייזמענט איז די לעצטע פאר יאר געווארן שטארק אנגענומען אין די אלגעמיינע וועלט, לעצטענס שוין אפילו גרעסערע פירמעס ווי קאר דילערס אין פיינענשעל סערוויסעס. כאפ א בליק אויף דיין מעיל באקס.
George
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג יוני 09, 2014 6:33 pm

מוסדות קבר רחל האט אדווערטייזט אז ר' חיים קנייבקי ליינט זייערע צעטלעך און האבען אפילו געהאט א פיקטשער.

אויף די לינקע זייט איז די עכטע פיקטשער. אויף די רעכטע זייט זייער פאלטשע
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20140609-WA0026.jpg
IMG-20140609-WA0026.jpg (26.2 KiB) געזען געווארן 1674 מאל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5285 מאל

הודעהדורך Chuchem » דינסטאג יוני 10, 2014 1:57 pm

No Gimmicks! ;)
בייגעלייגטע פיילס
G&G.jpg
G&G.jpg (47.39 KiB) געזען געווארן 1557 מאל
באניצער אוואטאר
Chuchem
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט