שאולזון שפילט צדיק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

שאולזון שפילט צדיק

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:01 pm

איך ברענג דא א לינק צו א פאסט ווי דער צדיק שרייבט איבער די מעשה פון דודי זילבערשלאג, וואס מען האט אים אונטערגעשטעלט א מעשה מיט א זונה וואס האט אים טייער געקאסט.
http://bshch.blogspot.com/2013/06/blog-post_7260.html

עס געפעלט מיר ווי שאולזון שפילט צדיק, מען טאר דאס נישט טאן, איר קומט טאקע אויך א שטראף אבער פאר די וואס האבן עס אונטערגעשטעלט זיי קומט דער עיקר שטראף. וויל איך דא אויפברענגען עפעס פון זיינע מעשים טובים, מען רעדט דא פון א מענטש וועלכער האט כסדר ליב צו שפילן אויף זיין סייט ווי ער איז דער צדיק, ער האלט יא פון דעם און נישט פון יענעם, ער איז שטענדיג פאר צדק און יושר, ער האט נישט ליב קרוקס וכדו'.

ובכן, מ'ווייס מיר דאך אז א משיח לפי תומו איז א גוי נאמן, לאמיר אלזא זעהן וואס א גוי משיח לפי תומו האט צו שרייבן איבער דעם צדיק אונזערן.

עס איז דא א בוך וואס הייסט Torn from my heart, געשריבן דורך א גוי'אישע פרוי, פעטסי העימענס פון ענגלאנד.

איר מעשה בקיצור איז אזוי, זי איז אמאל געקומען אלס טוריסט באזוכן ארץ ישראל, און דארט איז א איזראעילי סאלדאט, חיים ירדן, געפאלן אין ליבשאפט מיט איר, און זיי האבן געלעבט צוזאמען אפאר יאר, און געהאט אפאר קינדער. דערנאך זענען זיי ארויסגעפאלן פון ליבשאפט און זיך צוקריגט, דער ירדן האט מחליט געווען צו ווערן א "בעל תשובה" און ארום געלאפן איבער די וועלט מיטשלעפענדיג די קינדער מיט זיך, וויינענדיג אז זיין אפגעפארענע פרוי וויל צוכאפן זיינע אידישע קינדער און זיי מאכן פאר גוים. ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק און האט פלאצירט די קינדער ערגעץ אין קאשוי (עפעס א לאנד בשכנות פון ביל קלינטאנ'ס וואוינונג) ווי זיי זענען געווען באהאלטן.

די מאמע איז געקומען אהער און זיך געדרייט דא צוויי יאר (זוי דאכצעך מער) און געזוכט אירע קינדער ביז זי האט זיי געטראפן און געווארן צוריק פאראייניגט מיט זיי (און דער בעל תשובה ירדן, ווען מען האט אים געכאפט, האט ער געמאכט אין די הויזן פון שרעק).

זי האט ארויסגעגעבן א בוך ווי זי שרייבט אירע איבערלעבענישן און זוכענישן פאר אירע קינדער ביז זי האט זיי געפונען, (עס איז זייער א גוטער בוך גראדע), און בין הדברים פארציילט זי ווי איינער האט איר אנגע'שדכנ'ט צו אונזער צדיק שאולזון, און זי פארציילט דארט וויזוי זייער פגישה האט אויסגעקוקט, און וואס דער צדיק האט איר פארציילט וועגן זיינע מעשים טובים.

עס איז אלזא גאר קאמיש צו זעהן ווי דער היפאקריט שרייט אויף יענעם.

עס איז נישט דאס איינציגסטע מאל, איך האב געמוזט לאכן א שטיק צייט צוריק ווען ער האט געהאט א ג אנצן פאוסט איבער דעם עוולה פון אנרופן סתם עסקנים און פאליטיקאנטן מיט טיטל "הרב", בשעת ווען ער פאוסט יעדן טאג בריוו וועלכע ער האט כאילו באקומען ווי ער אליינס ווערט באטיטילט "הרב". אבער דא מיט דעם דודי זילבערשלאג מעשה האב איך פלעין געשטוינט פון דעם היפאקריטסווע, אז איך האב עס געמוזט שרייבן דא.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג יולי 11, 2013 3:10 pm

וואס האט ער געטוהן מיט איר? געקוקט אויף איר אדער געגעבען די הענט?.....

מע קען לייענען די בוק אויף די אינטערנעט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3089
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3602 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1001 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 11, 2013 4:35 pm

צו מען קען עס ליינען אנליין ווייס איך נישט, אבער מען קען עס קויפן אנליין פאר איין סענט (פלאס דריי ניין און פערציג שיפינג און הענדלינג) אויף עמעזאן.

ידען, ווען ער וואלט נאר געשמייכלט צו איר וואלט איך נישט געשריבן דעם אשכול...
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

הודעהדורך קרעקער » פרייטאג יולי 12, 2013 1:31 pm

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 958
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 404 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 12, 2013 1:43 pm

די מעשה פון זיבערשלאג אדער פון שאולזאן? כבין צומישט דא
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט