שרעקעדיג: א תוצאה פון די אינטערנעט

רעאגיר
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

עס איז ליידער יא דא א תשובה און תי' דערצו אפי' פיל וועלן עס נישט פארשטיין
אבער דאס איז "ליבשאפט"
עס פעלט רוב מאל די אלע מענטשען זייער מאס "ליבשאפט" און "אנערקענונג" אין זייער סביבה
עס איז אזאך וואס פעלט פון זייער אסאך נארמאלע געזונטע מענטשען אין די היינטיגע וועלט
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

99% פון די חסידישע זוכן נישט אוועק צוגיין, פאר די ווייניגער פון 1% זאגט מען אז די חינוך איז נישט גוט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום העלא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

99%
+
5%
= 104
איר זענט נישט הונדערט פראצענטיק?!
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שרעקעדיג: א תוצאה פון די אינטערנעט!

שליחה דורך געפילטע פיש »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ycwsF77NP_A[/youtube]
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פיקציע »

וויאזוי שרייבן זיי:
TIme well wasted
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך איציק »

דבילה האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
מס. וויזל האט געשריבן:[left]It’s ironic that Hasidim even ask this question, because theirs is not a society driven by and for happiness. While the highest ideals in the secular world may be happiness and money and success, that’s not what Hasidim strive for. Theirs is a world that values honor and good community standing much more than happiness. Respectability is one of the most desired things in the community, and people hope to do good matches, have money and good health and be sufficiently pious and learned mostly to that end. Happiness, while a part of life, is not the ultimate prize.

What’s this fuss about happiness suddenly, then? There are many things to life besides happiness. Freedom, for one. I would rather be unhappy and free than a happy prisoner. I would rather be knowledgeable and grouchy than ignorant and “blissed”. I would rather work hard for my family and friends than exchange that for a moment of gratification. I didn’t leave because I am looking for happiness, but in the process of pursuing what I need in life, yes, I find happiness. When all the stars align right.[/left]


אויסנאם אינטרעסאנט טאקע! לעצטענס איז די רבנ'ישע ליטעראטור פול געווארן מיט נייע אויסשפרעכן א שטייגער ווי "שמחת החיים" "אושר" "סיפוק" וכדו'. דאס איז אלץ אזוינע מושגים וואס פאר א הונדערט יאר צוריק האבן זיי ניטאמאל געהאט ווערטער אין רבנ'ישן לשון קודש. זעט אויס אז די גוי'אישקייט קריכט יא אריין סוכ"ס.


א נייע מושג? אין מיין תורה שטייט "תַּחַת אֲשֶׁר לֹא עָבַדְתָּ אֶת ה' אֱלֹהֶיךָ בְּשִׂמְחָה וּבְטוּב לֵבָב מֵרֹב כֹּל". אונז האבן אלעמאל געוואוסט אז דינען דעם אויבערשטן אנגעזעצטערהייט איז גארנישט ווערט.
איז מען דען מקיים די מצוה פון יו"ט אן קיין שמחה? ושמחת בחגך וְהָיִיתָ אַךְ שָׂמֵחַ!!!

א נייע מושג?
אין טוב מאשר ישמח האדם במעשיו (קהלת כג, בב)

שמחה קומט פון שלימות אין לעבן, פון וויסן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט: אין שמחה כהתרת הספיקות.
אזוי ווי דער מהר"ל מ'פראג שרייבט:
"כי השמחה מדה גדולה, כי כאשר אדם הוא בשמחה, הוא בשלמות, ועל ידי זה מקבל התורה שהיא שלימות האדם" (דרך חיים, אבות י)


While the highest ideals in the secular world may be happiness and money and success, that’s not what Hasidim strive for.

דאס איז וואר. מיר זוכן צו דינען דעם אויבערשטן, אבער מען קען נישט צוקומען צו קיין הויכע מדרגות דורך עצבות, נאר דורך שמחה.
אין רוח הקודש שורה אלא על לב שמח (ירושלמי סוכה ה,א)
דער גרויסער מדרגה פון נבואה, זאגט די הייליגע רמב"ם אין הִלְכוֹת יְסוֹדֵי הַתּוֹרָה פֵּרֶק ז'. שְׁאֵין הַנְּבוּאָה שׁוֹרָה לֹא מִתּוֹךְ עַצְבוּת וְלֹא מִתּוֹךְ עַצְלוּת, אֵלָא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה. לְפִיכָּךְ בְּנֵי הַנְּבִיאִים, לִפְנֵיהֶם נֵבֶל וְתֹף וְחָלִיל וְכִנּוֹר, וְהֶם מְבַקְּשִׁים הַנְּבוּאָה; וְזֶה הוּא שֶׁנֶּאֱמָר "וְהֵמָּה מִתְנַבְּאִים" (שמואל א י,ה)
לעצטענס איז די רבנ'ישע ליטעראטור

איז נישט דאס געווען א גרויסער ענין ביי די תלמידי בעש"ט? פון ברסלעוו איז שוין אפגערעדט אז שמחה איז דער יסוד פון זייער חסידות.

אפילו דאווענען טאר מען נישט טרויעריגערהייט:
"תָּנוּ רַבָּנָן, אֵין עוֹמְדִין לְהִתְפַּלֵּל, לֹא מִתּוֹךְ עַצְבוּת, וְלֹא מִתּוֹךְ עַצְלוּת, וְלֹא מִתּוֹךְ שְׂחוֹק, וְלֹא מִתּוֹךְ שִׂיחָה, וְלֹא מִתּוֹךְ קַלּוּת רֹאשׁ, וְלֹא מִתּוֹךְ דְּבָרִים בְּטֵלִים, אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה שֶׁל מִצְוָה. (ברכות לא)

ביי אונז איז שמחה נישט געווען קיין ארטיקל? יעדעס קינד קען דער מאמר חז"ל:
"מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו" (סוכה נא)

דאס איז נאר וואס ליגט מיר אויפ'ן שפיץ קאפ. יעדער איינער דא קען אין צוויי מינוט זיך דערמאנען א צוויי צענדליג מאמרים אויף שמחה, מן התורה, מן הנביאים ומן הכתובים. פון משנה, גמרא, ספרי ראשונים ואחרונים, חסידות וכו'.

איך בין זיכער אז די אויפגעקלערטע לעידי האט זיך אויך אנגעשטויסן אין די מאמרים אדער א חלק פון זיי במשך איר לעבן אין די חסידישע געזעלשאפט. נאר וואס דען? אדער האט מען עס נאר געלערנט פון אויבן אויף און נישט מקיים געווען אין איר שטוב, און דערפאר האט זי געשפירט א דראנג צו גיין זוכן גליקן אנדערשוואו, אדער מאכט זי זיך כאילו זי ווייסט נישט דערפון, עשה עצמו כאילו לא ידע.

אבער אויף אייך מר. דבילה איז מיר שווער: איר ווייסט אויך נישט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איציק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 406 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך newkave »

ווען איך האב געזען דער אשכול די ערשטע מאל, האט עס אויסגעזען ווי:

שמעקעדיג, א תוצאה פון די אינטערנעט.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אוי, עס גיט מיר א ציפ אין הארצן! :געוואלד:
עפעס אמת ליגט דערין :טראכט
וירח ה' את ריח הניחוח
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:13 pm
האט שוין געלייקט: 272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך זיידעטשקע »

אין סאטמאר אין לונדון הענגט די צעטעל אויף די וואנט נאכדעם וואס א חסידישע יונגערמאן אין לונדון האט פאריגע וואך אפגעלאזט אידישקייט ר"ל
בייגעלייגטע פיילס
Katz.jpg
Katz.jpg (121.3 KiB) געזען געווארן 6445 מאל
צלפחד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 26, 2013 7:27 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך צלפחד »

מיר דאכט זיך אז די צעטיל האט נישט קיין שייכות געהאט מיט דער וואס האט נאר וואס פארלאזט דעם וועג. עס איז אויך גווען דערמיט א פאנדרעיזער עווענט פאר א צווייטע געשיכטע. די צעטיל איז כנראה געווען א חלק פון יענער קאמפיין
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שלום עליכם צלפחד...

איינער וואס האט נישט קיין זוהן, פארשטייט נישט וואס בחורים טוען אלץ מיטן אינטערנעט רח"ל...

בכל אופן, יהא בואך לברכה
Under influence
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6287
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8977 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אפשר איז עס בנות צלפחד ,סיסטער טו סיסטער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
צלפחד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 26, 2013 7:27 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך צלפחד »

קאווע טרינקער האט געשריבן:שלום עליכם צלפחד...

איינער וואס האט נישט קיין זוהן, פארשטייט נישט וואס בחורים טוען אלץ מיטן אינטערנעט רח"ל...

בכל אופן, יהא בואך לברכה

עליכם שלום, עליכם שלום. די זעלב-זיכערהייט וואס איך האב אריינגעלייגט אין מיין טעכטער אז זיי זאלן דימאנדען זייער רעכטן ברענגט מיר בלויז נחת. טו בעד אז לויט רבי עקיבא בין איך געווען די מקושש עצים.. ;)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

שליחה דורך טעפל »

שלום עליכם צלפחד געבענטש זאלסטו זיין דו מיט דיינע טעכטער..
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

א קלייניגקייט? די ערשטע אין אידישע היסטאריע צו פייטן פאר פרויען רעכטן.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6287
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8977 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זיידעטשקע האט געשריבן:אין סאטמאר אין לונדון הענגט די צעטעל אויף די וואנט נאכדעם וואס א חסידישע יונגערמאן אין לונדון האט פאריגע וואך אפגעלאזט אידישקייט ר"ל

מעג מען דן זיין איבער יענעם'ס פ"ב סטאטוסן אדער עס איז עומד להימחק? כ'מיין נישט סתם די דברי בלע איך מיין די סטאטוס וואס ער האט היינט געשריבן ,איך זיץ דא און וויין אן אויפהער. (אפשר קען איך עס אהערשטעלן אן זיין נאמען?)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6287
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8977 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קעי איך זעה עס איז שוין נישט נוגע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 814
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 727 מאל

שליחה דורך יתרו »

ס'איז געווען א פיינע אשכול איז געקומען באריסטא און עס פארשפארט צייטווייליג בי א קומענדיגן החלטה. לאמיר האפן אז באריסטא וועט שנעל קומען צו די החלטה עס צוריק צו עפענען.
דער נחום כץ מוז זיך ערגעץ אויסגעבן זיין הארץ ווייטאג. אז עס וועט נישט זיין צווישען היימישע פריינט וועט עס חלילה זיין ביי די אנטיסעמיטן אויף די טעמבעלעוויזיע דארט פרייט מען זיך מיט יעדע גוטע שטיקל שמיץ אויף חרדים.
נחום אפילו איך בין נישט מסכים מיט דיין מהלך זאלסט וויסן איך און נאך אסאך אנדערע פילן דיין ווייטאג און מיר זענען בשום אופן מסכים מיט אזאז מהלך ווי אפהאקן גענצליך א קינד פון זיין טאטע.
שאולי גראססמאן וואספארא כופר ער איז טרעפט זיך יעדע וואך מיט זיין טאכטער (מיט א קאפל אויפן קאפ) און יעדער פארשטייט אז אזוי דארף עס זיין והכא נמי כן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

יתרו האט געשריבן:נחום אפילו איך בין נישט מסכים מיט דיין מהלך זאלסט וויסן איך און נאך אסאך אנדערע פילן דיין ווייטאג און מיר זענען בשום אופן מסכים מיט אזאז מהלך ווי אפהאקן גענצליך א קינד פון זיין טאטע.


אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו.....

איך בין זייער נאנט מיט איינעם וואס האט אפגעהאקט מיט זיין זון נאכדעם וואס זיין זון האט געמאכט דעם סוויטש, זאלסט וויסן עס איז ווייטאגלעך פאר א טאטע און עס רייסט ביים הארץ יעדעס מאל ווען ער טראכט נאר פון דעם קינד. נישט קיין נפק"מ וואס פאר א פנים ער טראגט אינדרויסן, אין מיין קעיס א אנגעזענע איד וואס איז א כלל טוער אייביג שמייכעלדיג. און......... ער מאכט נאס די קישען יעדע נאכט אן אויפהער.

ער פראבירט אנצוגיין מיטן אויסרייד אז לאזער טעווערסקי זאגט אין א אינטערוויו אז "עס איז שרעקעדיג צו טראכטן וואס עס וועט פאסירן אויב איך וועל דארפען העלפ איינטאג מיט עניטונג וואס אויב בין איך ווען אין די קאמיונעטי וואלט העלפ געווען עוועילעיבל 24/7/365". דער טאטע זאגט אז ער איז מתפלל יעדן טאג אז זיין זון זאל עפעס דארפען וואס זאל אים איבערוועגן זיין עקשנות וועט ער עני גיווינג מאמענט צוריק יונייטען מיט זיין זון. אבער דערווייל קען ער נישט..........

בברכת זאלסט עס קיינמאל נישט פארשטיין/שפירן.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ביי די מעשה רעדט מען ליידער פון א געהעריגן אטעאיסט לכל דבר, מען קען בכלל נישט מדמה זיין איין מעשה צום צווייטן. א אפיקורס גמור, א כופר בעיקר איז די ערגסטע וואס קען זיין פון א אידישן שטאנדפונקט, ערגער ווי א עובד עבודה זרה מגלה עריות און שופך דם. גאנץ מסתבר אז ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וועלן זיי נישט וועלן האבן דאס מינדעסטע שייכות מיט אים און זיך שעמען מיט אים, אויב וועט ער נאכנישט האבן צוריק געקומען.

די מעשה מצד עצמו איז א ביטערער ווייטאג א וואוילער זיסער פרומער אינגערמאן זאל אזוי נשפע ווערן פון זאכן וואס זענען למעלה מהשגתו בכלל, ביהדותו האט ער קיינמאל נישט געטאן אין אזאלכע קאמפליצירטע געמאכט-פאר-יחידי-סגולה נושאים. בלי ספק אז דער טעכניק איז דער גורם, ווען ער וואוינט ווען נאך אין א דארף אן בית כסא'ס און אן לעקטער, ווי דער נענטסטער שטאט איז א גוטע דריי שעה רייזע מיט א שנעלן פערד, וואלט ער מסתם נישט געקומען דערצו. באט דען עגעין, ווער זאגט ער וואלט בכלל געלעבט יעצט? ער וואלט געהאט ריזיגע שאנסן צו האבן געשטארבן ביים געבורט, אדער פון א קרענק ל"ע, צי פון הונגער און שוואכקייט, עפידעמיע חלילה.

וואס איז טאקע די עצה אויב אזאלכע זאכן פאסירן ליידער? מען דארף אויסלערנען פאר די קינדער אינטערנעט אווערנעס, זיי זאלן וויסן פון וואס זיך צו היטן, וואס עס זענען די סכנות וואס לאקערן אויף אונז און וויאזוי מען היט זיך אפ דערפון.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דעת תורה האט געשריבן:ביי די מעשה רעדט מען ליידער פון א געהעריגן אטעאיסט לכל דבר, מען קען בכלל נישט מדמה זיין איין מעשה צום צווייטן. א אפיקורס גמור, א כופר בעיקר איז די ערגסטע וואס קען זיין פון א אידישן שטאנדפונקט, ערגער ווי א עובד עבודה זרה מגלה עריות און שופך דם.

נע, אן אטעאיסט גייט איינעם אן? ווילאנג יענער דאווענט דריי מאל א טאג, גייט אין מקוה, היט שבת, און גייט מיט רעכטס אויף לינקס העמעדער, גייט קיינעם נישט אן וואס ער האלט אין בויך, נאר אויב טוט מען אויס די לבוש, מ'טוט זיך אן נישט מער געדאכט קאלירפולע העמדער, און מ'שניידט זיך די פיאות, דעמאלס האקט מען אפ, זאלסטו זיין די גרעסטע מאמין.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ווילאנג ער פירט זיך מיט אלע דינים און הלכות אידיש, האט ער נאכנישט קיין דין כופר. ער דארף זיין א עושה מעשה כפירה ד.ה. עקטן אקארדינג צו זיין כפירה, למשל אראפווארפן דעם עול תומ'צ.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

שליחה דורך הוגה »

דעת תורה, you aren't getting the point. די נקודה איז נישט ווער הייסט הלכה'דיג א כופר און ווער נישט. די פאקט איז אז עס דרייען זיך ארום הונדערטער בתוך מחנינו מיט ווייסע זאקן (אדער שטיוול) וואס גלייבן נישט אז ס'דא א באשעפער אויפן וועלט. און נאך טויזענטער וואס טראכטן ניטאמאל אריין צו עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט. אך און וויי פאר די טאג וואס די טויזענטער נפשות וועלן זיך אפשטעלען טראכטן אויב ס'דא א גאט אדער נישט, וויפיל וועלן קומען צו א פאזיטיווע מסקנא און וויפיל צו א נעגיטיווע.

נעם לדוגמא די פרשה פון [tag]נחום כץ[/tag], זיי נוצן עס צו ברענגן אן הוכחה אז די אינטערנעט איז evil ווייל דורך די אינטערנעט האט ער איינגעזעהן אז ס'נישט דא א גאט. און יעצט קענען זיי זיך פאטשען אין בייכל מיט פרייד, ''ס'נישט דא קיין פראבלעם מיט חרדיזם, די פראבלעם איז די אינטערנעט, לאמיר פטור ווערן פון די אינטערנעט און אלע וועלן בלייבן חרדים''.

די אמת איז אבער, נניח אז ס'אמת אז כץ איז אויפגעקלערט געווארן אויף די אינטערנעט, ווי אזוי קען געשעהן אזא זאך? ווי אזוי קען אינטערנעט אפפרעגן אזא קלארע שטארקע פשטות'דיגע יסוד ווי אונזער גלויבונג? איז דאס נישט א ראי' אז עפעס איז ראנג מיט אונזער חינוך סיסטעם אז מיט א קליינע שאקל, מיט אפאר אינטערנעט און וויקיפידיע ארטיקלן קען אלעס פארלוירן גיין ווי מיט א זייפן בלאז? אפשר איז געקומען די צייט צו טוישן די סיסטעם מכמה אנפין. לאמיר אנהייבן מיט געבן אונזערע קינדער די tools די יסודות פון אמונה. אנשטאט אריין באבעווען אין די קינדער טויזנט מאל פאר אכצן יאר ''ויאמר ה' און די אייבישטער האט געזאגט'', לאמיר עס נאר טון פינף הונדערט מאל, און די איבעריגע צייט לאמיר ערקלערן וואס מיינט אייבישטער, ווי אזוי זאגט ער, ווער זאגט אז ער האט טאקע געזאגט וכדומה. אפשר דעמאלטס וועלן מיר נישט האבן אזוי פיל באהאלטענע און אפענע כופרים.

איך ווייס אבער וואס די תירוץ וועט זיין. וועגן איין נחום כץ זאל איך טוישן די גאנצע לערנען סיסטעם? וועגן איין [tag]שלום דין[/tag] זאל איך משנה זיין פון די א. ג. הייליגע מסורה? וועגן איין שאולי גראסמאן זאל איך אנהייבן צו לערנען זאכן מיט קינדער וואס איך אליינס קען נישט? אבער דאס איז די גרעסטע היפאקרעסי! פארוואס וועגן איין נחום כץ ביסטו גרייט צו אסר'ן די אינטערנעט און אנלייגן די גאנצע שולד פון די קשיות וכפירה אויפן אינטערנעט. וועסטו זאגן אז ס'דא טויזענטע וואס ווערן כופרים פון די אינטערנעט נאר זיי באהאלטן עס, דאן האמיר א קלארע ראי' אז אונזער חינוך סיסטעם ארבייט נישט פאר טויזענטער און ס'שוין הויך צייט צו tackle'ן די עיקר פראבלעם, און נישט ווערן פארבלענדט מיט זייטיגע issues.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
רעאגיר