על ראשי שכינת א-ל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

על ראשי שכינת א-ל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

שליחה דורך קופערניקוס »

אין די וואונדערבארע אשכול "מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל" האט דער שרייבן קונסטלער און חכם בענזשאמין פרענקלין געשריבן א הערליכע מייסטער ווערק, ווי ער האט מייסטערהאפטיג אפגעמאלן די צוויי סארטן קנעכט, די עבדי הזמן, די לינקע גבריאל'ס וואס אין להם בעולמם אלא די אייפאון בלבד. בענדזשאמין מאלט אים אפ "ער איז פון די יעניגע וואס זייערע ווייבער גייען מיט א טבעת אינעם טבור, און גיב עס נאך א פאר יאר איז ער אויף דר. פילל'ס שאוי און בארעדט אלע פרומע".

און די רעכטע מיכאל'ס וואס קלאפט זיך נאך אין בייכל שישו מעי פון די לעצטע ליל הסדר, ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער לעבט א פרום לעבן לויט די מאמענטאלע קאפריזן פון זיין סעקטעס טאן געבער. בענדזשאמין טיטולירט אים "ער איז פון די סארט אידן וואס דער יצר הרע האט איבערגעהיפט אזוי ווי דער אייבישטער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער פסח ביי נאכט. ס'איז ביי אים לבו חלל בקרבו. דער יצר הרע איז ביי אים איז טויט. געשטארבן. געפייגערט."

אינמיטן לעבט בענדזשאמין ווי, ער משל'ט זיך אפ "א אָבל צווישן חתנים. דער מימיני מיכאל איז פריילעך און צופרידן ער האט געשוואוירען טרייהייט פארן רעכטן עקסטרעמע לאגער און קוקט נישט צוריק, ער איז צופרידן מיט זיין אבאמא פאון. און ווילאנג מען דארף נישט עפלייען פאר פאוד-סטעמפס אנ-ליין איז אלעס בסדר. און דער משמאלי גבריאל איז אויך אויף א הֵיי, ער איז ראשון ורובו אינעם לינקן לאגער, ער לאכט פונעם פרומער מיט אזא מין לאך וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט זינט חורבן בית שני. אבער איך בין עפעס נישט אהער און נישט אהין. איך זיץ מיט מיין פאון וואס איז מיט איין פיס אינעם נייעם מילעניום און דער אנדער פיס איז נאך ערגעץ אינעם מיטעל אלטער. ס'איז נישט אויף קידוש און נישט אויף הבדלה. איך קען מיך נישט אידענטיפיצירן נישט מיטן מיכאל און נישט מיטן גבריאל. דער גאנצער מצב דערמאנט מיך אין דאס וואס רבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: לא איברי עולם הזה אלא ל'אחר' ולא איברי עולם הבא אלא ל'חנינא בן דוסא', אלע אינדערמיט זאלן גיין קלאפן בַּארן..... דעם געפיל וואס די נפילים האבן געשפירט ווען זיי זענען געפאלן פון הימל און געבליבן הענגען צווישן שמים וארץ."


קופערניקוס האט דארטן אריינגעווארפן זיין אמת-שטיינדל ווי פאלגענד:

"דער מיטלסטער איז דער גערעכטער, על ראשו שכינת א-ל, נישט ווייל ער איז מעסיג און האט געקליבן דעם "דרך הממוצע", נאר ווייל ער איז מלא ספיקות.

עמיצער האט אמאל געשריבן "די אמת איז א פול שטיינערדיגער מאזאאיק" און ער האט א נקודה, סיי דער מיכאל מימין מהלל, און סיי דער גבריאל משמאל מחלל זענען זיכער, און קלאפן זיך ס'בייכל שישו מעי.

מיכאל איז א עולם הבא פרעסער און גבריאל איז א עולם הזה פרעסער. מיכאל וויל נישט פרעסן אויף די וועלט קיין תאוות, ער ווארט רוהיג אויף יענע וועלט, גבריאל איז אומגעדולדיג ער פרעסט שוין אויף פילע באקן טריפענע שור הבר און אומגעטליכע לויתן'ס, אבער ביידע אראגאנט טיפשים ווייסן נישט אז די אמת איז א מאזאאיק און נישט איין שטיין. מיכאל'ס ראיה אויף זיין אמת איז די בלויע קונטרס ההתחזקות פון זילבערבערג, גבריאל'ס ראיה פאר זיין אמת איז די בלויע מואווי וואס אכל ואוכל עוד, הריב ויריב עוד.

נאר בנימין אינמיטן האט אסאך שטיינער פון אמת, ער קלערט, ער ווייטאגט, ער איז מלא ספקות און יסורים, ער ווייסט גארנישט, ער ווייסט נאר אז ער ווייסט נישט, ער ווייסט נאר אז מיכאל און גבריאל ווייסן נישט, און דאס הארץ טריפט אים בלוט, ער האלט שוין ביי יוסיף מכאוב, פון יוסיף מכאוב וועט ער נאך אנקומען צו יוסיף דעת.

ווען מיכאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים זאגנדיג "א שאד אז די האסט נישט הנאה געהאט אביסל אויף יענע וועלט". ווען גבריאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים אריין און זאגן "די האסט צופיל הנאה געהאט שעפעלע, יעצט לייג זיך איבער" בנימין וועט מען פארלייגן אביסל לעקציעס איבער אמת און ער וועט זאגן "וואו, כ'האב גראדע געטראכט דערפון"!


אין אישי פרעגן מיר טייערע ידידים: איז עס טאקע אזוי, דארף א מענטש לעבן מיט ספיקות, שולד געפילן און ווייטאג? איז נישט בעסער צו זיין א מיכאל, א גבריאל אבער נישט קיין על ראשו שכינת א-ל?
עס איז גאר א גוטע קושיא, א קושיא וואס שניידט עד דכדוכה של נפש.

די אוכלי האיי זענען גליקליך. מיר האבן א מסורה, מיר ווייסן וואס מיר טוען, די צויבער ווארט "באשערט" ראטעוועט אלעס. אידן זענען נישט קיין מעלעסטערס, וועמען עס איז "באשערט" א בלבול וועט אנקומען אין טורמע, וואס קען מען טון.
אידן דארפן נישט לערנען לימודי חול ווייל וויפיל עס איז "באשערט" וועט מען עניוועיס מאכן.

די שידוכים סיסטעם איז גוט, ווייל עס איז סיי ווי באשערט.

אונזער מסורה איז גוט, די סאטמאר 2013 אפטייטש פון אידישקייט איז די תכלית הבריאה און די ריכטיגע אפטייטש פון אנכי ה' אלקיך. און ואידך זיל חמור, גיי הענג זיך.

די גרויליגע ווארט "ביי אונז האט מען" איז גענוג צו אנטון אלע פרויען איין גרויסע גארבעדזש בעג, אלע מענער איין קאפאטע, און אלעס קלאפט.

ווידעראום די גבריאל'ס האקן א טאג אויף פעיסבוך, יעדער גבריאל האט די בעסטע פאן, מען האקט קרעדיט קארטס אויב מען האט נישט געלט, און מען האקט געלט אויב מען האט, מען פילט אן די צייט מיט געשמאקע מואוויס, שיינע ווייבער, פרעסענישן און גוטע מואוויס, און מען לעבט א חיים טובים!

זיין תכלית החיים איז פאן, און זיין תירוץ אויף זיין עולם הזה'דיגן דרך החיים איז "דריי מיר נישט קיין קאפ" ער איז זיכער, ער איז באקוועם און ער ווייסט נישט פון צרות.

די שכינת א-ל אידן פלאגן זיך דא אין שטיבל. עס טוט וויי פארוואס אונזער סיסטעם איז קראנק, עס טוט וויי פארוואס אסאך זאכן מאכן נישט קיין סענס, מיר פרעגן די אייביגע עקזיסטאנציאנאלע קושיות.

די אוכלי האיי איז נאר שווער די קושיא פון עדות שאי אתה יכול להזימה. די אוכלי פארן גייט אן עדות שאי אתה יכול להזימה אין די לינקע פאה, און אונז איז שווער סיי די קושיא פון עדות שאי אתה יכול הזימה און סיי די קושיא וואס איז בוקע ועולה עד לרקיע פארוואס מוטשען מיר זיך מיט הייפאטעטישע קושיות פון עדות און הזמה ווען מיר פלאגן זיך מיט עיקרי העיקרים פון תכלית הבריאה, כוונת הייסורים, אין סוף, צדיק ורע לו, נצחיות, און אזוי ווייטער.

די אוכלי האיי מוטשעט די קושיא פון "פארוואס אכט טאג חנוכה, ווען די נס איז נאר געווען זיבן טאג" אסאך אידן מוטשען זיך "פארוואס צינדן ליכט פאר אלטע ניסים? אין אוישוויץ האט מען אויך געפייערט חנוכה אונטער א פיל גרויזאמערן אנטיוכס, און צו זעהט איינער אונזער ליכט? גייען אונזערע אייניקלעך צינדן ליכט ווען עוואלושאן וועט זיין קליפ און קלאר פאר קינד און קייט?
די קושיא איז לוינט זיך צו גרונטעווען?
לוינט זיך צו האבן שולד געפילן?
לוינט זיך צו האבן ספיקות?
וועלן מיר אמאל וויסן עפעס עד לעומקה און זיין צופרידן?
די בקשת החכמה פירט ערגעץ אדער איז זי תחלתה יסורים וסופה ייאוש?
איז חכמה און בקשת האמת די תכלית, אדער אפשר איז "אכול ושתה כי מחר נמות" די ריכטיגע מהלך?
די קושיא איז שטארקער, איז שייך פאר א טראכטער צו ווערן א גבריאל אדער מיכאל און אננעמען אלעס מיט א פשטות אן קיין ספיקות?
לאמיר אויסשמועסן די נושא, ווארפט אריין אייער חכמה און לאמיר מלבן זיין די נושא.

דער אשכול פארמאגט 151 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר