א ווירטואלן טיי אווענט! א ניק פון ק"ש בעהט מ'זאל אים העלפן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6306 מאל

א ווירטואלן טיי אווענט! א ניק פון ק"ש בעהט מ'זאל אים העלפן

שליחה דורך יואב »

טיי אווענט'ס, צו אנדערע הילף אקציעס האבן זיך שוין אריינגעגלידערט אונערהאלב אונזער געזעלשאפט אלס א טעגליכער ערשיינונג. ס'איז זאגאר א ווינקל פון א שפרידלדיגן עקענאמיע צווישן קרייזן 'בזעת אפיך תאכל לחם' האט זיך געטראפן חל צו זיין מיט אלע פירושים. אנדערע גלייכן אנצולייגן אונזער ארעמקייט אויפן 'לא לחכמים לחם'. נו גוט, זאל זיין אזוי. אזוי קלוג, אזוי ארעם, טאקע א חידוש.

פי-אר פאר נצרכים, קען שטעלן גייקאו אין שאטן במלוא מובן המילה. הגם די פאר אויסגעדראשענע פראזן, און סלאגאנען פון 'מאין יבא עזרי', 'עזרי מאין', 'ער בעהט זיך ביי אונז', 'הערטס זיין געשריי', 'האט רחמנות' וועלעכע ווערן כסדר ריסייקעלט, קומט אריין היבש א ווייטען נומער בנוגע קריעטיוועטי. מ'מעג שוין טרעפן עפעס חדשות זאלציג צו מאכן די טרערן.

איראניש איז אבער ווען דאס ליידיג צעטל לויטעט צום ביישפיל "מאין יבוא עזרי" מיט שרעקעדיגע אותיות, און דאן אן קיין שום וואס, ווען, וואו ליינט זיך "פרטים יבואו". ס'טייטש א איד שרייט איך ברעך אונטער, און לא די ס'פארלאנגט זיך מיר זאלן צוווארפן א נדבה, ווערן מיר אויפגעפאדערט צו האלטן די געמיטער געשפאנט פאר דעטאלן וועלעכע פארשפרעכט נאכצופאלגן. כאילו דאס איז א פרישן רעסטוראנט וואס גרייט זיך צו קלאפן מזוזות, אדער א פרישע דורכברוך פון דזשי ענד דזשי וואס וועט אט אט אויפטאנצן אויפן אויבערפלאך. אבער ווי געזאגט, אז איינער ברויך חתונה מאכן, זאל דער גראפיקער , אויסגאבעס, און אנדערע אידן אויך מאכן געלט. דער היימישער עקענאמיע ראקט, הלכה ולא למעשה.

אלענפאלס, אין דער איצטיגער פאל, וויל איך מאכן א ווירטואלן טיי אווענט פאר א דרינגד צוועק איך וועל אויסשמועסן אין די קומענדע שורות. מ'גיימער דאס נישט דראמאטאזירן מיט מלאכי חבלה'דיגע פלאקאטן, רעגן בויגנס אדער בליצן; נישט קיין בלוט גע'טובל'טע אותיות "הצילו", טויט שטראף אדער גאר ערגער; און לגמרי נישט קיין פרטים יבואו. כ'האף דער אשכול וועט פארשווינדן ווערן בחיפזון, און דער מצב וועט זיך פארבעסערן.

די מעשה איז אזוי. כ'האב מיך באקענט מיט א קלוגער, פארשטענדליכער, תוכן'דיגער ניק, א לייטישער מעמבער בק"ק קאווע שטיבל. ער האט געזעהן מיין דזשיטאלק אדרעס אין איינע פון די אשכולות, און ער האט זיך פארבינדן מיט מיר. ער, ווי אסאך אנדערע וועלעכע גלייכן צו טשעטן, פלעגט פיל מאל פראבירן ציען א שמועס. דער אינגערמאן רעדט זיך שוין אויס א לענגערן צייט איבער זיין ביטערן פעקל, אבער לעצטנס האט דאס דערגרייכט א ווייטאגליכן קלימאקס. דער אינגערמאן שרייט "ראטעוועט" מיר.

א גליקליכער בחור געוועזן, געזיצן און געהארוועט בין כותלי הבית מדרש ממש יומם ולילה. א מושלם במידות, א מתמיד עצום, א גלענצענדע נחת ביינדל פאר זיינע עלטערן. הגיע לפרקו האט מען געזיכט א "טאפ" מיידל, אזאנס וואס ס'פארלאנגט זיך פאר א "טאפ" בחור. אז 'הבחור המופלג בתורה ויראת שמים' אויפן חתונה בריוול איז גארנישט געווען איבערגעטריבן, זאל 'הכלה הבתולה המהוללה' זיך פאסן פארן עזר כנגדו. דער טאג פון נחת האט געגרייכט. מ'האט אפגעראכטן א חתונה, דער עולם האט געווינטשן אין די מאסן. אויגן פארגלייזטע רביים האבן בסירוגין אפגעראכטן זייערס א מצווה טענצל--מייסטענס דערפון האבן ווי געווענדליך זיכער געמאכט איבערצוהאקן דעם צווייטן טאנץ. ליצים האבן ארויפגעווארפן זייערס א שטריימל אויפן יונגערן ברודער וועלעכער טראגט א הוט משום סיבה, און די בן ארבעים לבינה'ניקעס ולמעלה האבן זיך געווארפן פאר געלעכטער אונטערן רושם פון היי וואלטעדזש שוויגער וויצן. בקיצור, א דורכשניטליכער בית נאמן בישראל, און א פרישן קוואל נחת איז געשטאנען ביים שוועל פון זיך אנהייבן. דא האט אבער דער טאטאניק ווי אין א בייזער חלום, זיך אנגעשטויסן אינעם אייז בארג.

ס'איז ביי אים געוועזן זוגתו קשה לו כספחת, און דאס גהינם האט אים געבראטן אין פרצוף. מ'האט פראבירט דאס, אפשר יענץ, פארוואס נישט אזוי, אבער ס'איז בלויז ערגער געווארן. נישט וועלענדיג זיך טרעפן אין צען יאר ארום מיט א שטוב קינדער, איינער א מאלעסטער, דער צווייטער א וויקטים, האט ער איר אהין געגעבן דאס פארלאנגטע, ועל כן נקרא שמו גרוש עד היום הזה.

דאס טיטול גרוש רוהט שוין אויף זיין קאפ פאר א שיינע פאר יאר, און דאס לעבן ווערט אים ערגער ברוחניות ובגשמיות מיט א טאג עס גייט פארביי.

דאס לעבן זיינע האט זיך גענצליך געטוישט. קודם דער שטיקל אפשניט פונעם אשת חיל טאנץ ביזן גט, האט אים ממש געהרגעט. די קאשמארן ער איז אריבער איז געוועזן אויסטערליש, און ער ליידט נאך דערפון גייסטיש ביזן היינטיגן טאג. ער האט גענצליך פארלוירן טראסט אינעם מענטשהייט, און א שווארץ וואלקן פון אגנסט און דערביטערניש האט פארכאפט זיינע געוויסן. ער איז צעמישט, צושאקעלט, עלנד, דערביטערט, פארפלאגט, און שרייט 'קצתי בחיי'.

דערנאך גייט ער סתם אזוי אדורך דורכשניטליכע פראבלעמען עס פלאגט א געווענדליכן גרוש. דאס איז שוין אויל צום פייער.

ניטאמאל האט ער חברים-ליידאקעס וואס קענען 'טשילן' מיט אים, פשוט ער מיט זיין פרומען פארגאנגהייט קען זיך נישט מיט זיי, און פאסט שווער אריין דארטן. ווידעראום זיינע (געוועזענע) חברים זענען דאך צוגענאגלט צום גמרא, וואס ער האט זיין טעם דערצו אויך גענצליך פארלוירן.
העכסט פארשטענדליך מיט די עלטערן זיינע פארשטייט ער זיך אויך נישט, און דאס לעבן זיינע זויגט אויף כוחות אויף יעדן פראנט.

ער וויל זיך שטעלן אויף די פיס, ער וויל נאכאמאל חתונה האבן, ער וויל ווייטער פירן א לעבן, אבער ער קען נישט. ער איז גייסטיש צובראכן אויף שברי שברים, און שטייט עלנד אליינס. ער וויל גיין פאר הילף, ער שרייט ער דארף האבן א פסיכילאג עימערדזשענסי; ער האט אבער נישט די נויטיגע 200 דאללער א שעה, און ווייסט נישט וואו, און צו וועם זיך צו ווענדן.

לא פסיכילאג אני, לא עושר אני, ולא עסקן אני. האב איך אים פארגעשלאגן אפשר שטעלט ער ארויף אן ארטיקל דא, און גוטע אידן אינעם שטיבל וועלן אים זיכער העלפן. ובפרט ווען ער איז א חבר הקהילה דא, און עניי עירך קודמין.
ער האט זיך צו געכאפט צו אזא פלאן, אבער זאגט אז ס'וועט זיין שווער אויב ער אליינס שרייבט דאס. ממש א כופר אין דאס וואס זיינע מלמדים האבן געשריגן 'קענען קענסטו, דו ווילסט נאר נישט'. (זייענדיג א מציין האט מען עס אים מסתם נישט געשריגן).

אלזא, האבן מיר באשלאסן במקום שאין איש, וועל איך מאכן דעם ווירטואלן טיי אווענט. יעצט איז אזוי.
פינאנציעלע הילף וועט זיין די לעצטע, לאמיר דאס קודם לייגן אין א זייט. קודם ווער עס האלט ער קען העלפן, א פסיכעלאג זעלבס, א גוטער עסקן אין דעם פעלד, איינער וואס האט אדורכגעמאכט אן ענליכען מעשה, אא"וו.
דער אפיעל איז אויסדריקליך געמאכט פאר אידן וואס ווילן, און ווייסן וויאזוי צו העלפן. ס'לאזט זיך גלייבן אז א צימעס וויירוס גייט זיך אריינבאקומען אין דעם אשכול. דאס איז נישט קיין שמייכל, או טי די, אדער צימעס אשכול. קיינער דארף נישט שפאקולירן הויעך ווער, און אלע זיסע קאמענטס לבית אבותם זאל מען לאזן אין אנדערע אשכולות. ניין, ס'איז נישט איך זעלבס. ניין, ס'איז נישט קיין פאלשע מעשה. דאס איז אן אמת'ער פאל פון א געוויסע חבר הקהילה וואס דארף דרינגד הילף, ער ווייסט נישט פון וואו, און איך ווייס אויך נישט. געלט פאר א פסיכילאג דארף מען אוודאי אויך, איך זאג נאר מ'זאל דאס לאזן אויף שפעטער ווייל ס'וועט זיך אנהייבן מיט קשיות אפשר איז דאס א געמיינער שווינדל, און וואו וועט מען שיקן די געלט, ס'איז דאך גילוי, אא"וו. אלזא, יענטעס מיט כל מיני פגעים רעים אשר הנחילו לנו אבותינו, זאפאסן נייגער, און איבריגע קריכענדע קשיות ביטע טרעטס אפ. ווער ס'איז באמת גרייט צו העלפן, קען און ווייסט וויאזוי צו העלפן, ביטע זיך פארבינדן צו מיר אין אישי, אדער אויף דזשיטאלק
Youvman@gmail.com
אויב ער איז ערענסט וועל איך אים פארבינדן צום בעל המעשה, און לאמיר האפן מ'וועט קענען פארשפארן דעם אשכול בקרוב. המצפה לרחמנים וגומלי חסדים
יואב, א היימישער באניצער פה בק"ק קאווע שטיבל

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט