דורך shem-tov » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:25 am
לענ"ד רעדט מען דא פון אד"ד ווייל מיר אלע פלאצען אוועק פון זיי. נישט אראפשלינגען און נישט אויסשפייען. זיי קריכען אויף די נערווען, ווילן נישט גיין און ווילן נישט בלייבן, און והעיקר מיר ווייסן אלע אז ס'איז נישטא קיין עצה מיר ווילן זיך בלויז אויסרעדן, מיר ווילן זיך אויסוויינען אונזערע הערצער אן אפילו הערן תירוצים און די בעסטע פלאץ אויף די וועלט איז טאקע דא אין קאווע שטיבעל, און אינאיינוועגס זיך אויסרעדן צום רבש"ע.
אני כשלעצמי ווייס פון א ידיד נאמן וואס וויינט זיך צו מיר אויס איבער זיין ביטערער סיטיועשאן, א קרוב זיינער א בחור וואס איז היבש אראפ פון וועג און די עלטערען האבן אים געמיזט פארשיקען פון שטוב. דער בחור מאכט קליא די שטוב. איז געגאנגען מיין ידיד און האט רחמנות געהאט אויפן טאטן און בחור און האט זיך אנגעטראגן אז ער וועט אריינעמן דעם בחור צו זיין הויז. דער טאטע האט פרובירט אפצורעדן מיין ידיד, וואוסענדיג וואס זיין בחור קען אלז אפטאן, אבער דער בחור האט זיך געבעטען אז ער האט נישט ווי צו זיין און ער וועט זיין וואויל און מיין ידיד וואס האלט זיך פאר א שטיקל מחנך און האט עטליכע גרעסערע נארמאלע קינדער אין שטוב האט זיך מיישב געווען אז ס'וועט נישט שאטן, זיינע קינדער זענען שטארק און וועלען אים שוין איבערעדן און האט מסכים געווען.
מענטשן האבן אים אנגעהויבען אפצורעדן און געווארנט ער וועט ביטערליך חרטה האבן, דער בחור איז נישט קיין בר נש און וועט זיכער פארדארבן זיינע גוטע קינדער, איבערהויפט אז דער בחור האט נאך א שטיקעל קאנדישאן אויך, ס'נישטא מיט וועמען צו רעדען, האט מיין ידיד צוריקגעטענהט אז דער בחור וועט זיך דרייען אויף די גאס און וועט ווערן א גוי. אויף וואס מ'האט אים געווארנט חייך קודמין.
למעשה גייט דורך א שטיקל צייט און דער בחור האט אנגעהויבן אזוי מצער צו זיין מיין ידיד. ער האט זיך פון טאג צו טאג געטוישט דעם לבוש, ווייל ער קען דאך טאן וואס ער וויל. ער טרעט מער נישט אריין אין א ביהמ"ד ווייל קיינער קען אים נישט צווינגען. הערט זיך צו צום אייפאד פון וואס ס'שרייט ארויס געמיינע גוישע מוזיק און דער שוטה זינגט נאך מיט, אום שב"ק ליגט ער און וואטש מאוויס רח"ל. און והעולה על כולנה האט ער זיך גענומען צו רייכענען דראגס און פראנט פונעם גאנצען הויזגעזונט אז אלע זיינע קינדער זענען שוין געווארן מבינים אויף דראגס. ווען מיין ידיד זאגט אים נאר א ווארט מאכט ער א דשאוק אז ס'איז נישט געפערליך ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים.
מיין ידיד שרייט פון ווייטאג וואס ברויך איך צו טאן? אים אנשגעצן בין איך דאך דער רשע און ער וועט זיך גיין, אים ווייטער מקרב זיין איז דאך עס אויפן חשבון פון מיינע קינדער. און צום גרעסטען בראך קומען יעצט אפיר די אלע וואס האבן געשריגן ניין און זיי רייצן זיך מיט אים גאר. נא יעצט זעהסטו שוין וואס מ'האט דיך געווארנט? און אסאך לייגען נאך אן די שולד אויפן קרוב אז ער איז אוודאי שולדיג ווייל ביי אים איז ער נאך ארגער געווארן.
פרעג איך אייך וואס ברויך מען צו טאן אין אזא פאל? רבותי די מעשה שפילט זיך אפ אין הונדערטער אידישע שטובער טאג טעגליך!!! דאס הארץ צוגייט ווי עלטערען דארפן זיך רייסן ביי די קעפ, יא ארויסווארפן דעם קינד, נישט ארויסווארפן, אבער ער פאדארבט דאך אנדערע, אבער ער איז דאך אונזער קינד, און דער אד"ד קוקט דאס צו און לאכט ער קערט נישט ער האט זיך זיין שמאלן דעת און ער וויל עפעס אויספירן און ווי א שור צוטרעט ער יעדעמס לעבען ארום זיך. גלייבט מיר איך האב טרערען יעצט ווען איך שרייב דאס. דער אויבערשטער זאל שוין רחמנות האבן
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים