ר' איד, ס'צייט צו קויפן א סעלפאון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1673
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6300 מאל

ר' איד, ס'צייט צו קויפן א סעלפאון

שליחה דורך יואב »

ס'גייט א שלאקס רעגן צום אויפברויז פון הולכי דרכים, זאלן די פארמער זיך קלאפן די בייכער. מאטאריסטן טובל'ן אומבאהאלפענע פיסגייער אין ברונליכע לוזשעס, אלץ וואס זיי טראכטן איז נאר פון זיך. צעביילטע שירעמעס הייבן זיך אין ווילדע טענץ, און מיט רעכט קען זיך דאכטן ס'קומט פאר א מעגא וואסער סעיל אינערהאלב די ראמען פון שווארץ געשוואלענע וואלקנעס.

שטיי איך אריינגעקוועטש אינעם בודקעלע, ווארט איך אויפן אנקום פונעם באס מיט אן איבערגעטריבענעם נאאיווקייט. און פון וואנען זאל איך האבן אן אהנונג וואס אזא קורצן פארשפעטיגונג קען אלץ אורזאכן פאר אן אומשולדיגן איד -- טאקע אינעם הארץ פון א חסידיש-געדיכטן געגענט.

מיין סעלפאון, וועלכע ביז קארגע צען מינוט צוריק איז באטראכט געווארן אלס חלק פון מיין פריוואטן אייגענטום, איז אפציעל פארוואנדלט געווארן אין א פריי פון אפצאל פאבליק טעלעפאון.

א געשאצטע 5 אינגעלייט האבן אויפדערווייל פארבעטן כ'זאל זיי דאס פארבארגן, און כל זמן דער באס פארזוימט זיך, שטיי איך אויס פרישע חסד.

דריי דערפון, האבן געברויכט מיין צעל צו זיך פארבינדן מיט דעם באס פירמע. אפגעזען זייער צעהאקטן ענגליש, האבן זיי אויפן חסידישן שטייגער באהאגלט דעם אומוויסענדען אפארעטער מיט שטורעמישע קללות "הלמאי דער באס איז נאכנישט דא". נאך אלעם טוהט אלצדינג שטענדיג ווארטן אויף זיי, און דאסמאל דארפן זיי -- די קדשי קדשים פונעם בריאה --ווארטן ווי שווייס טראפנדע חסידים אויף דעם אויסגערוהטען רבי, ער זאל ערשיינען בנהורא מעליא. סארא חוצפה פון נידריגע ערלים.

ס'גאנצע ארום האט מיטגעהאלטן דעם וואלקאנישען חרון אף וואס האט זיך בלויז פארשטערקעט מיט א מינוט ס'איז פארביי, אזש דאס בודקעלע האט געטרייסלט "נוסח וינועו אמות הסיפים".

איינס פון די דריי, א וועטראן פראטעסט גייער -- ווילד ווי שאול יצחק פון די ביכער -- האט שטייף ערקלערט אז מ'דארף בוקאטירן דעם פירמע, אן קיין שום פארהאנדלונגען. דער צווייטער, אן אויפגעהייטערטן צאפ צעלאזט ווי שניי אונטערן זון, האט באוויזן ווי אלעמאל אריינצוריקן דעם צורר הבריות "בלומבערג" אינעם בילד; און אז דער רשע שווימט שוין צווישן די שפייאכץ, אים באגאסן מיט א טוץ היימישע לעסטערונגען ווי דעם זאק שמוץ אויף המן'ס קאפ. ואחרון חביב, דער דריטער מטורף. ער האט געבונטעוועט מיט נוקלערע קראפט, אז ס'האט זיך זאגאר געלאזט פארגעסן ער האט עטליכע מינוט צוריק געדינערט ביי א דרשה איבער באשערט, ביטחון, יסורים באהבה, השגחה פרטיות און חילול השם.

דער פערטער, ער האט שוין בעצם געבארגט דעם צעל דריי מאל נאכאנאנד, "ווייל ער האט פראבירט צו רופן איינעם, און ס'כאפט פשוט נישט". ער האט קיין אהנונג פארוואס, אפשר האט ער געדארפט אריינלייגן די עריע קאוד אין צוגאב צו די בלויז 7 נומערן. ווי אויך איז ער אינגאנצן צעמישט. דריקט ער יא דעם קנעפל אויפן לינקן זייט אויבן, האט שוין יענער געהאט אויפגעהויבן און געשריגן האלא צום שטומען דופן; דריקט ער נישט, הערט ער ווייטער נישט יענעם. הפנים, ס'קוקט אויס כאילו מ'שפאצירט אנטקעגן א היימישע פרוי. גיי איך לינקס, שארט זי זיך לינקס ווי ס'זאל זיין פאראויס פראגראמירט; גיי איך רעכטס, טאנצט זי נאך ווי דעם מלאך פון בלעם'ס אייזל -- מיט הצלחה צו פארשטעלן דעם וועג, און אנזייען צעמישעניש.

און נאט אייך דעם זיסן קארש אויפן שפיץ. אן אנגעבליך פארשטענדיגער איד, ברויך בדרך כלל נישט צוקומען צו קיינעמס טובות. (חוץ ווען...)אמער, דאסמאל איז ער געווען אן אונס, און איז געווען געצווינגן צו מאכן אן אויסנאם. נו, "אונס רחמנא פטריה" פלעגן שוין די מלמדים אריינפלעכטן זייערע צינישע התנהגות'ער.

בכדי צו פארמיידן מעגליכע פאטאליטעטן, האט ער געקלינגען צו איהם אין "שטוב" בחיפזון, שטעלענדיג דעם נארוואס אויסגעבראכנעם קאמף צווישן א חלק פון זיינע שבטי קה, פארן פאבליק (פאטענציאלע דזשוריס.) דערזעהנדיג אז ס'העלפט נישט פארציילן די מעשה פון שלמה המלך'ס ערשטן משפט, האט ער באשלאסן זאלן אלע ארום מיטהאלטן זיין אייגענעם חכמה. (וועלכע באשטייט פון שארפע סטראשונגען, באגאסן מיט א דיקטאטארישן אימה -- להוציא מליבן פון היינטיגע מחנכים וועלעכע ווילן אדאפטירן דעם גוישען מהלך אין חינוך. און מיינט עטץ ס'נישט ווירקזאם? כא! נאך ווי. די קינדער מאכן נאס די הויזן פאר שרעק, און נאר אזוי וואקסן זיי אויס לייט.) די מחלוקה האט ער געשטילט, אבער דאס האט געמיינט לכל הפחות 7 מאל צוריקגערופן ער אין שטוב, און 6 מאל דער שטוב צו איהם (מיר). און נישט אז כ'בין יענעמס פריוואטן סעקרעטאר, נאר אז כ'וועל א טובה טאן א איד וועט גארנישט פאסירן. (מ'מעג אמאל טראכטן פון א צווייטן אויך, מ'דארף נישט אלץ אינזין האבן נאר דעם אני, עצמי ואפסי. יא יואב, איך רעד צו דיר).

עוד הם מדברים, והנה קומט צוקריכען א הייליג איד'ל. פיאות, לאנג ווי זיינע גאטקעס, פלאטערן אין די גרעניצלאזע לופטן מיט פאטריאטישע שטאלץ -- דורכגעווייקט אויף פסול צומאכן א דאזען ספרי תורות. א קריטיש פארוואנדעטן שירעם שוין ביים גסיסה שטאפל, ראנגלט מאכטלאז פארן לעבן מיט די מערדערישע ווינטן; די צופראסקעטע אייזענע בענדער שטייען ביים שוועל פון זיך דערקלערן זעלבסשטענדיג. אלטע קליידער ווי דעם ארענדער בעפארן טאנץ פון בער, און א יום טוב שחל להיות בשבת'דיגן מקווה ריח גייט פון זיין קדושה באגאסענעם קערפער -- ס'זאל קיינער קיין ספק האבן אז רוח צדיק'ל מרחפת על ראשו.

ער שפירט אז דאס פארשפעטיגונג פונעם באס איז ללא ספק זיינס א מופת, על אף וואס ער איז דערווייל נישט אנגעשלאסן אין קיין שום מסגרת, כוללים צו אנדערע סגולה גרופעס.
צום הימל שרייעדיגן נייגער פון ארומיגע לחיים געזעטיגטע, פארשפרעכט ער צו פארציילן דעם מופת איינמאל מ'איז אויפן באס; סיי ווי וועט מען דאס קענען ליינען אין איינע פון די אויסגאבן.
כעת אבער, נייטיגט ער זיך דרינגענד אין א סעלפאון. אלעמענס פינגער צילן צו יואב'ן, ער פארמאגט דאך אזא כלי. אז כ'האב דעם צעל פריער פארבארגט פאר יענעם, איז ער געווארן מיינס א חסד עידשענט -- פריי פון אפצאל.

ר' איד, כ'פארשטיי טאקע איר זענט א שור תמים, אן ערפארענעם הכנות קוועטשער, א וועטעראן מוסר זאגער, א מאדעל פון א נצרך לבריות, א זעלטנהייט פון א נברא; און אזא חשובען בהמה ווי אייך, האט אפילו דמא בן נתינה נישט פארמאגט. און האלא, די נאז פוץ ביטע אין א מינוט ארום. הער, איך בארג דיך מיין סעל (כמעט) גערן. זייטשע מיר נאר מסביר, פארוואס די גיהנם זענען אזאנע קדושים כערכך, דערקעגן דעם געדאנק זיך איינצוהאנדלען א דראעטלאזן קאמיוניקאציע אפאראט? כלום חסר במחנינו אקטיוויטעטן וויאזוי אויסצונוצן אנדערע, אזש דעם מיטגעמאכטן צעל ברויכט איר אויך איינשליסן אינעם חסד פעקעדש?

חלילה איר זאלט מיינען איך בין אן אגענט פונעם שטן, און איר זענט נארוואס געפאלן א קרבן אונטער בייזע מיסיאנערישע ארעמעס, באוואפענט מיט לויטער שמד אגענדעס.
אן איינפאכען ארימען סעלפאון, אזש אייערע קינדער וועלן מיינען דאס איז א קאלקיולעטאר, און איר וועט קענען שפילן דערמיט א באבל געים בשעת אייערע פיס דרימלען אין בית הכבוד.

האלא? וואו קוקט איר? איר דארפט שוין ניטאמאל פארן קיין לייבציג דערפאר. אבאמא טיילט בחינם! (נו, בחינם קריגט מען דאך כינים (חחח), מעג דאס דאך זיין א קאלירפולן אויך. אזאנע קאלירפולע אויף אלע קליפות געווינטשן).

און נישט אז איך טראכט די סיבה איר פארמאגט נישט קיין צעל, איז ווייל איר האט צוריקגעוויזן די גענאדע פונעם רעגירונג ווי דעם ירושלימען קנאי. איר זויגט דאך פראגראמען פונעם רעגירונג ווי א תינוק בן יומא, ווי דאס זאל זיין כלים מ'בארגט פון מצרים. נאר וואס דען? כ'ווייס דאך איר האט שוין אויסגענוצט די מינוטן. נאה, נישט דו. דיין קליינטשיגס האט זיך אריינבאקומען אין דיין ספרים בונקער במחתרת, און האט זיך געשפילט דערמיט, געדריקט קנעפלעך "אין די וועלט אריין". הוא השטן הוא המשחית, און ס'האט זיך בטעות אליינס געקלינגן צו די מרחקים, ואלמלא דאס ביסל (אסאך) רענט הילף פונעם רעגירונג, וואלט איר איצט געשטאנען ווי שמעון בן זומא'ס טייטש אויף ובעל השור נקי. מ'שטיינס געזאגט: א קאר, סעלפאון, קעש, און אנדערע מכשירים פארמאגט איר דאך נישט.
דערפאר האט איר באשלאסן אויסצונוצן יענעמס גוטסקייט, מתורת כל ישראל ערבים זה לזה, און איר יאגט נאך דעם אידנטום אויף א טעגליכן נערווען שפרינגעדיגן פארנעם.
דערוואגט זיך נאר צו בעהטן א סעל פון א פארבייגייענדעם ערל -- אז איר קריגט אן אצבע זקופה, זענט איר פילייכט גרינג אפגעקומען.
העלא? ס'איז 2013, אז איר ווילט לעבן ווי אין עימיש טאון, דאן לאזט לעבן אנדערע. וואס קוקט איר מיר אן ווי א געפרוירענעם עטלף? "קויפט אייך א דעעם פאון!!!".

הער אויס יואב'ל, כ'זעה ביסט נאך יונג. כ'ווייס נישט צו דו מאכסטעך תם'עוואטע, אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר מסביר זיין. ס'גארנישט, נישט יעדער אנערקענט דאס באלד. ס'דא חברה די ארבעים לבינה איז גענוג שטארק אויף דעם אויך, און איך קען אפילו אידן מיט ווייסע בערד וועלכע לויפן נאך דעם עולם גולם סתם ווייל "יעדער" טוהט אזוי. כ'גלייב מ'וועט נישט שמייסן דערויף, פאר דעת בעהט מען דאך יעדן טאג. חחח. קודם כל, צו וואס פעלט אויס א סעלפאון. סתם די רעביצין זאל האבן ווען און וועמען צו דרייען א קאפ? צווייטנס, ס'נעמט אוועק די צייט. איי מ'מוז? מ'מוז נישט. אונזערע זיידעס און באבעס האבן דורכגעלעבט אן דעם. "גלייב מיר זיי האבן געלעבט אסאך א רואיגער און באקוועמערע לעבן."
איי יעדער האט? כ'הער, אז יעדער איז משוגע דארף איך אויך זיין? דאס איז דאך סתם דברים של טעם יואב'ל, טראכט נאר א מינוט, וועסטו באלד איינזעהן כ'בין גערעכט. נוץ נאר אביסל דאס קעפל גאט האט אונז געשאנקן. מיר זענען דאך נישט קיין בהמות, מיר זענען בעלי דעת.
דריטנס, ס'קאסט געלט. און צו וואס אן איבריגן הוצאה. פאר די עטליכע מאל א טאג איך דארף צוקומען צו א סעלפאון "קען איך דאך בארגן".
און בכלל, "ווער ס'וויל צו קומען צו מיר טרעפט א וועג''. איך לעב ב'ה נישט אין קיין מדבר, מ'קען מיך טרעפן אין בית מדרש, מ'קען קלינגן צו מיר אהיים, "כ'האב נאכנישט געהערט איינער זאל מיינען איך בין געשטארבן."

העי, יואב, וואו לויפסטו?

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט