קאווע שטיבל פרעזענטירט - דער צוויבל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

קאווע שטיבל פרעזענטירט - דער צוויבל

שליחה דורך יואב »

דער אשכול וועט סערווירן דעם היימישן ציבור מיט נייעס, אנאליזן, און סתם קאפ פארדרייענישן, איבער פאסירונגען און געשענישן וועלעכע שפילט זיך אפ ארום דער גארער וועלט, און וועט אי"ה טעגליך ווערן אפדיעטעט דורך צאללאזע געניטע שרייבער, וועלעכע האלטן זיך אויף אונערהאלב די ראמען פון קאווע שטיבל.

שרייבענדיג די שורות, איז שוין טאג אינעם ווייטען אזיע, וואו כלל ישראל גרייט זיך צו פארשרייבן א פרישע קאפיטל אין איר גלארייכע היסטאריע.
מיר פארבינדן זיך מיט אליפאז הונטאוויטש, וועלעכע געפינט זיך יעצט אין אור כשדים, און איז פון די פירענדע סדרנים דארטן. ער וועט איבערגעבן א דעטאלירטן באריכט, איבער דעם גיגאנטישן מעמד הנחת אבן הפינה, וועלעכע וועט ווערן אפגעהאלטן בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר משטרויזאק שליט"א.

א גוטן אליפאז, דאס איז יואב פון קאווע שטיבל, וואס הערט זיך עפעס גוטס.
האלאו !!! ר' אליפאז איר זענט דא ? האלאו ???

יא, א גוטן יואב, און א גוטן אלע חשובע קאווע שטיבל ליינער.

אה, איך פריי זיך צו הערן אייער קול, די קאנעקשן איז עפעס נישט גוט, דער טעלעפאון קראצט.

יא, איך האב אייך נישט געקענט הערן, עניוועי, יעצט הער איך אייך.

דער חרידישער וועלט איז איינגעהילט אין התרגשות, און מיט שפאנעדיגע געמיטער ווארטן זיי צו הערן עפעס באריכטן פון אור כשדים איבער דעם מעמד רבתי. ב''ה איר האט די זכיה מיטצוהאלטן פון דער נאנט, ביטע גיבט א באריכט פאר די הונגעריגע ליינער דא.

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. ב'ה מ'האט זיך דערלעבט צו אזא לעכטיגן טאג, שהחיינו וקיימנו. נאט אייך א באריכט.

ובמקהלות רבבות
אור כשדים - צענדליגע טויזענטער וועלן היינט אווענט פארפלייצן די נמרוד גאס וואו עס וועט פארקומען דעם מעמד הנחת אבן הפינה בהשתתפות ראשי עם צום גיגאנטישן פאלאץ וואס וועט דינען אלס בית נאווה קודש פון כ'ק אדמור עטרת ראשינו משטרויזאק שליט'א.
צוזאמען וועט אפגעראכטן ווערן דעם דינער השנתי פארן יובל העשור, וואס צוליב א טעכנישע פארפלאנטערטן ערלה, האט זיך עס פארשלעפט און פארלענגערט צו א שמיטה.
אנשים נשים וטף וועלעכע קומען צו שטראמען מכל קצווי תבל, וועלן אנפילן די זאלן און די גאסן ארום, אזש פאר די גוישע שכנים וועט זיך דאכטן אז א פרישע מכת ארבה לאזט זיך אראפ אויף דעם ראיאן.

אנווייזונגען
עסקנים בעהטן מ'זאל לאזן די שרייב געצייג אינדערהיים, נאכדעם וואס עסקנים האבן נאך איבערמידליכע כוחות באוויזן אנצופירקלען אלע בית כסא'ס פון אויבן ביז אונטן מיט דעמאניסטראטישע אותיות, אז מ'זאל נישט פארברענען די נשמה מיט ליינען די טריפה'נע מאגאזינען, און ווי אויך ווער עס רייכערט איז א פאלנער רוצח. דאס פארשטייט זיך איז נישט אנגעקומען גרינג, וכל המוסיף גורע.
גלייכצייטיג בעהט מען, אז מ'זאל נישט אנשטאפן אלע 8 און אהאלב טאשן מיט אשר יצר פאפיר, נעמענדיג אין באטראכט אז מ'וועט דארפן אקאמאנדירן א גאר גרויסע צאל מענטשן, און ס'פארהאן א מספר מצומצם טישאוס.
א ספעציעלן טישל וועט זיין אראפגעשטעלט הארט לעבן די ארויסגאנג בוטקעלעך, וואו דער ציבור וועט קענען אראפשליידערן די טליתים מיט די גארטלעך.
אויב איינער שפירט אז הייסע לאווע וועט שפריצן פון זיין נאז יעדע 3 מינוט, זאל תופס זיין אומנות אבותינו, און כאפן א האנטוך פון מקווה וואו מ'וועט קענען אריינבלאזן כל מה שלבו חפץ.

א ספעציעלן ברייטע דרייער איז אראפגעשטעלט געווארן ביים מקווה געיט, בלויז איינער וועט דארפן צאלן, און זעקס בבת אחת וועלן זיך קענען אריינ'גנב'נען.
פאר די מער מאדערנעם עולם, וועלעכע שויערן זיך נישט בלויז ערב יום הקדוש פאר א חציצה, וועט זיין צוגעשטעלט שאמפאו אין אזאלעכע קליינטשיגע פלאסטיק בעגיס, ווי אויך וועט זיין א ברייטע אויסוואל פון כשרע זייף. גלייכצייטיג בעהט מען מ'זאל נישט זיין סעלפיש, און ווען מ'ענדיגט זיך זייפן, זאל מען נישט אריינווארפן דעם געניצטן זייפל אין מיסט, נאר דאס צוריקלייגן אין קאנע וואו אנדערע אידן וועלן הנאה האבן.

דער השקה פון מקוה איז כשר בתכלית הכשרות, תחת פיקוח ועצת רבני ודייני דקהילתינו. מילא בעהטן מיר די קדושים מ'זאל נישט יעדער באזונדער ארויסשלעפן דעם השקה שטאפער איידער מען רעכט אפ די טבילות, בכדי צו פארמיידן געדיכטע טראפיק.

וביתר שאת בעהטן די עסקנים די הייליגע לייט, ביטע זיך אפהאלטן פון פארשאפן צונאמישע כוואליעס אין מקווה, נעמט אין אכט אז עס זיצן אנדערע אידן אין בור מיט טרוקנע באבעלדיגע הויט און קלאצן אויפן שוויציגן דאך, וואו זיי זענען משלים די חלומות פון ביינאכט. און צו די חברה וואס גולם'ן ווענדן מיר זיך מיט א בקשה נחוצה. ביטע לאזט איבער אין בור א מאקסימום פון בלויז 5 האר, פארשטייט איר זענט נישט דער איינציגסטער וואס פארמאגט האר, מיר פארשטייען אז טאקע אין מקווה איז דער פלאץ זיך צו קראצן אלצדינג און אויסצוקעמען די פארקניפטען בארד, אבער געט א געלעגנהייט פאר א צווייטן אויך איבערצולאזן עפעס.

א משגיח תמידי וועט שטיין על ראש הבור מיט א פארגרעסערונג גלאז, וואו ער וועט זיכער מאכן עס שפילט זיך נישט אפ נישט דברים שלא יעשו.
און ווען איר וועט האלטן ביים 311'טען טבילה וועט ער מיט א בייסיגן קלאפ מיט די האנט אויסשרייען, אנטשולדיגט דאס איז נישט קיין סווימינג פאל, טובל'ן און ארויס.

א ספעציעלן דרעין איז אראפגעשטעלט געווארן ביי די קאווע, וואו דער עולם וועט קענען אראפגיסן דעם טיפה ראשונה, וועלעכע איז איינגעפירט צו טאן ביי אלע חסידישע קרייזן.

גענוי ווי ביי די זייף, בעהטן מיר אז ווער ס'דארף בלויז א האלבע קאצקע ציקער, זאל אראפבייסן האלב, און אריינוארפן די אנדערע האלב צוריק אינעם שיסל. דאס איז סיי צוליב ואהבת לרעך כמוך, און סיי בלתי לעבור על בל תשחית.

עס איז בשום אופן נישט ערלויבט צו כאפן בילדער, כידוע ווי ווייט די רבי האט פארפירט קעגן דעם, און זיך אויסגעדריקט מיט דאס ארגסטע. עס וועלן בלויז זיין א האנטפול פראפעסינאלע פאטאגראפירער ,וועלעכע זענען געדינגען געווארן דורך רבינו הקדוש זעלבס, להגדיל תורה ולהאדירה.

ריקודין של מצווה
דער שטרויזאקע קאפליע וועט עפענען דעם מעמד מיטן נאצינאלן הימנע פון אור כשדים, דערנאך וועט מען זינגן העיל טו דע טשיף וואו מ'וועט קלאטשן פאר כבוד קדושת מרן שליט''א, און די רבי שליט''א וועט בשעת מעשה משפיע זיין פאר אלע פארזאמעלטע. דערנאך וועלן די תינוקת של בית רבן זיך שטעלן אין א ליניע, וואו זיי וועלן א קוש טאן דעם צדיק'ס האנט.
באלד דערנאך וועלן זיך חסידים ואנשי מעשה ארויס לאזן אין טענץ, בתופים ובמחולות, און זינגען יחי אדונינו.

רבינו שליט''א ישא מדברותיו
אום 4:17 מיט 5 חלקים, יופיע רבינו בנהורא מעליא כדרכו, און רבינו שליט'א וועט לאזן הערן דברות קדשו, וואו צווישן אנדערע וועט ער ארויסטרעטן בשער בת רבים במחאה נמרצה, אויף דעם פירצה גדולה וועלעכע האט זיך אריינגעכאפט דווקא ביי די סלתה ומשמנה פון כלל ישראל. נעמליך, דאס שוידערהאפטיגן דורכברוך פון עסן ביי שאלעשידעס געפילטע פיש וועלעכע איז נישט געקנאטן געווארן מיט די האנט, וואס אחוץ דער פגם פון משנה זיין, איז מען עובר בריש גלי אויף תעשה ולא מן העשוי. ווי אויך וועט די רבי אדרעסירן דעם היסטארישן דאבעליו סאמאטוכע.(זעה דא.)

דחקל תפוחין קדישין
ווי נאר רבינו שליט''א וועט ענדיגן דעם פלאמפייערדיגן דרשה, וועט רבינו שליט''א זיך אראפלייגן אויף די ערד, שטויסן מיט די פיס בכוונות גדולות, און ווי פון א מאשין גאן זיך נעמען שיסן עפלעך וועלעכע זענען נחתם געווארן בטבעת המלך. פאר פרעמדע וועט זיך קענען דאכטן אז א קליין צעווילדיוועטע קינד ליגט אויף דער ערד און ווארפט באליס, אבער חסידים וועלן פארשטיין אז דאס איז בלויז א פרישן איניצאטיוו פונעם רבין פאר ביטול היש. ואשרי האיש אשר התפוח יפול בחלקו.

חלוקת מטבעות
נאך דעם עפל אויסברוך, וועט די רבי זאל זיין געזונט טיילן געבענטשטע מטבעות אויסגעקריצט צורת קדשו דערויף. מ'בעהט דער עולם זאל כאפן, ווייל ס'נישטא גענוג. מ'זאל ווארפן הוטן, צעפליקן שטריימלעך, רייסן קנעפלעך, פראסקענען מיט כח, און טיילן קלעפ ברציחה, וכל הקודם זכה.

ימים על ימי מלך תוסיף
נאך דעם מאורע יפליץ רבינו את הפעלץ שלו, דער אנטיק פעלץ וועלעכע מ'האט געמאכט פון פעהל פונעם ערשטן סקאנק, א קדוש מרחם אמו, וועלעכע די חבריה קדישא אליינס תחת הפיקוח של כ"ק רבינו שליט"א, האבן אפגעשינדעט די פעהל לעבעדיגערהייט, און דערמיט גענייט דעם הייליג פעלץ פארענט פונעם ארון קודש יום כיפור ביי נעילה.
ווי באוויסט טוהט רבינו שליט'א אן דעם פעלץ בלויז ביים כפרות שלאגן, און ביי שריפת חמץ, און כידוע האט זיך רבינו שליט"א אמאל אויסגעדריקט, "זאל ווען דער פראסטע המון וויסן דער הייליגקייט און חשיבות פונעם פעלץ, וואלט מען זיך געשלאגן צו קענען מנשק זיין דעם פעלץ, בשעת עס רוהט על גופו הקדוש".

דער רבי וועט דאן אראפנידערן צום טייך ווי דער טאטע זי''ע האט אויסגעשאקעלט די מצוות ביי תשליך, דער רבי וועט דאן א כאפ טאהן זיין גאלדענעם האק, און אויפברעכן די געפרורענע אייז.
דאן וועט די רבי כאפן א טבילה גדולה עד מאוד, און פארשווינדן ווערן ווי א סובמארין במצולות ים.
די קינדער וועלן מספיד זיין אויפן פלאץ שוין געקליידעט אין ווייסע בעקיטשעס, מ'וועט זיך הרג'נען כמעט ביז צום טויט, ולאום מלאום יאמץ, והחוט המשולש לא במהרה ינתק.

א גרויסן שכח ר' אליפאז, אויב איך קען אייך פרעגן עטליכע קשיות....

יא, אוודאי, אבער שנעל ווייל איך יאג זיך, איך דארף מסדר זיין אלע קארס פונעם עסקארד זאלן זיין געפארקט שיף, און די ווילד טאנצעדיגע לעקטערלך זאלן בליטשקענען ווי משוגע. איר ווייסט יואב, דא איז דאך נישט ניו יארק, די גוים פלאצן ממש פאר קנאה, זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געזעהן אזא מצב. זיי קענען נישט אויפכאפן די קאודס אויף די 2 וועי ראדיאוס, און זיי שטייען מיט די נאז אריינגעקוועטשט אין די סובערבענס און באטראכטן די לייטס.

אקעי, פארוואס האלט איר אז דער אשכול באלאנגט נישט אין צימעס, כ'מיין....

הערט ר' יואב, דאס איז נישט בלויז צימעס, דאס איז די מייערן פון די צימעס, ווי דער רעביצין האט זיך אויסגעדריקט.

כ'הער. אגב ר' אליפאז , ווי ווייט איך פארשטיי זענט איר א דורכגעווייקטען שטרויזאק חסיד שוין יארן, צו וועלעכע פון זיינע קינדער פלאנט איר צו גיין נאכדעם וואס דער רבי שליט"א וועט כאפן דעם פארלענגערטן טבילה ?

או! דאס איז א פארווייטאגטע שאלה, יואב פליז, לאמיר לויפן, איך יאג זיך ווי משוגע. מיין ראדיאו האלט אין איין פאפן, די בעדזשעס פאר די סדרנים זענען נאך נישט פארטיג.

אנטשולדיגט פארן פרעגן דעם שאלה, נעווערמיינד ווי מ'זאגט אין ענגליש. אלענפאלס, א גרויסע יישר כח, זאל מען הערן בשורות טובות, כל טוב.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געוואלדיג! מי ישווה לך, יואב!
אז דו שרייבסט דא, זענען מיר כקליפת הצוויבל...

(אגב, דא האט מען שוין דערמאנט די צוויבל)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יואב, ס'צייט צו זוכן פאר א זשאב :lol: .
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

עסקנים פארלאנגען קליינע טאשן אן פלאץ פאר סמארטפאונס

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין א שמועס מיט די הויפט מאניופעקטשורערס פון די חרד'ישע רעקלעך אינדוסטרי, האט ארויסגעליעקט געהיימע אינפארמאציע, וועלכע איז נאך א שלב אין די מלחמה אנטקעגן די טריפה'נע סמארטפאונ'ס, וואס זייער סייז וואקסן יערליך ווי אויף הייוון, און די מאנופעקטשורערס פון די דריי קלאודינג מוזן כסדר פארגרעסערן די סייז פון די טאשן וואו ס'רוב עולם האלטן די קלוגע טעלעפאנען.

יעצט איז געווען א באשלוס אין די רייען פון די טויזענט רבנים אז קיין איין חרד'ישער רעקל אדער וועסטל מעג נישט ענטהאלטן א טאש וואס קען ארייננעמען א טעלעפאן גרעסער פון א 3 אינטש סקרין. אזוי וועט מען פארזיכערן אז בלויז די קליינע מאושר טעלעפאנען וועט באנוצט ווערן ביים חרד'ישן ציבור.

ווען איינער האט פארגעהאלטן די עסקנים אז מאנכע טוען בכלל נישט אן די סארט רעקלעך/וועסטלעך, און אנדערע האלטן דעם פאון אויפן (גע'אסר'טן באקעל) פאסיק, האט ער באקומען א תשובה אז "ערגעץ מוז מען אנהייבן", און אז דער קומענדיגער שטאפל וועט זיין צו באפעלן די מאנופעקטשורער פון די בלויע ארבעטס הויזן צו פארקלענערן זייערע טאשן.

די חסידים ואנשי מעשה פון די שלומי אמוני ישראל ארגאניזאציע רייבן זיך די הענט פון גרויס פרייד, ווייל זיי זעהען אין דעם א אמת'ע הצלת הדורות על בנינו ועל דורותינו ועל כל דורות זרע ישראל עבדיך על הראשונים ועל האחרונים דבר טוב. פארשטייט זיך אז די טאטעס וועלכע מען וועט כאפן גייט מיט גרויסע טאשן וועלן די קינדער נישט האבן קיין רשות כניסה אין די מוסדות.

עס וועלן געשטעלט ווערן ספעציעלע עסקנים וועלכע וועלן שטיין אין די מקוואות און אדורכנישטערן די טאשן בשעת מען טובל'ט זיך אין בור, און זעהן מיט וועלכע טאשן און טעלעפאנען דער עולם באנוצט זיך. און אינאיינוועגס אלס א באנוס וועט מען זעהן קלאר מי ומי ההולכים, ווער גייט יעדן טאג אין מקוה, און אין וועלכע מקוה מען גייט.

עס בלייבט נאר איבער צו זעהן צו G&G וועט ווייטער אדווערטייזן אלע סארטן חסידות מענטשן מיט זייערע קליינע טאשן.
וירח ה' את ריח הניחוח
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

לאמיר זעהן ווי לאנג די 'נייעס' איז בלויז א "שמייכעל" נייעס? :roll:

לאמיר זעהן ווילאנג ס'וועט דויערן ביז מען וועט דאס מוזען ארויסריקן פון דאנעט אריין קיין אידישע נייעס...
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

שמעקעדיג, פיינע נייעס מיר קוקן ארויס אויף נאך :like
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

איבערבלייבענישן פון א אידישע שול געטראפן געווארן אויף מארס!

שליחה דורך געפילטע פיש »

די סייענטיפישע וועלט שטייט און שטוינט, נאך א קנאפע יאר פון ארום וואנדערען, האט זיך די מארס ראווער אנגעטראפן אין א הערליכע געביידע, אומגאפער 6 קילאמעטער דרום צו פון די 'געיל קרעיטער', וואס זעט אויס ווי א אידישע געבעט הויז, "די ערשטע בילדער וואס זענען נאך דערווייל אביסל אומקלאר צייגן צו עפעס וואס זעט אויס ווי א ראמפ פאר ווילטשעירס ביים אריינגאנג צום פאליש אונטער די עשרת הדברות טאוול, די פלאן איז אז קוריאסיטי זאל צאמנעמען סעמפעלס פון די ערד, און ווייטער גיין צו שער גאטטעסמאן" זאגט מייקל קריספ, נאס"א עקספערט אויף רעליגיעזע אנלעגענהייטן, אין די הונטערגרונד זעט זיך זעט וואס זעט אויס ווי א בנין תלמוד תורה און א מקוה מיט א שוויץ, לויט די אפשאצונגען פונעם טערמאל אימעדזשינג סענסער פונעם טרעקל, און לויט ווי די יעצטיגע סעמפעלס גיבן אן, איז דא צו קויפן סענדוויטשעס אינעם שמש שטיבל. א גרונטליכע אנאליז פון וואס זעט אויס ווי צולאזטע הבדלה לעכט צייגט צו אז נישט נאר איז דא לייף אויפן מזל מאדים, נאר אז מ'היט שבת דארט אויך.

יעצט קומט אריין די נייעס אז ס'האט זיך געמאכט א קופקע פארענט פונעם שול, וואס זעט אויס ווי מאדים מענטשען אין די יארגענג פון 16 ביז אין די דרייסיגערס, זיי שטייען און פלעפן אויפן נייעם טרעקל, מיט די ברילן אריינגעקוועטשט אין די אויגן מיטן הילף פונעם מיטעלסטען פינגער, אנאליסטן זענען באזארגט ווייל זיי פארשטייען נישט פונקטליך אויב דאס דארף צו מיינען א אנגריף אין מאדים'ע קולטור, פאר דערווייל האבן זיי אריינגעלייגט די ראווער אין דיפענס מאוד.

מקור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

גיי זיי מסביר פאר די אזוי-גערופענע חרטומים - קלאץ קעפ, וועלכע עסן העכסט ווארשיינדליך מייערן מיט צימעס ווי איידער די טראדיצינאלן מייערן מיטן געפילטע פיש - וואס אידן קענען אלץ טוהן בשעת דער אצבע קודש גרייכט די צענטער פונעם ברילן.
הגם, די ערלים וועלעכע דרייען זיך אינעם 11211 געגנט, ווייסן זיכער עפעס איבער דעם סגולה פון לייגן די פינגער אויף די ברילן.

(הגם, זייערע זיידעס האבן פונקט אזוי געגעסן געפילטע פיש מיט מייערן. כ'האב געהערט פון א איד וואס געדענקט נאך דאס. ער טענה'ט אויף זיין גאס אליינס האבן רובא געגעסן. שוין, אזוי ווי ס'גוישט זיך אזוי אידישט זיך עס. ס'וועט נאך זיין א טאג וואס ס'וועט זיך אריינכאפן ביינוונז, וועט עטס געדענקן יואב האט דאס שוין פאראויס געזאגט).

ס'טייטש זיי "די נאש פארשטאפטע קעפ" ווייסן נישט. כ'הער, כ'האב נישט געטראכט זיי ווייסן. ס'איז נישט די ערשטע, און נישט די לעצטע.

אז איך בין לאנגווייליג יעצט ווייסן זיי יא?
דער פרוכט מ'נוצט פאר ד' מינים, א זאך וואס די חוטבי עצים פון קאווע שטיבל ווייסן, ווייסן זיי יא?
וויאזוי מ'קריגט פראגראמען ווייסן זיי יא?
די געשמאק פון א הייסע מקווה ווייסן זיי יא? (זיכער נישט, ווייל זיי וואלטן זיך דאך מגייר געווועזן-חחח).

כ'מיין, גיי רעכן אויס א ליסטע די גרויסע קארפן קעפ וועלכע זיצן אין די גרויסע יונווערסעטעטן האבן קיין אהנונג איבער דעם.

אלזא, איך ווייס יא, און במקום שאין געפילטע פיש, וועט יואב אויך זיין גוט. כ'מיין, נאך אלעם מיט א חלום קען מען זיך נישט שלאגן. און ס'איז דאך באוויסט אז 20 קאנספיראציעס איז אזוי ווי 1 טעאריע; 5 טעאריעס איז אזוי ווי איין פאקט; און 15 פאקטן איז אזוי ווי איין חלום. כל שכן דא וואס ס'איז סיי א חלום, און סיי א פאקט. הרי לנו 30 פאקטן. פלאס א פאקט אויפן מאדים ווערט גערעכנט ווי, שוין, איך האב נישט קיין כח. WOW. איך האב שוין מורא צו שרייבן.

הנני העני........
איז אזוי, אויפן מאדים גרייט מען זיך אויף קידוש לבנה. יא יא, קוק נישט איבער. "קידוש לבנה"! העלא? יא, איך מיין קידוש לבנה.

קידוש לבנה? כ'מיין זיי ליינען קאווע שטיבל. (שמעקעדיג).

כ'מיין, וואטס דע ביג דיעל? מ'איז דאך מקדש יעדן חודש, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ס'איז אפילו א רעדע? (לעיקוואד).

פשטות איז אוממעגליך, ס'איז ווארשיינדליך א מיטאס. זעה וואס וויקי שרייבט. (יידל).

דא האט איר א קליפ, לויט שאצונגען איז דאס א קידוש לבנה מ'האט געמאכט אויפן מאדים אין די צייטן פון נמרוד (טאמבל סאס).

סוף זמן קצירת העומר אויפן מאדים (זר זהב- באזונדערע אשכול).

או מאדים מאדים, עד מתי מאנת לענות פני הלבנה, קום קרא אל הלבנה, ואל יחר אפך, כי כמוך כוויליאמסבורג. (קופערניקוס).

א נייע קאמפיין. מאדים פאר קידוש לבנה. (קאווע טרינקער).

וואס איז דאס קידוש לבנה? כ'ווייס איך זאג דאס איינמאל א חודש, אויב ס'איז אבער אויפן מאדים איז דאס די זעלבע? (נולד מאוחר).

א פלאנעט באלאנגט אין די אטמאספערן, און קידוש לבנה באלאנגט פאר די מענטשן. (איחוד פעלד - חתימה).

לויט די היינטיגע מציאות איז יידל טאקע גערעכט.
אויב אבער קוקט מען מיטן קאפ אראפ און די פיס ארויף - (זעה דא), איז דא א וועג וויאזוי ס'קען יא שטימען אויב ס'געפאלט בתקופת טבת, און פאברואר למספרם האט 31 טעג, און ס'איז א שנת עיבור, און מ'גייט ווי ר' יהושע אז בניסן נברא העולם, לויט די גריכישע וויסענשאפטליכער.

אין ספר מרקד על מאדים (זעה דא) ברענגט ער בשם גאון אחד (בפשטות הגאון מכעלעם- עיין "כאן"), אז ס'האט שוין פאסירט מיט ארום 900 יאר צוריק. זעה "דא" (יאיר).

הערטס אמאל וואס קלוגערע און עלטערע פון ענק האבן צו זאגן, לאזטס ענק זיך לערנען אמאל, זייטס נישט אלץ אויבער חכמים.

קידוש לבנה אויפן מאדים איז צו פארשטיין פאר אונזערע מוחות אזוי ווי קידוש החמה אויף אונזער פלאנעט, והדברים פשוטים.
ביי אונז וואס די לבנה איז ווייט ארום צוויי הונדערט פערציג טויזענט מייל, איז מען מקדש יעדע חודש.
די זון וואס איז ווייט ארום 93 מיליאן מייל, איינמאל אין 28 יאר.
שטעלט אייך פאר מאדים וואס איז מיליאנען מיילן ווייטער פון די זון, וויפיל מאל אין איר היסטאריע קען מען מקדש זיין די לבנה.

מילא, איז נאך אלץ שווער פארוואס דער עולם לייגט דעם פינגער אויף די ברילן? טריליאן פראצענט אז נישט.
ובפרט ווען מיר ווייסן אז דאס איז פיל מאל מער ווירקזאם ווי די גרעסטע מעגניפייאינג גלאז, און מ'זאגט אז אפילו עפעס א אויגן פראפעסאר פון סרי לאנקא וועלעכע האט שוין אלצדינג שטודירט האט מודה געוועזן. (נישט אז מ'דארף זיין הסכמה, נאר ווייסטאך, ס'געט א גוטן געפיהל).

מילא די רבנים קריגן א זילבערנע האלטער אנצוהאלטן דעם מיטעלסטן פינגער, און זיי גיין כאפן א נאנטן בליק אויף די לבנה.
מ'גייט טיילן געבענטשטע לבנה ניסלעך פאר אלע משתתפים, און די וואס געבן $212 "כמנין רבי" וועלן קריגן א קליין שטיקל גלאז פונעם רבין'ס גלעזער וועלעכע האט אנגעבליך אויסגעטוישט בליקן מיטן לבנה.

און אויב די זיידעס וועלן קומען וועלן זיי זיכער האבן א קורצערע רייזע.

נב. די אלע וואס גיין זעהן א UFO זאלן וויסן די רבי האט געוואלט מאכן אן עקספערמענט ווען ער האט זיך צושריגן "ואיני יכול לנגוע בך". ער האט זיך א לאז געטאהן אויף א מיסיע צו כאפן דעם לבנה, און פליהט נאך יעצט. "כאפטצעם"!!!!!!!!!!!!
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מעשי ידי נדחקים בין עיניהם - ואתם אומרים שירה?...

ביי הונדערטע פון אונזערע ברודער הערשט א חרון 'אף' - ואתם אומרים שירה?

ביי קידוש לבנה ווי ס'שטייט "וכך לא יהא לי כאב שיניים" (ראה סידור צלותיה דשלמה) צייכענט דער מדפיס אין סוגריים נ"א אומרים: "וכך לא יהא לי כאב אפיים". :ugeek:

ובזה מובן גם כן פירוש הברכה המעביר וכו' ותנומה מאף-אף-איי, דלכאורה קשה למה נסמכה תנומת הלילה אצל האף, ועוד קשה למה נאמר איי שהוא ביטוי של כאב אצל האף, נאר ס'קומט צו לאזן הערן כנ"ל בדברי יואב. ביינאכט, בעידן תנומה, ווען די לבנה איז שולט, שרייט די נאז איי איי איי, מחמת לחץ זו הדחק, כמה שנאמר. ואין להקשות, פרעג נישט וויאזוי א נאז קען רעדן, ווייל ס'שטייט שוין אזוי בפירוש אין משנה "ואף הוא היה אומר".

און דאס שטייט פון די מקובלים איז מרומז אין די מידה פון ארך אפים, ווייל ווי לענגערע דער הייוועי אלס ווייטער קען מען פארן.

פוט דע גלעזער טו דע נעזער! (באמפער סטיקער) ;)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

"ביזט נישט אינגאנצן גערעכט, מארס האט נישט איינס, נאר צוויי לבנה'ס, ממילא קומט אויס אז זיי מאכן קידוש לבנה צוויי מאל א חודש. אדער אפשר מאכן זיי אויפן גרעסערן לבנה א 'קידושא רבה', און זענען דערמיט מוצא די קלענער, אולי. און פאר דעם זענען זיי מקדים אפיהם למשקפיהם און זענען אוחז באמה ומשקיף, און לייגן עס צו צו די שפעקטעקאלן." (געפילטע פיש)

יואב האט געשריבן:אלזא, איך ווייס יא, און במקום שאין געפילטע פיש, וועט יואב אויך זיין גוט. כ'מיין, נאך אלעם מיט א חלום קען מען זיך נישט שלאגן. און ס'איז דאך באוויסט אז 20 קאנספיראציעס איז אזוי ווי 1 טעאריע; 5 טעאריעס איז אזוי ווי איין פאקט; און 15 פאקטן איז אזוי ווי איין חלום. כל שכן דא וואס ס'איז סיי א חלום, און סיי א פאקט. הרי לנו 30 פאקטן. פלאס א פאקט אויפן מאדים ווערט גערעכנט ווי, שוין, איך האב נישט קיין כח. WOW. איך האב שוין מורא צו שרייבן.

יואב! איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו ביסט פאני? מסתם נישט, אבער מיינע קאלעגעס ווילן וויסן פארוואס די טיש שאקעלט זיך...
אבער ביי דעם שטיקל האב איך געמוזט ארויסנעמען א קאלקיולעיטער, און געבעטן מיין באבוב'ע חבר וואס האט געהאט גויאישע טיטשערס זאל מיר ארויסהעלפן מיט די math.

יואב האט געשריבן:מילא, איז נאך אלץ שווער פארוואס דער עולם לייגט דעם פינגער אויף די ברילן? טריליאן פראצענט אז נישט.
ובפרט ווען מיר ווייסן אז דאס איז פיל מאל מער ווירקזאם ווי די גרעסטע מעגניפייאינג גלאז, און מ'זאגט אז אפילו עפעס א אויגן פראפעסאר
פון סרי לאנקא וועלעכע האט שוין אלצדינג שטודירט האט מודה געוועזן.
(נישט אז מ'דארף זיין הסכמה, נאר ווייסטאך, ס'געט א גוטן געפיהל).

יא יא, חכמה בגוים תאמין, ספעציעל אויב אונז האמיר שוין א מקור אויף דעם פון אונזערע ארויסגעשטארצטע נעזער.
דא האט איר א גלעזער וואס קומט מיט אינסטרוקציעס אויף דעם פאר די זוהמה'דיגע קלאץ קעפ, ווי אזו זיך אומצוגיין דערמיט.
בילד
און ס'דא צו געפינען איין גוי וואס האט שוין אויסגעפיגערט ווי אזוי מ'טוט דאס.
בילד
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קענסט לאכן, איך בין אמאל געווען ביי א דענטיסט (נישט דענטיסטקע, טאמבל) פארשטייט זיך איך גיי נישט סתם אזוי, ס'געווען פאר פסח, און כ'האב געוואלט כשר'ן די צאן נישט נכשל צו ווערן אין געבראקס, אקיצור, זע איך דארט א צעטל הענגן, שטייט דארט טאקע די סגולה פון זאגן ביי קידוש לבנה "ולא יהיה לי כאב שיניים", פרעג איך דארט די מיידל ביי די רעסעפשען וואסי פשט? ס'וועט דאך קליא מאכן די ביזנעס, זאגט זי אז ביז דערווייל האט עס גארנישט געשאדט... פארשטייט עטס, מיט אזעלכע קטני אמונה דארף איך האנדלען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געפילטע, איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו ביסט פאני?

עניוועי, איך בין א קנאפער גלויבער אין סגולות, אבער די סגולה פון זאגן ולא יהי' לי כאב שינים האט געהאלפן עפעס חוץ לדרך הטבע ביי מיר, איך פלעג מיך אמאל שטארק מוטשען מיט שרעקליכע ציין ווייטאג, חדשים און יארן! און היינט ווייסעך נישט וואס דאס איז ב"ה.

נישט אומזיסט האבעך געעפנט א קידוש לבנה אשכול...
וירח ה' את ריח הניחוח
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

נע, שמעקעדיג. אונז ווייסן אין וועלכע זכות אייער צאן ווייטאג איז אנטרינען. איר האט געלערנט שיניים אוחזין בעיון! נאר ענוותנותיה דמר קגרים עס תולה צו זיין בגורמים חיצוניים.

זה תורה וזו שכרה!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שיניים אוחזין בעין? ווי קען דאס זיין אז ציין זאל אנכאפן א אויג, עס איז דאך פיל נידריגער?
נאר איך האב זיך אויפגעשטעלט אויף א בענקל, איז די ציין געווארן העכער, ואתי שפיר.
וירח ה' את ריח הניחוח
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

אין אייער חומש'ל שטייט שן תחת עין? ביי מיר שטייט אבער עין תחת עין, פרעגן דאך די מפרשים וואס איז דאס דער "תחת עין"? ולפי דברינו אתי שפיר, ס'דא א עין וואס איז תחת דעם אנדערן עין, און דאס קען דער צאן יא אנכאפן. ומיושב היטב תמיהת שמעקעדיג, ודוק.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

מן השמים -- מארס, לבנה וכל צבאם -- האט זיך צוגעפירט אז כ'זאל עפענען דעם אשכול אין איין אזא צעקוועטשטן מאמענט. כ'האב אנגעהויבן לייענען יואב'ן, און כ'האב זיך גענומען מפרפר זיין פאר געלעכטער ביז'ן פארוואנדלט ווערן אין "טאמבל סאס": אראפגעפאלן פון בענקל און דורכגעפירט א סעריע גלגול מחילות באגלייט פון שוידערליכע יללות, כמעט שפרחה נשמתי. (דער מנין אין נעקסן צימער איז פאר מיר: זיי זאגן תהילים לרפואת נפשי בתושח"י.)

יואב, שמעקעדיג און געפילטע: יו גייס ראק!
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

געפילטע פיש האט געשריבן:
כמה דאת אמר האט געשריבן:ביי קידוש לבנה ווי ס'שטייט "וכך לא יהא לי כאב שיניים" (ראה סידור צלותיה דשלמה) צייכענט דער מדפיס אין סוגריים נ"א אומרים: "וכך לא יהא לי כאב אפיים". :ugeek:

קענסט לאכן, איך בין אמאל געווען ביי א דענטיסט (נישט דענטיסטקע, טאמבל) פארשטייט זיך איך גיי נישט סתם אזוי, ס'געווען פאר פסח, און כ'האב געוואלט כשר'ן די צאן נישט נכשל צו ווערן אין געבראקס, אקיצור, זע איך דארט א צעטל הענגן, שטייט דארט טאקע די סגולה פון זאגן ביי קידוש לבנה "ולא יהיה לי כאב שיניים", פרעג איך דארט די מיידל ביי די רעסעפשען וואסי פשט? ס'וועט דאך קליא מאכן די ביזנעס, זאגט זי אז ביז דערווייל האט עס גארנישט געשאדט... פארשטייט עטס, מיט אזעלכע קטני אמונה דארף איך האנדלען.

זאג נאר, וואס האלטסטו טאקע פון דר. זיגלער?
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אוי גילוי?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כשגגה היוצא מפי ה(מח)שליט...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

צוויבעל מאחורי

שליחה דורך מאטי »

פארשער דא זאגן אז בקרוב גייט ערשיינען א גאר שטארקע דורכברוך פאר ציוויליזאציע דאס וואס זיי רופן:

"דער פראדוקט אויף די סענטרי"

הכלל, ווי איר ווייסט פלאגט זיך אונזער סאסייעטי מיט אן אומפרעצעדענטלאזער הויכע ראטע פון אומגעוואונטשענע שוואנגערערס אפילו ביי אזאלכע אינגע מוידן וואס זענען נאך אפילו נישט אנגעקומען צו די יארן וואס מ'טוט זיך שוין אן בעיזשע טייטס.

אבארציע! איז א טמא'נער ווארט! און איז נישט קיין אפציע פאר קאטאליקן קריסטן מארמאנען ניעא קאנסערוואטיוון ארטאדאקסן. און אפילו ביי די וואס וואלטן יא! איז דאך דא דריטע וועלט לענדער וואס קענען פשוט נישט עפארדן אזא מעשה. ווידער איז דא וואס האבן נישט דאס הארץ צו טון אזא פארברעך.

ווי אויך דער "מארגען דערנאך פראדוקט" איז דאך כשמו כן הוא נאר פארן מארגן, וואס טוט זיך מיטן איבערמארגן א טאג נאך איבערמארגן? דרייט מען זיך ארום נאקט אפ און מ'ווארט...תרתי משמע.

אבער דער נייער פראדוקט! - אייסערן זיך די פארשער - האט אלע מעלות! עס קאסט נישט קיין סאך געלט, ס'ארבייט עני טיים פון די תשעה ירחים, מ'דארף נישט אראפקומען צום קליניק, מ'קען עס טון אליינס אינדערהיים, ס'לאזט נישט איבער קיין שמוץ.

ווילט איר הערן וואס??? כעל אייך שוין זאגן, וועט איר מיר אודאי פרעגן וויאזוי ווייס איך נאך איידער די FDA ? וועל איך אייך זאגן.

אפאר וואכן צוריק בעת ס'האט זיך געטון אין די נייעס אז בלומבערג און אבאמא האבן באקומען פארדעכטיגטע פעקלעך (קרעדיט קאלמעוואסער) רייסין סם דעליווערד צו זייער רעזידענץ, האב איך אויך באקומען אזא רויטע גלאנציגע פעקל פון אן אומבאקאנטער סענדער. ס׳געווען אויס געשטעלט צו עפעס א דר. מעט 106. א גיגול חזק אויף אים האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן. מיין נייגער האט זיך צושפילט און געשטיגען צום העכסטן לעוועל. כ'האב אוועקגעשיקט מיין משפחה צו די פאליסיידס מאלל, עוועקואירט די שכנים מיט עפעס אן אויסרייד, איך האב אנגעטון מיינע ספעציעלע שוץ קליידער וואס איך האלט מיט מיר על כל צרה שלא תבוא זייט כ'האב אנגעהויבן ליינען קאממענטס אויף וואס איז נייעס (ווין בלע"ז). און מיט ציטערדיגע הענט זיך גענומען עפענען דאס פארדעכטיגט פעקל.

איר וועט זיך נישט פארשטעלן וואס כ'האב געטראפן אינעווייניג!!! נישט מער און נישט ווייניגער ווי אפגעשניטענע נעגל!! יא! פשוט נעגל וואס מ'שניידט פרייטאג נאכמיטאג. מיט דעם איז געקומען א נאטיץ וואס האט זיך געליינט ווי פאלגענד:

שפרייט אויס דערפון אויף דער ערד פון די דאזיגע מאטעריאל גלייך נאכן שניידן און נישט רוקען פון פלאץ ווייל עס פארלירט דער עפעקט, דערנאך זאל דער שוואנגערער ארויפטרעטן דערויף און דאס וועט צוברענגען בדוק ומנוסה אז זי זאל מפיל זיין דאס קינד......
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יאיר פון די צוויבל האט געשריבן:לויט די היינטיגע מציאות איז יידל טאקע גערעכט.
אויב אבער קוקט מען מיטן קאפ אראפ און די פיס ארויף - (זעה דא), איז דא א וועג וויאזוי ס'קען יא שטימען אויב ס'געפאלט בתקופת טבת, און פאברואר למספרם האט 31 טעג, און ס'איז א שנת עיבור, און מ'גייט ווי ר' יהושע אז בניסן נברא העולם, לויט די גריכישע וויסענשאפטליכער.
אין ספר מרקד על מאדים (זעה דא) ברענגט ער בשם גאון אחד (בפשטות הגאון מכעלעם- עיין "כאן"), אז ס'האט שוין פאסירט מיט ארום 900 יאר צוריק. זעה "דא" (יאיר).

וויפיל מאל דארף איך ענק מסביר זיין אז די גריכן האבן אלעס גענומען פונעם תלמוד, נישט ווייס ווערסע???
האדם לא נברא אלא להתענג
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

יאיר האט געשריבן:
יאיר פון די צוויבל האט געשריבן:לויט די היינטיגע מציאות איז יידל טאקע גערעכט.
אויב אבער קוקט מען מיטן קאפ אראפ און די פיס ארויף - (זעה דא), איז דא א וועג וויאזוי ס'קען יא שטימען אויב ס'געפאלט בתקופת טבת, און פאברואר למספרם האט 31 טעג, און ס'איז א שנת עיבור, און מ'גייט ווי ר' יהושע אז בניסן נברא העולם, לויט די גריכישע וויסענשאפטליכער.
אין ספר מרקד על מאדים (זעה דא) ברענגט ער בשם גאון אחד (בפשטות הגאון מכעלעם- עיין "כאן"), אז ס'האט שוין פאסירט מיט ארום 900 יאר צוריק. זעה "דא" (יאיר).

וויפיל מאל דארף איך ענק מסביר זיין אז די גריכן האבן אלעס גענומען פונעם תלמוד, נישט ווייס ווערסע???


נאה! איר האט דאס צוזאמגעשמאלצן. דאס איז צוויי באזונדערע זאכן.
דאס איז אויב מיר גייען ווי ר' יהושע, און אויך אויב ס'שטימט מיט די גריכישע.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

moti107 האט געשריבן:שפרייט אויס דערפון אויף דער ערד פון די דאזיגע מאטעריאל גלייך נאכן שניידן און נישט רוקען פון פלאץ ווייל עס פארלירט דער עפעקט, דערנאך זאל דער שוואנגערער ארויפטרעטן דערויף און דאס וועט צוברענגען בדוק ומנוסה אז זי זאל מפיל זיין דאס קינד......

א גרויסע פראפעסער פון יונווערסיטי אווו בנעי בראק, שרייבט אזוי:
Under influence
פארשפארט