א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען

שליחה דורך קופערניקוס »

דאס לעבן איז שווער. דאס לעבן סאקט, דאס לעבן מוטשעט און נאגט. יעדער ברענגט עס ארויס אויף זיין וועג. רבינו תם אין ספר הישר האט עס געשריבן "העולם נוה התלאות".
דער רמח"ל אין ערשטן פרק זאגט דאך איי, איי, איי, כי מה הם חיי האדם בעולם הזה, או מי הוא ששמח ושליו ממש בעולם הזה. ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה ורהבם עמל ואון, (תהלים צ), בכמה מיני צער וחלאים ומכאובים וטרדות, ואחר כל זאת, המות. אחד מני אלף לא ימצא שירבה העולם לו הנאות ושלוה אמיתית. וגם הוא, אילו יגיע למאה שנה כבר עבר ובטל מן העולם.
דער אלטער איד אין מקוה, אזוי ווען א טישו הענגט אונטער און ער באכלעפטשעט זיך קוים מיט זיינע אלטערנאטיווע מאגענאטישע באשטאנדטיילן וואס א חזקיהו-המלך דאקטאר האט אים אנגעהאנגען, קרעכצט ארויס א אנחה המשברת כל גופו של אדם "אוי, שווער צו זיין א איד...." (העי, א דזשים ביי די דרייסיג האסטו אמאל געטרייט...)
דער גויאישער יהושע בהמה, הלא הוא ר' פארעסט גאמפ דרוקט זיך אויס מיט זיין לשון "שיט העפאנס" און די פראפעסיאנאלע מתרגמים האבן עס שוין מתרגם געווען ללשוננו "צואה פאסירט", אדער "שיטן שיט זיך"
על כל בנים ובני בנים, מע' מוטשעט זיך.

הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט אונז געשאנקען דעם קאווע שטיבל, און אריינגעגעבן בלב חכמיו ועבדיו איר אזוי פאסיג א נאמען צו געבן "א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".
באקאנט איז דאך די חז"ל "ואין אדם נוקף אצבעו מלמטה עד שמכריזים עליו מלמטה" שוין טויזנטער דורות וואס מען מוטשעט זיך וואס די חז"ל מיינען, פארוואס פונקט נוקף אצבעו. דבר זה שאלו לנביאים ולא פרשהו. נישט די חכמי אתונה האבן עס געקענט ערקלערן, נישט די מקובלי פרובאנס, נישט די גורי האר"י און נישט די תלמידי הבעשטה"ק,
ר' עזריאל פארציילט אז דער רבי האט אים אויך אמאל געפרעגט גענוי דאס, געווען איז דאס ביי א געלעגנהייט ווען דער רבי האט געטרונקען א קאווע, אך, דעם רבינס פנים האט געשיינט ווען ער האט עס געפרעגט, זאג נאר זריאל, האט דער רבי געפרעגט "וואס איז דער נוקף אצבעו?
היינט, באחרית הימים זעהט מען די נבואה, די נוקף אצבעו איז דאס טייפן אותיות אויפן קלאפער-געצייג.
די אותיות קומען צו לויפן צום מענטש און בעטן אים "מאך פון מיר ווערטער" די ווערטער בעטן "מאך פון מיר א פאראגראף" און די פאראגראפן בעטן "מאך מיט מיר א מאמר" זייער תכלית איז איינס, צו משמח זיין אידן אין די שווערע צייטן.

וואס גוטס קענען מיר טוען מיט די נקיפת אצבעות? מאכן אידן שמייכלען, זיך אפרוען און הנאה האבן!
די תכלית הבריאה איז "להתענג"
די טבע איז צו זיין בעטריבט פון די שווערע עול החיים, די ריחיים של יד על צווארו, אבער די שבירת הטבע איז צו לעבן און לאכן, להתענג.
אזוי שרייבן אלע ספרי קודש, א מענטש דארף זיך האלטן בשמחה. גיין א נ-נח קאפל אבי צו זיין בשמחה, גיין א גאלדענע-זילבערנע בעקישע אבי צו זיין בשמחה!

מיר לעבן אין שווערע צייטן, ווען יונגעלייטל'ך מיט די מוטער מילך נאך נישט גענצליך אפגעווישט זענען זיך העפטיג נוקם אין היטלער יערליך. איש הירא ורך הלבב איז נוטע כרם, מארס אשה און מוליד בנים ובני בנים אין די מלחמת החיים, און אויב איז עס נישט גענוג טראגט ער נאך דאגות פון שונאי ישראל און גזירת הגיוס און רובאשקין און נחום, און אהרן זלמן לייב מיט חיים שאולזאן מיט OTD און זיין שוויגערס ביטערניש, זיין מומע'ס שלום בית און זיין שכן'ס קענסער.

האט הקב"ה אריינגעשיינט די אור פון קאווע שטיבל. א פלאץ ווי מען זאל נישט קוקן שמוציגע בילדער, נישט ליינען אפיקורסות, נישט טונקען זיך אין גויאישקייט נאר כמשמעו "א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".
א ריכטיגער סימבאל פון א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען זענען אזוינע טייערע ווי קאווע טרונקער, א רוהיג יונגל צו שמועסן און פארברענגען. יואב, א פרייליך יונגל צו לאכן און הוליען,
שמעקעדיג, א זיס יונגעל צו באקומען אביסעלע מיטגעפיל און ואורעמקייט. זר זהב- א געשמאק זיס יונגל, אייביג אוועילעבל, יאנקל-יידל-יאיר-געפילטע פיש-יואליש-מאראנצן זאפט ודומיהם, רוהיגע יונגעלעך צו שמועסן, קלוג ווערן, שטודירן און הנאה האבן. לעיקוואד-מח שליט-לולקע ציבעך-תחכמוני- קלוגע יונגעלעך צו פארטיפן זיך און הנאה האבן. און נאך אסאך אסאך טייערע אידן, אשרי חלקם.

האלקים עשה את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבים. ליידער, ליידער געוויסע אשכולות פארפירן די תכלית פון קאווע שטיבל.
איך גיי זיך יעצט אנטון די פראק און זאגן אזעי: לאמיר אפלערנען "א רוהיג ווינקל, צו שמועסן און פארברענגען" וואס שטייט דא?
הא, רבותי, געוואלד, נורא נוראות (הייזעריג) וואס שטיייט דא?

שטייט דא אזוי, שטייט דא פיר תנאים אז קאווע שטיבל זאל זיין קאווע שטיבל: "רוהיג, ווינקל, שמועסן, פארברענגען".
וואס איז קאווע שטיבל, איז עס דען א מקום?
איז דען פארהאן א דין אזא פון מקום אין א מושג רוחני, א מושג בלתי נתפס פון אינטערנעט, ווי עס איז ניט פארהאן קיין קנינים, קיין שטחים, קיין ד' אמות של אדם קונה און קיין דינא דבר מצרא, אלא מאי, קאווע שטיבל איז א דין אזא אין ציבור, און אויב פעלט די פיר מושגים איז דער ציבור אן אנדערער!
רבותי, אויב פעלט, רוהיג, ווינקל, שמועסן, פארברענגען איז דאס קיין קאווע שטיבל ניט!
יא, יא, רבותי, עס זעט אויס שארף, אבער דאס איז דאס , אויב פעלט, רוהיג, ווינקל, שמועסן, פארברענגען איז דאס קיין קאווע שטיבל ניט!

נו, אוואס זענען די פיר דינים פון רוהיג, ווינקל, שמועסן און פארברענגען?
רוהיג מיינט לאפוקי אנגעצויגן, רוהיג איז ווי א מענטש וואס האט געדאווענט גוט, געגעסן גוט, געשלאפן גוט (גוט קומט מיט א קמץ) און איז רוהיג!
רוהיג איז א דין אזא ווי שבת נאכמיטיג, און נישט ווי א איד אין די שבוע שחל בו תשעה באב.
א ווינקל איז טייטשט, נישט קיין רשות הרבים, אויך נישט קיין רשות היחיד, א ווינקל אזא, א כרמלית!
נישט א הייסע מקוה ווי מען טענה'ט זאך, נישט קיין רשות היחיד ווי מען לופטערט משפחה זאכן, אזא פארק אזא, א כרמלית!
אויב דארף מען זיך קריגן אין שטוב זאכן, טוט מען עס אין שטוב דארטן לאזט מען פליען טעפ, אויב טענה'ט מען זיך יא אין א כרמלית טוט מען עס מיט א שמייכל, מיט א רוהיגקייט!
שמועסן ווידער איז ניט די כוונה אדורכשמועסן א געוויסן ענין הצריך ליבון ובירור, א עמקות שמועס, דאס איז באדייט ריידן. שמועסן איז אזא עונג'דיגע מושג פון שמועסן לשם שמועסן!
פארברענגען איז שוין א מושג לעצמו, דאס באדייט אהבת חברים, פארברענגען, לאכן, און האבן עונג.

עד כאן דברי הרב
מכאן ואילך דברי בנו ותלמידו:

ווען מען ברענגט דא אריין גאנץ פוט-סטעפס מחד און וועד הפועל שעל ידי התאחדות הרבנים לאידך, ווערט ענג די מצב דא, ווען מען איז מברר ומלבן די נושאים פון OTD קען ווערן היציג און ווייטאגליך, ווייל עס איז באמת א ווייטאגליכע נושא, א נושא וואס ליגט אליבא דאינשי.
אבער לעומת זה איז עס וויכטיגע נושאים, וואס מען דארף אויסשמועסן! עס איז אמת'ע נושאים, מיר זענען נישט אזוי ווי די היימישע צייטונגען וואס וועלן ליבערשט רעדן איבער א בית החיים אין א עק ארץ ישראל וואס איז א ספק חמור און א ספק גוי און א ספק טראקטאר האט עס ספק בארירט, ווי איידער איבער די נושאים וואס פייניגן אונז, די האוזינג, די שכר לימוד, די שידוכים, די דראפ אוטס, די מאלעסטעישאן, די מחלוקת וכדומה.
מיר מוזן עס מלבן זיין, ווי דען אויב נישט דא, דא ווערט עס גאר גוט מלובן דורך חכמים ונבונים.
אבער, מיט רוהיגקייט, באופן פארברענגען. מיט רעספעקט און מיטגעפיל. אזוי אז עס זאל זיין א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען.

איך וואלט מציע געווען אז אויף יעדע עיונ'דיגע און אנגעשטרענגטע תגובה, זאל מען אריינווארפן אפאר לייכטע ווערטער איבער מילקשעיקער רבי'ן. נאך יעדע וויכוח צווישן שלום דין מיט בדחן מוז מען האבן אפאר מאדנע פיקטשערס פון א נ-נח, וברם זכור אותו האיש לטוב, לעיקוואד, ער שרייבט עיון און עמקות, אבער אויך אונז מהנה מיט זאראטוסטרא, מיט זיסע רייד און רוהיגע ווינקלעך, וכן נהגו הרבה מאוד אצלנו. נאך יעדע וויכוח איבער מעלעסעטישאן, שרייבט א טפשות'דיגע שטות אין די פיר ווערטער אשכול, נאך יעדע הייסע וויכוח איבער סאטמאר אדער איבער גיוס בני הישיבות, שרייבט א בהמה שטיק וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס איבער כאטצימאטידיס אדער א נארישע דזשאוק ביי מילתא דבדיחותא,
נאך יעדע הייסע קאווע אן צוקער, טרונקט א זיסע אייז-קאווע, נאך יעדע מאל ווען מיר זענען "א צענטער צו מתווכח זיין און זיך פארטיפן" זאל מען צוריק ווערן "א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".

(פאר די וואס פרעגן אין אישי, יא, מען ארבעט ביטער שווער. אויב האט דער שיבער שווייס ביים באקן, אוי וואס טוט זיך אפ, יעצט ביים שניידן די ווייץ, לעצטנס איז די מנהג אז מען דארף א היתר מאה רבנים צו שניידן ווייץ, איך ווישער דארף זיי אלע (דאוארענט-לאזע) רבנים ווישן, שוין, אבי מען שוויצט, שכוח, איך לויף צוריק צום בולדאזער)

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר