מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך גאלד » מיטוואך יוני 05, 2013 9:59 pm

רבותי!! הערטס מיך ביטע אויס מיינע טייערע ברודער און שוועסטער שתחי'

ווען פאר אגוט יאר וועט מען זיך שוין דערלערנען אז צו צאמשטאלן די 2 רבי'ס איז קעגן די סדרי בראשית, דאס איז פונקט ווי מזאל פרובירן צאמקלעבן 2 פארקערעטע מאגנעטן,

ווער ס'פרובירט עס צו טאן איז א אפגעפליקטער אקס!! פארדען מיי לענגוויטש!!

אויב פארשטייט מען נאר אביסעלע די מענטעליטי וואס די זאליס האבן קעגן ר' אהרן - און מ'קען עס גוט זעהן פון די לעצטע "תלמידי רבינו" מעסעדש - שטייט און שטוינט וועלכער שוטה האט דא געהאט א הוה אמינא אז די 2 דברים הפכים זאל מען קען מחבר זיין, ס'פשוט קעגן די נאטור, ס'גרינגער צו אויפהענגן וואסער אויפן דאך

סיריעסלי, האט איינער דא ערענסט געקלערט אז דער זאלי גייט זיך דא לאזן פירן און באד אריין, ר' אהרן זאל שטיין בראש המערכה און זיי זאלן זיך לאזן פירן פון אונטערוויילעכטס, אזא מין זאך קען נישט עקזיסטירן,

איך בין נאר אביסל אימפרעסט פון ר' זלמן לייב'ן, ער איז נישט קיין נאר - איך זאג עס אינגאנצן נישט סארקאסטיש- ער האט גוט געוויסט אז פשוט נאכגיין ר' אהרן איז אויסגעשלאסן, אבער מ'קען דאך עס נישט זאגן גראב, איז ער אויפגעקומען מיט א אייזענע המצאה, ער גייט פארלאנגען אז ר' אהרן זאל איבערגעבן די גאנצע מערכה פארן איצא'ן און מיט איצא'ן he has his way אזוי ממה נפשך אויב געלונגט עס איהם זעצט ער זיך אויף די לייצעס, און אויב נישט האט ער שוין א גוטע אויסרייד, אמער "התאחדות"!! נישט שלעכט
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1880
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1463 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך יוני 05, 2013 10:33 pm

נאכנישט פערטיג!

הרב איצא גליק פרובירט נאך צוריקצאמצושטעלן די צוויי פראקציעס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך פרייליך » מיטוואך יוני 05, 2013 10:39 pm

אבער וואס טוט זיך מיט די ליטווישע יעצט
פרייליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:14 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך פיינע קאווע » מיטוואך יוני 05, 2013 10:41 pm

רבותי תלמידי רבינו האט אליין געזאגט. איר הערט ? ממש אליין ! אז איר גלייבט נישט איז כאילו כופר אין רבין זי"ע ולמעלה בקודש !!! כדי נישט מאריך צו זיין זאגען זיי נישט אלעס אין איין אימעיל. נאר די וויכטיגע זאכן און אויפן שפיץ גאפעל. און נישט סתם געזאגט נאר עס איז ברעיקינג !!! צוויבעל. אברמי רובין וד"ל וד"ל. יעצט פארשטייט איר שוין? כאף אזוי


אין איין ווארט. מהר"א פארפירט שוין חדשים לאנג ווען ער האט א געלעגענהייט אז מען מיז עפעס טוען. ווען עס האלט שוין אט ביים געלונגען פארגרייט מען שוין אויס אז דו סוקסעס איז גאר איינעם וואכטפויגל. ממ"נ זענען די ארונים לוזערס אויב עפעס געלונגט איז עס וואכטפויגל און איצא גליק. געלונגט עס נישט איז אהרן א לוזער. און ווי שטענדיג נעמט דער הצנע לכת רבי גארנישט אויף די אייגענע פלייצעס

מען זיכט יעצט א ריכטיגע קאנדידאט וואס זאל גיין מבשר זיין פארן גאלאנטע רב אז ער קען סטאפן זיך פארגרייטען זיין דרשה וואס אהרן האט אים מכבד געווען.
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 405
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יוני 05, 2013 10:44 pm

פיינע קאווע האט געשריבן:מען זיכט יעצט א ריכטיגע קאנדידאט וואס זאל גיין מבשר זיין פארן גאלאנטע רב אז ער קען סטאפן זיך פארגרייטען זיין דרשה וואס אהרן האט אים מכבד געווען.

ר' אהרן. ס'דא תקנות דא.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך רוזעוולט » מיטוואך יוני 05, 2013 11:51 pm

זר,שעפטל, גאלד, פיינע, שרייבער, וכו', פליז קומטס ענק טענה'ען אויף וואטסעפפ, סאיז אסאך גרינגער...
פאר גוגל טאלק, roosevalt13 @ gmail ,פאר קאווע שטיבל cnectd גרופ אפלייט צו פין #1a188fg
רוזעוולט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:42 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:18 am

די אהרונים קוקט אויס דערווייל אז זיי גייען אן געהעריג מיטן פלאן פאר זונטאג, על אף וואס דאס מיינט לכאורה אז זיי און נאר זיי וועלן דארט זיין.

לויט ווי איך נעם ארויס פון די זאליס, איז זייער הויפט טענה אז נאכדעם וואס מען האט שוין מחליט געווען און אפגעמאכט אז התאחדות גייט פירן דעם פראטעסט, זענען נאכאלס די אהרונים אנגעגאנגען מיט די גאנצע צוגאנג צום פראטעסט, אז זיי פירן עס. דאס איז געווען סיי אויפן פראפאגאנדע פראנט, ווי די פלאקאטן אין די גאסן און די פילע מעלדונגען אין די צייטונג. אבער כאטש וואס דאס איז גאנץ גוט פאר א תירוץ, ווי אויך האט דאס גאר גוט אריין געשפילט אין די הענט פון די וואס זענען געווען ביי די מיינונג מען זאל מיט די אהרונים נישט גיין צוזאמען, איז דאס אליין נאכנישט גענוג געווען. ווייל מען פארשטייט דער גרויסער צורך ביי די אהרונים פאר אביסעלע פראפאגאנדע, איון באזעסענע ערוואקסענע מענטשן טוישן נישט זייער החלטה ווייל יענער האט - גארנישט ווייניגער ווי ערווארטעט - אויסגענוצט די גינסטיגע מצב לטובתם צו פאמפן אביסל דעם רבי'ן.

דער עיקר פראבלעם איז געווען, אז עס איז נישט נאר געווען הוילע פראפאגאנדע, נאר עס איז געווען אמת אויך. די אהרונים זענען ווייטער אנגעגאנגען מיט זייערע פריער געפלאנטע הכנות צום פראטעסט, אריין גערעכנט אויסשטעלן די זמנים, די פי. אר. מיטלען פאר די גאס, צייטונגען, און אזוי אויך דער געוואלדאוונער פלאן פון מארשירן אריבער דעם בריק. עס הערט זיך טאקע זייער גוט אין סאטמאר, אבער יעדער פארשטייט אז די ליטווישע זענען נישט געווען צו אימפרעסד דערפון. און וויסן דארף מען אז די גאנצע ליטווישע השתתפות איז געהאנגען אויף א האר, עס איז קיינמאל נישט געווען באשטימט אויף זיכער, און אויב האבן זיי נאך געטראכט פון מיטארבעטן, איז זיי יעצט פארגאנגען דער אפעטיט. די זאלי'ס טענה'ן אז זיי האבן קיינמאל נישט מסכים געווען צו קומען ווי געסט צו אהרן'ס פארטי. פונקט אזוי ווי די אהרונים וואלטן נישט איינגעגאנגען צו גיין צו די זאליס. און באמת קיין שום קהילה, אפילו ווער עס קריגט זיך נישט, האלט נישט ביים גיין אויף אזאלכע טערמינען.

לויט די ווערסיע, איז נישט עכט ר' אהרן טו בלעים. עס איז מער די חוסר שכל און פארשטאנד פון די נידריג - און הויך - ראנגיקע עסקנים ביי די אהרונים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דעת תורה אום דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:46 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב. מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו... ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות.. (רמב"ם עיי"ש)
דעת תורה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1567
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 1645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:32 am

וואטסעפ? מ'קען האבן צוויי אקאונטס אויפן סטארטעק?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך שטאנג » דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:37 am

ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס צעטלעך און פראפאגאנדע זאל האבן געשטערט פאר די פירער פון מהרז"ל אז מ'זאל נישט מאכן צוזאמען. וועגן רעדנער האט מען דאך געשמועסט אז מהר"א האט אלעס נאכגעגעבן, און כ'בין זיכער אז אויב וואלט'ן די אנפירער געוויסט אז אריבערשפרייזן דעם בריק אז א מיינוס וואלטן זיי דאס מבטל געווען.

שוין, נישט אלעס מוז מען פארשטיין.
שטאנג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 09, 2012 1:26 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך השמים » דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:41 am

לאמיר עפעס קלאר מאכן.

ביז פאריגע וואך האט מהר"א זייער געוואלט גיין צוזאמען, אבער נאכן זעהן אז די פארהאנדלונגען נעמען נישט קיין ענדע און עס ווערט שפעט, ווי אויך נאכן זעהן ביים כינוס אז די צווייטע זייט האט גאר אן אנדערע אגענדע, און די ליטווישע האבן פראבלעמען מיט ר' שטיינמאן האט ער ענדליך אויפגעגעבן און מחליט געווען מען גייט אליין און ווער עס וועט מיטקומען פון אנדערע קרייזן איז הכל ריוח. למעשה האט די הכרזה יא אויפגעשטורעמט אנדערע קרייזן און זיי האבן געמאלדן זייער אנשלוס.

מאנטאג נאכט, נאכן זעהן אז די פראטעסט שטורעמט, האט איצא גליק געקאלט אז ער איז וויל פארהאנדלען, מען האט איהם געענטפערט אז אויב ער וויל קען ער גערן אויך הענגן צעטלעך רופן דעם עולם בשם התאחדות וזהו. דינסטאג האבן די זאליס איינגעזעהן אז פון אלע קרייזן שטעלט מען זיך צו, און מען דארף זעהן עפעס צו טוהן, האט רז"ל אריבערגערופן רב וואכטפויגל און רב הורוויץ און זיי פארגעהאלטן היתכן מען האט געהאלטן אינמיטן פארהאנדלן און מען לאזט זיי יעצט אין די זייט. רב הורוויץ האט ארויסגעשיקט די גבאים און גע-עפנט א מויל אויף רז"ל אויף וואס ער וויל יעצט, ביז יעצט האט מען געצעגערט און געשלעפט, תנאים ארויף און אראפ, רעדט מיט דעם רעדט מיט יענעם, מען וויל נאר ווייזן בעלות און עס אליין אנפירן וכו' וכו'. אין ענדע איז געבליבן אז רז"ל איז מסכים צו קומען אויב עס וועט הייסן אז התאחדות פארופט דעם פראטעסט און איצא גליק וועט זיין ביים מיקאראפאן. רב הורוויץ האט אנגערופן צו מהר"א און ער האט תיכף מסכים געווען דערצו אבי עס זאל זיין א גרעסערע ציבור. מען האט אבער קלאר געמאכט אז זיי קומען שוין צו א פארטיגע זאך, אלע דרשות און פלענער זענען שוין מסודר און אויף דעם וועט בשום אופן נישט שייך זיין צו פארהאנדלן, די ארוינים וועלן עס ווייטער אנפירן, און התאחדות אדער צד רז"ל וועלן נישט האבן קיין שום ווארט דערויף, התאחדות וועט בלויז קענען פארופן דעם פראטעסט אין זייער נאמען און איצא וועט קענען זיין יו"ר און אנפירן דעם שוין צוגעגרייטן פראגראם, אויך אז אויפן סיין אויפן אויבן אן וועט נישט שטיין התאחדות כדי די פרעמדע קרייזן זאלן זיך שפירן באקוועם. עכ"פ אלעס אויסער יו"ר און אפיציעלע פארופער וועט בלייבן ווי ביז איצט, אז די ווילסט קום און אז נישט נישט.

אויף דעם ארויף איז איצא אריבערגעקומען צו מהר"א איבערצושמועסן און הערן די פלענער, למעשה האט ער דאן פארלאנגט אז דושינסקיא רב זאל אויך רעדן. מהר"א האט איינגעשטימט. און עס איז געבליבן אז רז"ל וועט 99.99 פראצענט קומען און וועט געבן ענדגילטיגע תשובה מיטוואך 10 אזייגער. אינמיטן נאכט איז געקומען א אפיציעלע מעלדונג פון HQ אז זיי שליסן זיך אהן וויבאלד ס'איז אונטער התאחדות. דאס איז אפשר געווען א טעות מצדם, אבער למעשה האט דאס גורם געווען אנצונעמען אז זיי קומען טאקע און די נייעס האט זיך שטארק פארשפרייט, שלומי אמוני כלל ישראל האט זיך שוין געפרייט אז מען קען יא באווייזן צו לייגן כבוד שמים העכער פאליטיק און זיך פאראייניגן לוחם צו זיין מלחמות השם.

מיטוואך אינדערפרי האט מהר"א געגעבן זיין רעזיגנאציע רעדע, און האט אויפגעפאדערט זיינע בחורים נישט צו שטערן אדער פרובירן צו ווייזן בעלות. אבער שפעטער אביסל האט פון צד רז"ל אנגעהויבן צו קומען פרישע פארלאנגן, ווי צ.ב.ש ר' נפתלי בלומענפעלד זאל רעדן, וכו', עס האט אנגעהויבן אויסצוזעהן אז מען איז נישט צופרידן דארט פון דעם באשלוס און זיי האבן מחליט געווען צו פרובירן איבערצונעמען אינגאנצן די קאנטראל אויפן פראטעסט אז עס וועט נישט געלונגען וועלן זיי דאס דראפן. והך קאווע.

אויפדערנאכט איז אנגעקומען א העסליכע שונד-אימעיל געשריבן מיט גיפטיגע שוימיגע שנאה, פול מיט שקרים וכזבים, מעשיות שלא היו ולא נברא, און צום סוף פירט דאס אז אז וויבאלד מהר"א האלט זיך נישט צום אפמאך און מען שטעלט ארויס אייגענע צעטלעך דעריבער קומען זיי נישט. באמת איז דאס א שקר גס, קיין שום פרישע צעטל בשם מהר"א איז נישט געווארן אויסגעהאנגען, און די נייעס באריכט איז נאך אריין בעפאר די הסכם איז צושטאנד געקומען. עס איז פשוט און קלאר אז נישט דאס איז די סיבה.

וואס יא, עס איז שייך צו טראכטן צוויי אפציעס, איינס אז איצא גליק האט זיי נישט געהעריג קלאר געמאכט אז התאחדות וועט נישט האבן קאנטראל און זיי האבן זיך דאס הערשט שפעטער געכאפט און געווארן אנטוישט. אדער אז דאס איז תלוי דארט און די מחלוקה פון מ"ג וכת דיליה וועלכע ווילן פאר קיין שום פרייז נישט פארהאנדלן, נאכגעבן סיי וואס, והיינו טעמא דקעפס, כינוס וומ"ס, כינוס ק"י וכו' וכו', לעומת יעקב בער וכת דיליה וועלכע זענען יא גרייט דערויף.

עכ"פ צד מהר"א האט זיך שוין מייאש געווען פון זיי, און ביזדעווייל בלייבט אלעס ביים אלטן, די אנדערע קרייזן און די ליטווישע וועלכע האבן ביז יעצט געהאלטן ביים קומען וועלן ווייטער קומען, און די באן פארט ווייטער.

כ'זאג נישט, די זאליס קענען נאך אסאך קאליע מאכן, זיי קענען נאך מאכן א שטינק וואס זאל גורם זיין אז אנדערע קרייזן זאלן זיך צוריק צוהן. ווי אויך קען זיין אז זיי זאלן זיך יא צום סוף צושטעלן, ונזכה ונחי' ונראה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך השמים אום דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:07 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
השמים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:25 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:53 am

זייער שיין. אבער פארוואס נישט מיט דיין געהעריגע ניק?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:53 am

ברעיקינג! מ'פאראייניגט זיך ווידער!


ווי ס'קוקט יעצט אויס שטעלן זיך צד הגז"ל יא צו און זיי גייען יא אנטייל נעמען ביים פראטעסט! וועלן מיר ווארטן אויף HQ צו קאנפירמען און דער איד גייט שוין צום דריק....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:55 am

אוי וואט די העק. סוי בלומפעלד גייט יא רעדן?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:59 am

ניין
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך רוזעוולט » דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:25 am

שעפטל, מקור?
פאר גוגל טאלק, roosevalt13 @ gmail ,פאר קאווע שטיבל cnectd גרופ אפלייט צו פין #1a188fg
רוזעוולט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:42 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך רוזעוולט » דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:27 am

שעפטל, מקען האבן נאר איין וואטסעפפ פער דיווייס.
פאר גוגל טאלק, roosevalt13 @ gmail ,פאר קאווע שטיבל cnectd גרופ אפלייט צו פין #1a188fg
רוזעוולט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:42 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:28 am

ברעקינג ארויף ברעקינג אראפ, איך זאג ענק די זאליס קומען נישט זונטאג, די שאלה נאר וויפיל חורבנות זיי וועלן פרובירן אנצוזייען ביז דעמאלטס

די תירוצים פון צעטלעך איז גוט זיך צו פארענטפערן, זיי האלטן נישט ביי גארנישט, פאליטיק איז העכער אלעם דארט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 909 מאל

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:32 am

אז מען לעבט דערלעבט מען, קוק דעם טוויט

https://twitter.com/RodneyShtiper/statu ... 36/photo/1


אבער דערווייל נעם איך נאך אלס נישט אראפ מיין חתימה, איך האב צייט זונטאג נאכט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 909 מאל

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:25 am

Safety Alert! Buckle Up, Cuz Another Few Unexpected Sharp Turns Are Awaited By The Zalis..
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 909 מאל

הודעהדורך outspoken » דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:26 am

א
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך outspoken אום דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1187
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

הודעהדורך רוזעוולט » דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:06 am

ער מעג נעמען קרעדיט פאר א מציאות. ער האט זייער שווער געארבעט, און אסאך נאכגעגעבן. און ער פארגלייכט זיך נישט צי זיי, ער זאגט נאר אז ער טוט דא די זעלבע זאך ווי זיי
פאר גוגל טאלק, roosevalt13 @ gmail ,פאר קאווע שטיבל cnectd גרופ אפלייט צו פין #1a188fg
רוזעוולט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:42 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך מ גפני » דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:08 am

SatmarHQ: Breaking: Agreement has been reached that All Khilas will go to Protest this coming Sunday in Manhattan under Hisachdus Hurabunim Leadership
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 962
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

הודעהדורך newkave » דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:20 am

All kehilos? ??
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך גאלד » דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:24 am

איך זעה שוין נישט קיין טויש אין די באטייליגונג, רז"ל גייט קומען אנהאלטנדיג די נאז, זיינע חסידים וואס זענען קאלט דערצו, וועלן מסתם זיצן אינדערהיים דאס רוב, און יעדע פלאפ וואס העט זיך פונקט מאכן גייט מען אנלייגן אויף ר' אהרן,

מארק מיי ווארד,
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1880
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1463 מאל

הודעהדורך יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:40 am

איין זאך איז זיכער, שעפטיל שטעלט זיך ארויס צו זיין גאר קראנט מיט זיין אינפארמאציע.
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 177 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט

cron