מ'האט פארשוויגן 'גריל אן ליע', וועט מען מוזן 'עסן' די פירות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יוני 14, 2013 3:09 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:פון ווען מ'גייט אין קעמפ, מ'קומט זיך צאם די פעסטע וויליאמסבורגע קינדער, מיט די באדערענע בארא פארקע, ווערט איינגעווארצעלט די קאמפעטישען\געפעכט טיף טיף אין הארץ, וגם כי יזקין, נישט קיין חילוק ווי א גרויסע טאטע מ'ווערט, בלייבט איבער דע שטענדיגע אונטערנבאוויסטזיין תחרות ציווישן די צוויי געטא'ס.

דו ביסטעך יא א רעאליסטישער מענטש און א קלוגער איד (זוי מיינעך) וואלסטו דיר געדארפט ארויסשלאגן פון קאפ איינמאל פאר אלעמאל די וויליאמסבורגע איינרעדעניש אז אין בארא פארק זינגט מען און מ'טאנצט און מ' הוליעט יומם ולילה. ס'איז א דאמפ, נאך ערגער ווי וויליאמסבורג.,מיט פארשטויבטע, שמוציגע גאסן וואו מ'וואוינט צושטיפט פונקט אזוי ווי אין ווילי. אז ווען איינער עסט א שניצל אין קאך, ווייסט זיין שכן פון דריטן הויז וואס ער האט געהאט פאר סאפפער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך אבגד » פרייטאג יוני 14, 2013 3:10 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט לגבי בארא פארק אז ס'איז איש כל הישר בעיניו יעשה. ווייל ווען די קנאפע חכמת וואס איר טאטע האט א סאך פון די ממתקים, און זי האט אויפגעמאכט דעם אויפרייסערישן פרויען קליידער געשעפט אויף דרייצנטע עוו. איז געקומען א חשוב'ער איד, א בעל צדקה וחסד, נאר אויכעט א גרויסער קנאי וואס זארגט זיך פאר'ן באשעעפער, כביכול, און ר'האט געהייסן זיינע תלמידים זאלן אויסזעצן די שויבן פון יענעם סטאר.

מאכט זיך איינמאל! סוכ״ס איז בארא פארק נישט צו ווייט פון וויליאמסבורג (שיעור חימוץ), אבער די סיבה איז לכאורה געווען ווייל בארא פארק זאל באקומען א פנים ווי מאנהעטן דאס קען שוין קיינער נישט טאלערירן, אבער איך ווייס נישט פונקטליך פון וועלעכע סטאר דו רעדסט און פון וועלעכע קנאי דו רעדסט, אבער איך זאג נאכאמאל אויסזעצן שויבן איז אויך נישט קיין וועג, ווייל יעדע זאך (כמעט) קען ארלעדיגט ווערן אויף א שיינעם אופן.
אבגד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יוני 14, 2013 3:18 pm

אבגד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט לגבי בארא פארק אז ס'איז איש כל הישר בעיניו יעשה. ווייל ווען די קנאפע חכמת וואס איר טאטע האט א סאך פון די ממתקים, און זי האט אויפגעמאכט דעם אויפרייסערישן פרויען קליידער געשעפט אויף דרייצנטע עוו. איז געקומען א חשוב'ער איד, א בעל צדקה וחסד, נאר אויכעט א גרויסער קנאי וואס זארגט זיך פאר'ן באשעעפער, כביכול, און ר'האט געהייסן זיינע תלמידים זאלן אויסזעצן די שויבן פון יענעם סטאר.

מאכט זיך איינמאל! סוכ״ס איז בארא פארק נישט צו ווייט פון וויליאמסבורג (שיעור חימוץ), אבער די סיבה איז לכאורה געווען ווייל בארא פארק זאל באקומען א פנים ווי מאנהעטן דאס קען שוין קיינער נישט טאלערירן, אבער איך ווייס נישט פונקטליך פון וועלעכע סטאר דו רעדסט און פון וועלעכע קנאי דו רעדסט, אבער איך זאג נאכאמאל אויסזעצן שויבן איז אויך נישט קיין וועג, ווייל יעדע זאך (כמעט) קען ארלעדיגט ווערן אויף א שיינעם אופן.

איך גיי נישט פורש בשמו זיין פונ'ם קנאי אדער פונ'ם סטאר, אבער ווער ס'וואוינט אין ב.פ. ווייסט דעם מצב. א חוץ דעים, איז אויכעט געווען הפגנות ביי א פיצא סטאר הידוע לשמצה. והשנית. אין וויליאמסבורג איז אויכעט פארהאן א סאך היפאקריסי. לדוגמא, ס'איז דא א סטאר וואס ס'וואלט געדארפט באדערן די (א.ג.) הייליגע אידן וועלכע לייגן ארויס בילדער פון פרויען קליידער מיט נעמען פון נשים בריש גלי, און "ואין פוצה פה ומצפצף", ווייל יענער (דער ראש המשפחה) איז פראטעקטעד מכח כמה פאליטישע טעמים, כמבואר באריכות אין אן אנדער'ן אשכול.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג יוני 14, 2013 4:47 pm

אבגד האט געשריבן:קען זיין פאר דיר ליגט נאך די טעם פון געפילטע פיש וואס דו האסט געגעסן אין קעמפ, אבער די חשבון וואס דו מאכסט שטימט נישט, ווייל ליידער בין איך פון די באדערנע שטאט בארא פארק.

גראדע האט (נאמען ארויסגענומען צוליב גילוי) געמאכט גאנץ פיינע געפילטע פיש.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6837 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט