שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה

שליחה דורך הציץ ונפגע »

עס קאכט זיך לעצטענס א קאנטראווערסיע איבער איינער פון די חשובסטע מוסמכים און תלמידים פון דעם באקאנטן לינקע ישיבה, "ישיבת חובבי תורה". די רעדע איז איבער ר' זאב פארבער, דער איינציגסטער תלמיד פון יח"ת מיט א הוראה פון ידין ידין. פארבער איז גאר פאפולער אין די לינקע-מאדערנע-ארטאדאקסישע קרייזן, בפרט מיט זיינע כתבים איבער פרויען אין הלכה. פארגאנגענע וואך האט פארבער אנגעשריבן אן ארטיקל בנוגע די טעמע פון תורה מסיני, און דער ארטיקל האט אויפגעפלאקערט א קאנטראווערסיע. אבער כדי צו קענען האבן א גרונטליכן פארשטאנד אין דעם קאנטראווערסיע, מוז מען פארשטעלן די הויפט שפילער און געשעענישן אין דעם קאנטראווערסיע. דאס פאלגענדע איז בלויז אן אויבערפלעכליכן איבערזיכט, מער כראנאלאגיע ווי אינהאלט. עס פארשטייט זיך אבער אז - מיטן רשות פון די אדמיניסטראציע און די חבירים דא - דער אשכול קען געניצט ווערן סיי צו שמועסן איבערן "פאליטישן" חלק און סיי איבער די עצם נושא. צום ענין;

דעם פארגאנגענעם ערב חג מתן תורתנו האט זיך אויף דער אינטערנעט באוויזן א נייער סייט "די תורה דאט קאם". דער וועבסייט'ס אנגעגעבענער ציל איז צו פארשטעלן מהלכים וויאזוי צו משלב זיין דעם טראדיציאנאלער הבנה אין תורה מסיני ("משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע") מיט דעם מאדערנער "ביבלישער סקאלערשיפ". דא איז נישט דאס פלאץ אריינצוגיין וואס די זענען סתירות צווישן די צוויי, און וואס זענען די פארשידענע מהלכים זיך צו מטפל זיין דערמיט. דער וועבסייט איז פארפיגט דורך "TABS" וואס איז די אקראנים "תורה און אקאדעמישע לימודי תנ"ך" (Torah and Academic Biblical Scholarship), און די גרינדער פון דעם פראיעקט זענען ר' דוד שטיינבערג, א תלמיד מובהק פון הרב יהודה זאב סג"ל, ראש ישיבת מאנטשעסטער און פראפעסאר צבי ברעטלער, א באקאנטער ארטאדאקסישער ביבלישער אקאדעמיקער. אין די קורצע צייט וואס דער וועבסייט איז אפן, האבן זיי שוין געהאט ארטיקלן פון גאר באקאנטע אקאדעמיקער אין די וועלט פון ביבלשער שטודיעס, א שטייגער ווי פראפעסאר מארטין לאקשין און ברוך שווארץ. ווי אויך קורצערע ארטיקלן אויף ענינים העומדים על הפרק און יומי דפגרא. ווי די סיי לויטעט, זענען די פלענער פון טעבס גאר גראנדיעז, פון צושטעלן חברותות ביז אראנדזשירן שבתונים. אבער אפילו מיט די ארטיקלן גופא האבן זיי שוין באוויזן צו שאפן כוואליעס.

עס פארשטייט זיך אליינס אז אז וועבסייט איז גאר א האקעלער עסק, און די דיעות וואס ווערן דארט אויסגעליפטערט זענען נישט אלץ ראוי צו ווערן באטיטלט "ארטאדאקסיש", דעריבער איז פארשטענדליך וויאזוי ארטיקלן וועלכע ווילן נישט אננעמען דעם פשוטן הבנה אין דעם רמבםס אכטער עיקר טרעפן זיך דאס פלאץ דארט. עס איז נישט געווען קיין גרויסער חידוש, ווען דער אויבנדערמאנטער ר' זאב פארבער האט ארויפגעשטעלט לכבוד פרשת דברים אן ארטיקל אין וועלכער ער האט אדרעסירט די סתירות צווישן ספר דברים און ספרי שמות און במדבר. למען האמת, דאס איבערוויגענדע רוב פון די סתירות זענען נישט קיין אקאדעמישע חידושים, נאר זענען שוין בארירט געווארן דורך טראדציאנאלע מפרשי התנ"ך במשך די דורות. פארבער'ס מסקנא איז געווען, אז די "פשוט'סטע" מהלך איז אנצונעמען דעם אקאדעמישן מסקנא בנוגע די ספרי התורה.

דאס איז נישט דאס ערשטע שטיקל "כפירה" (עכ"פ לויט חרדישע באגריפן) וואס דער סייט שטעלט ארויס. פילע פון די מהלכים וואס די סייט פרעזענטירט אלץ הצעות משלב צו זיין די מסורה און אקאדעמיע איז כפירה, לויטן חרדישער מעסטער - און אפילו גאר לויטן ארטאדאקסישער. פארבער'ס ארטיקל איז אבער אייגענארטיג מיט דעם וואס דער שרייבער איז נישט בלויז אן אקאדעמיקער, נאר אויך א חשובער דיין און תלמיד חכם, און זאגאר דער חשובסטער תלמיד פון ישיבת חובבי תורה. דאס אז אזא פערזענליכקייט זאל קענען שרייבן דברי כפירה, האט נישט געקענט פארשוויגן ווערן. דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (פרשת ואתחנן) איז אויף דער חרדישער וועבסייט וועלכער איז לויז אפיליאירט מיטן ישיבישער אגודת ישראל "קראס-קארענטס", ערשינען אן ארטיקל פון ר' אברהם גארדימער, א חבר אין די עקזעקוטיוו קאמיטע פון די RCA (די מאדערנע-ארטאדאקסישע רבנישער פאראיין), וואו ער האט באשולדיגט ישיבת חובבי תורה און פארבער אין כפירה. עס איז בעצם נישט קיין גרויסער חידוש, ווייל לויט נארמאטיווע ארטאדאקסישע סטאנדארטן איז דער אקאדעמישער צוגאנג טאקע כפירה. עס איז פשוט געווען א געלעגנהייט צו ווידער ווייזן ווי ווייט אפגעריסן ישיבת חובבי תורה און זייערע אפיליאירטע זענען פון נארמאטיווע תורה אידישקייט.

געוויסע האבן פרובירט צו פארענטפערן פארבער אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז דער אקאדעמישע צוגאנג איז די ריכטיגע צוגאנג, נאר אז עס איז די פשוט'סטער. אנדערע האבן אנגעוויזן אויף א שטיקל איראניע, אז בלויז איין ארטיקל בעפאר גארדימער'ס, איז א תשעה-באב ארטיקל פון דעם חרדישן שריפטשטעלער ר' יצחק אדלערשטיין , וואו ער האט נאכגעברענגט פון דעם נצי"ב (אין זיין הקדמה צו בראשית) אז א דור פון צדיקים וחסידים איז נישט געווען מרוצה פארן אייבערשטען וויבאלד זיי האבן באשולדיגט יעדן וואס האט נישט געהאלטן פון זיי אין כפירה. אזוי צו אזוי, עס איז פארשטענדליך אז פארבער'ס ארטיקל און גארדימער'ס ענטפער האבן אנגעהויבן א שערוריה.

פרייטאג איז פארבער געגאנגען א טריט ווייטער און האט ארויפגעשטעלט א לענגערן ארטיקל אין 8 טיילן וועלכער נעמט ארום די נושא פון אלע זייטן, און קומט צום ראדיקאלן מסקנא אז די אקאדעמישער צוגאנג איז נישט בלויז ריכטיג נאר גאר מוכרח, און פארבער בויעט אויף אן אייגענעם מהלך צו שמירת התורה ודקדוק המצוות. דער ארטיקל קומט מיט א ווארעמע הקדמה פון ר' דוד שטיינבערג, וואו ער שרייבט בין השאר אז אין די קנאפע צוויי חדשים וואס דער וועבסייט איז אפן האט עס שוין באקומען טויזענטע וויזיטס, און אז ער הערט נישט אויף צו באקומען אימעילס פון מענטשן איבער דעם גאנצן ארטאדאקסישן ספעקטרום וואס דרוקן אויס שטארקע אינטערעסע אין דעם פראיעקט.

זונטאג איז אויף דער בלאג וועלכער איז אפליאירט מיט ישיבת חובבי תורה, "מערטעדאקסיע", ארויפגעלייגט געווארן א לענגערן ארטיקל, פיל מיט מקורות, איבער דעם נושא פון תורה מסיני און דעם רמבםס אכטער עיקר פון ר' נתי העלפגאט, אויך א חשובער יח"ת רב. דער ארטיקל האט געזאלט דינען אלץ אפענטפער צו גארדימער פארוואס ישיבת חובבי תורה זעט נישט פאר וויכטיג צו פארדאמען פארבער, אדער פארשרייען זיינע פאזיציעס אלץ כפירה. גארדימער האט זיך נישט געפוילט, און נאך יענעם טאג געשריבן אן אפענטפער אויף קראס-קארענטס. בתוך הדברים האט גארדימער סיי אפגעווארפן העלפגאט'ס טענות און סיי באשולדיגט ישיבת חובבי תורה אז "מדשתקי, שמע מנה דניחא ליה", און דאס הייסט אז זיי שטימען מיט מיט די כפירה שיצא מבית מדרשם. נאך אן ארטיקל, מער מעסיגער ווי גארדימער'ס, אבער אויך גאנץ שארף, האט ר' יצחק אדלערשטיין געשריבן נעכטן, מיטן פראוואקאטיווען קעפל "איז כפירה געפערליך?".

א סארקאסטישע באמערקונג האט איינער געמאכט, אז עס מוז זיין ימות המשיח אז קראס-קארענטס זאל זיך טענהן מיט מערטאדאקסיע איבער דעם עיקר פון תורה מסיני... בינתיים האבן אנדערע בלאגער אויך נישט טומן געווען זייערע הענט אין טעלער. דער באקאנטער פראוואצירנדער בלאגער "דוב-בער", האט אפגעשריבן א סעריע פאוסטס איבער דעם שערוריה, פארשטייט זיך זיך אננעמענדיג פאר פארבער און חובבי תורה, ווי אויך צוויי געסט-פאוסט פון מארק פעלטא און י. בלאך. אויך דער פאפולערער "פעיסבוק ראביי", ר' אליהו פינק, האט אפגעשריבן אן ארטיקל ווי ער נעמט זיך נישט אן פאר פארבער, אבער ער בעט אז אנשטאט בלויז פארדאמען זאלן רבנים דיסקוסירן די נושא, און אדרעסירן די פונקטן וואס פארבער - און דער אקאדעמישער מהלך בככליות - האבן ארויפגעברענגט.

די הנהלה פון ישיבת חובבי תורה, זעענדיג כי כלתה אליהם הרעה, האבן פארבעטן ר' יששכר כ"ץ (א געוועזענער חסיד) צו אנשרייבן א לענגערן ארטיקל און מסביר זיין יח"ת'ס שטעלונג. דער עצם ארטיקל איז א חידוש וויבאלד ביז היינט האט יח"ת כמעט נישט אדרעסירט די קריטיק וועלכע זענען געברענגט געווארן קעגן זיי, עס איז אלזא נייעס וויבאלד דאס איז לכאורה דאס ערשטער מאל וואס חובבי תורה אדרעסירט אפיציעל קריטיק. דער תוכן איז אבער נישט שטארק מחודש, וויבאלד כ"ץ שרייבט ענליך צו פינק און העלפגאט. דער עיקר "פאליטישער" נקודה זיינער איז אז ישיבת חובבי תורה אקצעפטירט די עיקר פון תורה מסיני ווי טראדיציאנאל פארשטאנען, אבער דאך וועלן זיי נישט פארדאמען פארבער אלץ כופר.

עס איז זיכער אז דער שערוריה בלייבט נישט שטיין דא. פארבער איז דער יו"ר פון דער וועד לעניני גיור פון די IRF א לינקע-מאדערנע-ארטאדאקסישער רבנים פאראיין (וועלכע איז אויף מעסערשטעך מיט די אויבנדערמאנטע RCA). אויב וועט די RCA דערקלערן פארבער אלץ כופר דאן וועלן צענדליגע גיורים געפסלט ווערן, און אזוי אויך צענדליגע גיטין איבער וועלכע פארבער האט פארפיגט. דער שערוריה איז אויך אינטערעסאנט וויבאלד דאס איז ווארשיינליך דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע זינט ברוך שפינאזא וואס דער המון עם באקענט זיך מיט דער מאדערנער אקאדעמישע צוגאנג צו די תורה אויף א גרויסן פארנעם, און דאס ברענגט אז מער און מער רבנים זוכן וויאזוי צו משלב זיין צווישן דאס אויבנדערמאנטע און די מסורה.

דער אשכול פארמאגט 103 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר