דורך אבגד » דינסטאג יוני 18, 2013 11:04 pm
טייערע קינות'ל:
האב נישט קיין איבל אויף מיר וואס איך האב מיך ערשט יעצט גענומען צו שרייבן ווייל פון ווען איך האב דאס ערשטע מאל געזעהן וואס דו מאכסט מיט האב איך מיך נישט געקענט בארוהיגן, איך עס נישט קיין סטעיק אז איך זאל אויפהערן אינדערמיט, נאר סתם אין די טעגליכע הלוך ילך איז אפאר מאל א טאג וואס איך טראכט פון וואס דו מאכסט נעבעך מיט, אבער איך האב נישט געהאט די ווערטער מיט וואס איך קען צו דיר שרייבן, ביז עס איז געקומען די שלוח ציבור "איש צדיק תמים" און האט ארויסגעברענגט וואס ליגט אונז אויפ׳ן הארץ, אבער איך האב געוואלט עפעס אנדערש און פון א אנדערע זייט זיך דורכרעדן מיט דיר, נאר עס איז נישט געווען דאס צייט ביז יעצט ווען איך האב געזעהן אז עס גייט ב״ה זיין פרייליכע נייעס בקרוב ממש ובניקל אי"ה.
איז אזוי, איך קוק זיך ארום און ליידער אין די לעצטע יארן איז נתרבה געווארן די ענין פון גירושין אויף א גרויסע פארנעם, און נעבעך אזויפיל שטיבער ווערן צוריסן און צושפלידערט און מ'עסט זיך אויף די אייגענע לעבן, און די מערסטע וואס ליידען איז די קינדער וואס זיי בלייבען נעבעך לעבעדיגע יתומים, צוריסן צווישן די טאטע און די מאמע, דער בארעדט יענעם און די זעלבע פארקערט, און דאס קינד וואס האט די מצוה פון כבוד אב ואם, ווייסט נעבעך נישט פאר וועם דארף ער געבן גערעכט, און זיי ווערן נעבעך די שטעקן וואס יעדער שלאגט דעם צווייטען מיט דעם (וואס איך זעה ביי דיר איז דאס נישט אזוי), און צום סוף ווערט אפגעסטעמפעלט אויף דעם קינד אז ער איז א נעבעך קינד, סיי אין חדר ווי מ'טשעפעט אים, און דערנאך ווערט ער די מאנסטער פון חדר ווייל ער מוז נעבעך אויסגעבן די ענגער וואס איז אנגעזאמעלט אין אים, און וועגן דעם האט ער נעבעך נישט קיין חברים, און אויך דאס לערנען גייט אים שווער, ווייל זיין קאפ איז אים נישט אויפן פלאץ, און אלע רבי'ס און מגידי שיעורים האבן צוטוהן מיט אים, און דערנאך ווען עס קומט די צייט פון שידוכים האט ער א פראבלעם, אפילו ער איז נישט געווען קיין פראבלעמאטישע בחור, און זיך זייער שיין משלים געווען, אבער ער קומט פון א צובראכענע שטוב, און אזוי ווייטער און ווייטער, וואס צוליב דעם מוז ער טוהן א שוואכען שידוך, און זיין לעבן איז אפגע'הרג'עט, וויאזוי געבט מען זיך אן עצה צו דעם?
האב איך זיך אביסל ארום געקוקט, ווייל די ענין פון גירושין איז נישט קיין 2000 זאך און אויך נישט פון די 1990'ס אפשר נישט מיט אזא פארנעם וואס איז דא היינט, האב איך געזעהן א אינטרעסאנטע זאך, אז די אלע וואס האבן אנגענומען די ענין פון די גט אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אז והיה אם לא תמצא חן בעיניו ושלחה מביתו, און נישט מכח דעם אפגעטייטשט אז זי איז דיין שונא נאמבער 1 און ווער עס טראגט דעם נאמען טאר מען מיט יענעם נישט האבן קיין שייכות אפילו א שני בשלישי אדער נאך ווייטער, און אפילו מיט די פרוי אליינס, סוכ"ס איז זי די מאמע פון דיין קינד, און זי נעמט קעיר פון דיין קינד, די בעסטע וואס איינער אין די וועלט וואלט נאך געטוהן פאר דיין קינד, שטעל דיך פאר ווען עס איז דא איד אין ביהמ"ד וואס האט דיך בא'עול'ט אויף א מורא׳דיגע פארנעם, און דער איד איז א מלמד אין חדר און ער איז די בעסטע מלמד אין אלע ענינים, ער געבט זיך אפ מיט יעדן קינד ווי אן אייגן קינד, און ער לייגט אריין יראת שמים אין די קינדער, און די קינדער פון זיין קלאס קומען ארויס די מצויינים, אנגעפאקט מיט ידיעות און נאך אסאך פרטים וואס איז נישט וויכטיג אויסצורעכענען - ויהי היום, עס קומט אויס אז דיין קינד דארף אריין גיין צו דעם מלמד, היעלה על הדעת אז וועגן א סכסוך וואס דו האסט געהאט מיט אים אין שוהל, אפילו דו ביזט טויזענט פראצענט גערעכט, וועסטו גיין צום מנהל זאגן אז דו ווילסט נישט דיין קינד זאל לערנען ביי אים? דער מנהל וועט דיך אנקוקן ווי פון קאפ געפאלן, מ'רייסט דאך אריין צו גיין צו דעם מלמד, נאר וואס דען וועסט אוועקלייגען אלע חשבונות, סוכ"ס איז דאס א מורא'דיגע טובה פאר דיין קינד. אויפן זעלבען אופן דארף מען דאס אנקוקן, איך ווייס דאס איז פון די שווערסטע זאכן ווייל סוכ"ס האט זי דיך מורא'דיג בא'עול'ט און ועוד ידה נטויה, אבער דאס איז וואס וועט מורא'דיג ארויסהעלפן פאר דיין קינד, לאמיר דאס אביסל צונעמען:
איך האב לעצטענס בייגעוואוינט א מעשה פון א פארפאלק וואס האבן זיך גע'גט מיט אפאר קינדער, און עס איז געווען איינגעטיילט שבת של מי, איז דער אינגערמאן א בן תורה (אזוי ווי די גמרא זאגט אויף אבנר בן נר) האט יעדן שבת ווען די קינדער זענען געקומען צו אים, אריינגעפרעדיגט אין די קינדער אז אפילו די טאטע און די מאמע זענען זיך נישט אויסגעקומען און זיך געמוזט גט'ן, אבער די מצוה פון כבוד אם גייט אלץ אהן אויפן שטערקסטען פארנעם און זיי זאלן מכבד זיין זייער מאמע, און צוהערן וואס די מאמע הייסט, און כלפי זיי זאל זיין כאילו עס איז בכלל נישט געווען קיין גט, - וואס איז געווען ווייטער, די קינדער פלעגן אהיים קומען צו די מאמע, און אזוי ווי געווענליך וויל דאך די מאמע וויסן וואס דער טאטע האט שוין אנגערעדט אויף איר, און זי האט אויסגעפרעגט די קינדער, און די קינדער האבן איבערגעזאגט דברים כהווייתן. וואס טראכט די מאמע אזא צייט? אויף דעם מענטש זאל איך גיין אנרעדן צו די קינדער דאס פארקערטע? אדער ווען די טאטע וויל האבן אביסל מער די קינדער זאל איך נישט געבן? נאר וואס דען, זי האט געזאגט די זעלבע ווערטער נאר אויפן טאטן, און די קינדער האבן געהאט א זיסן לעבן, און זיי האבן נישט מיטגעמאכט דאס אויבנדערמאנטע - ביז די קינדער זענען אויפגעוואקסן און זיי האבן געטוהן לכתחלה'דיגע שידוכים, זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין נאמען ווי קינדער פון א צובראכענע שטוב אד"ג, ווער עס האט זיי נישט געקענט פון די גאר נאנט האט נישט געקענט גלייבען אז זייערע עלטערען וואוינען נישט צוזאמען. עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז ביי די חתונה האבן ביידע משפחות הערליך שיין מיטגעהאלטן, און דער אבי החתן האט געטאנצן צוזאמען מיט זיין אמאליגע שווער (נישט פאר די פיקטשערס, ווייל עס איז נישט געווען קיין רבי'שע חתונה ווי עס וועט ווערן פאבליצירט), און נאך די חתונה לעבט דאס פארפאלק מיט א שמחה אהן קיין פרעשור וואו מ'דארף גיין אויף שבת, נאר זיי טיילן זיך איין, און גייען מיט א שמחה, - ע"כ המעשה, און דאס איז א אמת'ע מעשה וואס איך קען יענעם פון דער נאנט. און גראדע קען איך אויסרעכענען א פאהר ענליכע מעשיות, און מיין נישט דאס איז אנגעקומען גרינג, אסאך האט מען געמוזט מוותר זיין און שלינגען אז דאס זאל ווערן, און פארשטייט זיך ביידע האבן פיין חתונה געהאט און פירן שיינע שטובער, און איינער האט נישט בארעדט דעם צווייטען ביי שידוכים, נאר פשוט און גראד, מ'איז זיך נישט דורכגעקומען, און נאך פארקערט פארציילט ווי שיין מ'פירט זיך אויף נאכן גט.
כלפי מה הדברים אמורים, איך קוק אדורך די לעצטע פאר בלעטער, און איך זעה נעבעך וויפיל דו מאכסט מיט, און וויפיל די פרוי פייניגט דיך און רעדט אפ שידוכים, און באגרעניצט צו רעדן מיט די קינדער (ווען דו ביזט צוריקגעקומען פון א"י), און נעבעך וויפיל די קינדער מאכן מיט, און ליינענדיג די אלע תגובות פון די חברים וואס פילן מיט מיט דיר, וואס בעצם פון אויבן אויף איז דאס די גרינגסטע מיטל זיך צו בארוהיגן, אז מען שימפט אויף יענעם, זי איז א דרעק! זי גייט א שפיצל! ועוד ועוד, אבער דאס איז אזוי ווי איינער האט א מחלה און דאס ברענגט אים יסורים, און אנשטאט אויסהיילן און אזוי ארום וועט אוועקגיין די יסורים, נעמט ער א גאנצע צייט נאר בארוהינגס מיטלען, ווי טיילענויל וכדו', איז ער נישט קיין טיפש?
טייערע קינות'ל, מיט די אלע זאכן וועט דיין פיין נישט אוועקגיין, נאר מער און מער אריינקריכען אין דעם פראבלעם, נאר אפשר דארף מען אנהייבען דעם אנדערען מיטל, און אוודאי וועט דאס נישט גיין גרינג, און בפרט ווען יענער שטייט און שפייט אין פנים אריין, ווי קען מען אויף יענעם זאגן א גוט ווארט, אבער נעם דיר אין קאפ אריין אז דאס איז אזוי ווי יענער מלמד, אזוי ווי פריער געשמועסט סוכ"ס איז זי די מאמע פון דיינע קינדער, און דו וועסט נישט טרעפן אין די וועלט איינער וואס וועט זיך אזוי אפגעבן מיט זיי, און טראכט אויך וויפיל וועט דאס ארויסהעלפן פאר דיין קינד, און נאך אסאך גוטע פרעוויליגיעס וואס וועט ארויסקומען, און טאקע נישט גלייך נאר שפעטער, אבער דאס איז די שטערקסטע אינוועסטמענט מיט זיכערע ריווח, (און די גמרא זאגט דאך בכלל אז אויף א גע'גט'ע פרוי גייט אהן דאס מערסטע מבשרך אל תתעלם, ווי די גמרא ברענגט אפילו א מעשה אויף דעם).
טייערע קינות'ל, איך גלייב אז דו האסט שוין זיכער געהערט די אלע זאכן און איך בין דיר גארנישט מחדש, און נאך בפרט נאך אזויפיל מיטמאכן איז אין חכם כבעל נסיון, אבער פונדעסטוועגן ווען מען הערט עס פון א גוטע חבר וואס טרינקט מיט דיר קאווע צוזאמען, אמאל הערט זיך עס אנדערש, ווי איינער וואס דו צאלסט אפאר הונדערט דאלער א שעה ווייל ער איז עדווערטייזט אז ער פארשטייט צו שלום בית - און איך האף אז איך האב דיר נישט וויי געטוהן, איך האב זיך נאר געוואלט דורך רעדן מיט דיר אז דו זאלסט הערן אמאל די אנדערע מהלך, און איך האף אז מ'זאל שוין בקרוב קענען זינגען די שירת נשואין אנשטאט די קינות גירושין, און זאלסט זיין פרייליך א גאנץ לעבן, און קענען פרייליך מאכן אנדערע.