איך גלייך זייער דעים רייס דעלמען ער האט זייער ארויס א זאך, און איז שטארק קאנזערוועטיוו,
איך האב אמאל געהערט א פשט אינעם מאמר לוה רשע ולא ישלם, דו פראגע איז א פשוטע פארוואס איז ער שוין בא'טיטל'ט מיטן נאמען רשע ביים בארגען, ער האט דאך נאכנישט נישט באצאלט, ווער זאגט אז ער איז נישט קיין באצאלער.
נאר וואס דען, ווען איינער בארגט געלט מיז ער האבען א גענויען חשבון פון ווי ער גייט באצאלען, דאס הייסט אז ווען ער נעמט ארויס א הלוואה סיי וואס א סארט, מיז ער שוין פארדינען דאס געלט אין וויסען אויב ער האט געניג פארדינס צו באצאלען דעים חוב, ער קען נישט גיין בארגען קיין געלט אויב איז זיין חשבון צי באצאלען פין געלט וואס ער גייט מרוויח זיין פון די הלוואה, ממילא דער רשע איז געגאנגען נעמען א הלוואה מיט א חשבון אז ער גייט עפענען למשל א ביזנעס אדער איינשטעקן א דיעל, הלו זה בשם רשע יכונה, ווייל וואס וועט זיין אויב דער דיעל גייט הכנות, וועסט דאך פארשמירן דעים מלוה, אין לך גונב דעת ורשע יותר מזו, דאס איז פשט אין פסוק לוה רשע ולא ישלם.
שוין געלערנט אויך ברוך השם







