צייט צי מופען אויף רוסלאנד, נייע רוסישע געזעץ קעגען משכב זכר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

צייט צי מופען אויף רוסלאנד, נייע רוסישע געזעץ קעגען משכב זכר

הודעהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:56 pm

אין די צייט וואס אין די מערב וועלט פאלט די פאמיליע ווירדען מער אין מער, אין די משפחה לעבען אין די אלגעמיינע גאס הייבט אן צי ענדלען אין די זשאנגלען פין אפריקע, איןם די צייט וואס די משכב זכרים אין משכב נקבות זענען ביזי צי פאראדירען אין די גאסען, אין צי אויסריפען א מלחמה קעגן דעם בורא עולם,

אין די צייט וואס די גאווערמענט איז ביזי צי מאכען חוקי סדום פין כותבים כתובה לזכר, אין די צייט וואס די גאסען ענדעלט אדער איז ערגער ווי די דור המבול,

אין אזא צייט הערט מען נייעס פין רוסלאנד אז זיי האבען גענוג שכל צי ארויס געבען א געזעץ קעגען פראפעגאנדע פאר משכב זכר, זיי האבען גענוג שכל צי פרובירען צי פרעזערווירען די פאמיליע לעבען פין דעם המון עם,

ס'איז ארויס א געזעץ פינעם נידריגען הויז פינעם רוסישען פארלימענט, צי מאכען אומלעגאל פראפעגאנדע פאר "נישט טראדיציאנאלע סעקסואלע רילעישענשיפס", די וואוט איז אדורעך 438 אקעגען 0,

דער געזעץ טוט קנסענען ביז 31.000$ פאר געבען אינפארמאציע דערפין פאר מיינער'ס, פאר אפהאלטען פאראדען איבער דעם, פאר פרעדיגען איבער משכב זכר רעכטען, דער געזעץ איז גילטיג אין רוסלאנד סיי פאר רוסישע בירגער אין סיי פאר אויסלענדער, אין אזוי אויך פאר די מידיע,

פאר די ביל איז אדורעך, איז געווען קעגענזייטיגע פראטעסטען קעגען אין פאר די ביל, הונדערטער האבען פראטעסטירט אין שטיצע פין דעם ביל, אין געשריגען אז מאסקווע איז נישט סדום,

פארשטייט זיך מיר קומען נישט דא שרייבען אין שטיצע פין רוסלאנד וואס מיר ווייסען וויפעל אידען האבען זיך דארט אנגעליטען דורכאויס די דורות,

אבערע אין די צייט וואס די מערב וועלט לענדער ווערען מער אין מער קאמאניסטיש, אין די צייט וואס אין מערב קומען ארויס גזירות קעגען מילה אין שחיטה, אין די צייט וואס די מאראלישע לעבן אין די מערב וועלט פאר צי פאדלאגע-לאזע נידריקייטען,

אין די זעלבע צייט טוט רוסלאנד ארויס קומען פין זייערע קאמאניסטישע פארגאנגענהייט, אין זיי זענען מקרב אידען, אין זיי געבען ארויס געזעצען קעגען די אויסטערלישע געמיינהייטען וואס שימעלט אפ די מערב וועלט,

נו איז אפשער צייט צי עפענען א היימישע ישוב אין רוסלאנד,

יעצט קומט מיר אויפען געדאנק וואס מיר זאגען ביי סליחות,
אֶזְכְּרָה אֱלֹהִים וְאֶהֱמָיָה,
בִּרְאוֹתִי כָּל עִיר עַל תִּלָּהּ בְּנוּיָה,
וְעִיר הָאֱלֹהִים מֻשְׁפֶּלֶת עַד שְׁאוֹל תַּחְתִּיָּה,

אין די צייט וואס אין די טרייפענע מאסקווע איז אומלעגאל משכב זכר פאראדען, אבער די הייליגע שטאט ירושלים זענען זיי ליידער מחלל מיט אזאלכע שמוציגע פאראדען,

אין מען דערמאנט זיך די פסוק אין איכה:
מָה אֲעִידֵךְ מָה אֲדַמֶּה לָּךְ הַבַּת יְרוּשָׁלַ‍ִם מָה אַשְׁוֶה לָּךְ וַאֲנַחֲמֵךְ בְּתוּלַת בַּת צִיּוֹן כִּי גָדוֹל כַּיָּם שִׁבְרֵךְ מִי יִרְפָּא לָךְ.

ווער האט זיך געגלייבט אז אונזער הייליגע שטאט ירושלים, די שטאט ציון, די שטאט ווי דער כהן גדול האט געטוהן די עבודה אין קדשי קדשים,

אז ירושלים זאל זיך דארפען שעמען פאר מאסקווע, ווער האט זיך דאס געגלייבט,

על כן ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה,

אין דעי וואס מאכען די שמוציגע פאראדען אין ירושלים זאלען פייגערן,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חזקיהו המלך אום מיטוואך אוגוסט 07, 2013 8:21 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:58 pm

סנאודען פאלגט די ערשטע!
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 8:01 pm

אגב, אז דו רעדסט. ביסט אפשר גערעכט מיט דעם חלק, אבער בעצם אויף זוהמא האבן זיי זיך נישט וואס צו שעמען פון אמעריקע, אדרבה, די הפקרות דארט איז ארויס פון יעדן פראפארץ. פאר אפאר טאלער האסטו דארט וואס דו ווילסט...
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך חזקיהו המלך » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 8:16 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:אגב, אז דו רעדסט. ביסט אפשר גערעכט מיט דעם חלק, אבער בעצם אויף זוהמא האבן זיי זיך נישט וואס צו שעמען פון אמעריקע, אדרבה, די הפקרות דארט איז ארויס פון יעדן פראפארץ. פאר אפאר טאלער האסטו דארט וואס דו ווילסט...


זיכער, זיי זענען נישט גדורים בעריות, אבער חאטשיג נישט קיין כותבים כתובה לזכר, אין נישט קענען פארשפרייטען די חולאת אן קאנצעקווענצען,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 8:35 pm

איך האב מורא אז הערשט יעצט, קענען מיר חסידים נישט גיין וואוינען דארט.
זיכער נישט אויפשטעלן תלמוד תורות מיט מלמדים...
מאמר החכם: די זעלבע שרשים, עיקרים און פראבלעמען חזר'ן זיך כסדר איבער, נאר די ניק נעמען טוישען זיך אביסעל.
ואני אומר: לאמיר אננעמען אז אידישקייט איז אייביג געפארן אויף דעם מהלך. פון א רבי אמאל ביז א רבי היינט. פון א שמוציגער פאליטיק ביז מחלוקת לשם שמים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1723
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 2794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

הודעהדורך בעל הבית » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 8:40 pm

דאס איז נאר נחום צו פארדאנקן, יעצט קען מען שון פארשטיין פארוואס ער פלעגט אזוי סאך זיך דרייען דארט
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 666
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

הודעהדורך George » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:08 am

נאך מער
אז רוסישע קינדער טאר מען נישט געבן צו אדאפטען פאר סעים סעקס קאפעלס אין אנדערע לענדער אינדרויסן פון רוסלאנד.

MOSCOW (AP) — President Vladimir Putin has signed a bill that sharply limits the adoption of Russian children by people from countries that allow same-sex marriage.

The new law prohibits adoption by same-sex foreign couples whose homeland recognizes their union as marriage, as well as by single people or unmarried couples from those countries.
George
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 0 געסט

cron