דורך קאמענטירער » זונטאג יוני 16, 2013 12:38 pm
קאנצעפט האט געשריבן:היינט איז דא אין אמעריקע - בעיקר אין קאליפארניע, אסאך לעגאלע מאריוואנא פעסיליטי'ס ווי מ'קען זיך איינהאנדלען מעדיקל מאריוואנא לעגאל, ס'הייסט אז ס'העלפט לינדערן די שמערצן וואס מענטשן האבן צומאל נאך עקסידענטס וכו'
אין די יונייטעד סטעיטס איז איינע פון די שטערקסטע באוועגונגען צו לעגאליזירן מאריוואנא, זיי טענה'ן אז די אלע רציחות וואס טוט זיך אפ אז נאר ווייל עס איז נישט קאנטראלירט, און עס ליגט אין די האנט פון די קרימינאלן, העט מען דערויף האלטן א סדר, און יעדער וועט קענען אריינגיין אין א געשעפט קויפן וועלן די אלע מעקסיקאנער דראג קארטעלן ארויסגיין פון ביזנעס, און די רעגירונג וועט דזשענערעיטן ביליאנען אין טעקס דערפון, פונקט ווי אויף אלקאהאל. גאנץ מעגליך אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען קוקן אויפ'ן היינטיגן צושטאנד אזויווי מיר קוקן אויף די פראבעישאן יארן ווען אלקאהאל איז געווען פונקט אזוי 'טמא' (און נאך סאך ערגער), ווי מאריוואנא היינט.
פרעזידענט אבאמא איז געווען א שטיצער צו לעגאליזירן מאריוואנא, אבער קוקט אויס אז די אינדוסטרי וואס באקעמפט די דראג איז שטערקער, און אונטער זיין אדמיניסטראציע האט זיך אנגעהויבן אסאך רדיפות אפילו קעגן די לעגאלע דראג אנטשטאלטן. (זיי זאגן אז ביליאנען דאלארן ווערן פארדינט דורך די צענדליגע טויזנטער ריהעב'ס וואס מאכן געלט אויף די מענטשן וואס ווילן ארויסקריכן פון די מאריוואנא געוואוינהייטן, און ס'זענען פארהאן גאנצעטע אינדוסטריעס, מעדיצינען, וכו' צו באקעמפן מאריוואנא, און דאס איז איינע פון די סיבות וואס האלטן צוריק די רעגירונג עס צו לעגאליזירן.)
דא קענט איר אויך ליינע בקיצור איבער די 'שעדליכקייט' פון מאריוואנא
http://futurepocket.com/why-the-governm ... marijuana/
בעלאניס, ס'איז א קאנספעראציע ווי אלע טעאריעס וואס מיינען זיי אז איינמאל דראגס ווערט לעגאל איז שוין נישט דא מער קיין קרימינאלע שטיק? זיי וועלן זיך נעמען צו אן אנדערע אונטערוועלט ביזנעס ווי צ.ב. נאכמאכען ברענדס. וואס דאס איז די צווייטע אינדעסטרי נאך דראגס די טעאריע דערמאנט מיר פון די פורים ארטיקעל וואס האט געשילדערט וויאזוי די וועלט וואלט ווען אויס געקוקט ווען סאיז נישט דא די קראמינאלן, א וועלט אן פאליציי וכדו'.
״אל תסתכל ב"קנאקעדיגע גרייזען" אלא במה שיש בו