איחוד פעלד האט געשריבן:איז עס אן עוולה צו שרייבען הוילע ליגענט אויף דער אפליקאציע?
איז עס אסור אלץ שקר? לא תונו?
איז עס עטיקלי אויסגעהאלטען?
kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=26&t=1950
איחוד פעלד האט געשריבן:איז עס אן עוולה צו שרייבען הוילע ליגענט אויף דער אפליקאציע?
איז עס אסור אלץ שקר? לא תונו?
איז עס עטיקלי אויסגעהאלטען?
משה געציל האט געשריבן:ווער איז נישט קיין כלי קודש היינט? א סופר, מוהל, הן ותולדותיהן ותולדות תולדותיהן איז דאך פשוט א כלי קודש.
איחוד פעלד האט געשריבן:איז עס אן עוולה צו שרייבען הוילע ליגענט אויף דער אפליקאציע?
איז עס אסור אלץ שקר? לא תונו?
איז עס עטיקלי אויסגעהאלטען?
גנדי האט געשריבן:אויב איר וואלט געווען די טאטע וואס האט בקומען אזא בריוו מיט אייער 3 יעריג אינגל קומענדיג אהיים פון חדר - וואס וואלט איר געטוהן?
וואס זענט איר מייעץ פאר די יונגעלייט וואס האבן באקומען די בריוו?
ביטע העלפט ארויס...
דעת תורה האט געשריבן:בכל אופן, איינער זאל עמערזשענסי שאפן א היתר. אז נישט איז דא א חשש אז דער עולם וועט עס טון באיסור...
איחוד פעלד האט געשריבן:
דא ביי דער מוסדות צעטל, האבען זיי נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגען צו וויסען, און ממילא איז עס נישט קיין דבר שבממון, מעג מען שרייבען און אונטערשרייבען וואס מען וויל.
דעת תורה האט געשריבן:עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד. אויב איז עס א יחיד וואס האט א מוסד, וואס ער האט אליין אויפגעבויט און ער ראנט עס ווי א ביזנעס האט ער אלע רעכטן צו זאגן אז ער פארלאנגט די תנאים. ער מעג אפשר נישט ארויסווארפן אינמיטן זמן, אבער סוף זמן מעג ער זיכער.
אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.
אויב איז עס געבויט פן כספי ציבור אבער דער ציבור האט עס געגעבן על דעת אז די מנהיגים זאלן - וועלן - זיין פולשטענדיג אין קאנטראל און זיך קנאפ רעכענען מיטן ציבור, קענען די מנהיגים טון וואס זיי ווילן.
להערת אגב, די אלע אינסטיטוציעס וואס עקזיסטירן היינט, כל זמן זיי פארלאנגען דאס מינדעסטע תנאים פון די עלטערן,האבן מיר נאך בכלל נישט מקיים געווען תקנת ר' יושע בן גמלא. און איך זע נישט וויאזוי דער ציבור קען זיך ארויסדרייען פון דעם חיוב און זאגן שלום עלי נפשי איך שיק מיינע קינדער אין א פריוואטע אינסטוטיציע וזהו. עס גייט נישט אזוי. עס איז דא א חיוב אויף בני העיר און יעדער איז מחויב צוזען אז יעדעס קינד זאל האבן וואו צו לערנען.
דעת תורה האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:
דא ביי דער מוסדות צעטל, האבען זיי נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגען צו וויסען, און ממילא איז עס נישט קיין דבר שבממון, מעג מען שרייבען און אונטערשרייבען וואס מען וויל.
פארוואס האבן זיי נישט קיין רעכט? ראובן זאגט פאר שמעון, איך פארקויף דיר מיין פעלד נאר בתנאי אז דו הערסט אויף רייכערן, אזא שגעון איז אים אריין אין קאפ. ווילסט נישט, מוזטו נישט קויפן מיין פעלד. איך פארקויף עס אבער נאר אדעתא דהכי. יעצט, ער האט נישט גענוצט קיין תנאי כפול, סאו די מכירה ווערט טאקע נישט בטל. אבער צו האט נישט שמעון עובר געווען אויף גנבת דעת ווען ער האט אים איינגערעדט אז ער הערט אויף צו רייכערן?
לגבי דעם ענין בפני עצמו, צי די מוסדות האבן א רעכט זיך אויסצונעמען תנאים, אדער ניין, זיי זענען מחוייב צוצושטעלן זייער סערוויס בכל אופן, אעתיק מה שכתבתי במקום אחר:דעת תורה האט געשריבן:עס ווענדט זיך וועלכע סארט מוסד. אויב איז עס א יחיד וואס האט א מוסד, וואס ער האט אליין אויפגעבויט און ער ראנט עס ווי א ביזנעס האט ער אלע רעכטן צו זאגן אז ער פארלאנגט די תנאים. ער מעג אפשר נישט ארויסווארפן אינמיטן זמן, אבער סוף זמן מעג ער זיכער.
אויב איז עס א רבים, געבויט פון כספי ציבור, ברויך דער רבים האבן ערוועלטע פארשטייער וואס זאלן טון לויט וויאזוי דער ציבור פארלאנגט.
אויב איז עס געבויט פן כספי ציבור אבער דער ציבור האט עס געגעבן על דעת אז די מנהיגים זאלן - וועלן - זיין פולשטענדיג אין קאנטראל און זיך קנאפ רעכענען מיטן ציבור, קענען די מנהיגים טון וואס זיי ווילן.
להערת אגב, די אלע אינסטיטוציעס וואס עקזיסטירן היינט, כל זמן זיי פארלאנגען דאס מינדעסטע תנאים פון די עלטערן,האבן מיר נאך בכלל נישט מקיים געווען תקנת ר' יושע בן גמלא. און איך זע נישט וויאזוי דער ציבור קען זיך ארויסדרייען פון דעם חיוב און זאגן שלום עלי נפשי איך שיק מיינע קינדער אין א פריוואטע אינסטוטיציע וזהו. עס גייט נישט אזוי. עס איז דא א חיוב אויף בני העיר און יעדער איז מחויב צוזען אז יעדעס קינד זאל האבן וואו צו לערנען.
שמעקעדיג האט געשריבן:דער חילוק איז, איך קוק אן די מוסדות אלס א שליח פון די עלטערן, אן אונזערע קינדער קענען זיי אלע גיין בארן קלאפן! זיי דארפן אונז מער ווי אונז זיי, אין מלך בלא עם;
משא"כ דו (און מאנכע אנדערע) קוקן אן די זאך פארקערט, כאילו ס'איז דא עפעס א באלעבוס, א קאמפאני, און מיר עלטערן דארפן קומען זיך בעטן כעני בפתח אז זיי זאלן אונז טאן די טובה און אריינלאזן אונזערע קינדער.