רחמנות אויף צושלאגענע מוחים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

רחמנות אויף צושלאגענע מוחים?

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:19 pm

זעהנדיג אויפגעשפילט די קלעפ וואס די (קול מבשר גערופענע:) "פרידליכע מוחים" אנטקעגען די וואס זענען זוכה לבנות חרבות ירושלים, האב איך זיך געטראפען אין דילאמע.
פון איין זייט, די מכות און באקסעס טוהן דאך אזוי וויי, אז כמעט וואס כ'קען נישט צוקוקען. איך הייב אן צו שוויצען ווען כ'זעה וויאזוי זיי, די משטרה וכדו', דרייען אויס די פיס פון די מוחים, אדזש כ'הער די קולות ביז אהער, ממש א פחד.
פון די אנדערע זייט, יעדע מוחה גייט דאך אהין אדעתא דהכי. די וואס שטייען דארט ווי מ'מעג שטיין, און שרייען סתם גיוואאאלד 40 מאל אין א מינוט, זיי כאפן דאך נישט קיין פעטש.
קומט אויס, אז די פעטש כאפער זענען שוטים גמורים, ווייל אפילו מ'וועט אננעמען אז די גראבער זענען עובר אויף די ל"ת פון חפירה במקום קבר תהום, איז דאך אוודאי נישט קיין חיוב מוחה צו זיין עד כדי הכאה, בפרט אז דורך גיין אין תפיסה ביסטו עובר און מבטל אסאך אנדערע מצוות, ווי למשל ביטול תורה און תפילה, מצות עונה, און נאך. נו, אויף א שוטה גמור זאגן דאך חז"ל "אסור לרחם".
איז יעצט מיין שאלה, צו מעג איך רחמנות האבן אויף זיי?
וואס איז אייער מיינונג?
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:31 pm

אוודאי דארף מען רחמנות האבן אויף זיי - אבער נישט פאר'ן אהינגיין, נאר אז זיי זענען נעבעך תינוקות שנשבו און ווייסן נישט בעסער.
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 461
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 436 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 991 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:39 pm

איז אפשר לאמיר זיי העלפן?
איז שייך בכלל?
אפשר שרייבן - אויף זייער שפראך און סגנון - אן הסברה?
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך בעל הבית » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:58 pm

,,,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בעל הבית אום מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:25 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 666
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:20 pm

די פראפאגאנדע שרייבערס פונ'ם איד און בלאט און קול מבשר (וואס כ'האב נישט געהערט.) שרייבן דאך "פרידליכע מוחים". זיי מוזן אזוי שרייבן. אבער דער מציאות איז אז די מוחים וועלכע שטייען אונטער די באריקאדן פון די פאליציי ווערן נישט געטשעפעט. ס'איז אפילו דא א בילד אין בלאט (געברענגט פאר צוויי יאר צוריק) פון א חרדי'שן יונגערמאן (מ'זעהט זיינע פיאות און בארד.) וועלכער האטצעך געספראוועט מיט די צולאזטע מוחים. איהם קענמעון זיכער נישט חושד זיין אין פיינט האבן ערליכע אידן. נאר ס'איז פארשטענדליך אז א סאך פון די מפגינים גייען אדעתא דהכי צו מאכן טראבל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך גנדי » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:21 pm

ווען ח"ו א משפחה מיט קינדער פון די מתנחלים ווערן דערשטאכן צום טויט אין די שטחים (ה"י) שרייען די קנאים מיר האבן נישט רחמנות ווייל זיי לייגן זיך אליינס אריין אין א סכנה.

קען מען זאגן די זעלבע אויף די מוחים? אז זיי לייגן זיך אליינס אריין אין א סכנה?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1286 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:40 pm

שונאי ישראל קיפ אן מיט אייער מלחמת קודש און אנטיסעמיטיזעם,
און באגנוגט אייך ניש מיט שרייבען אינטער באהאלטענע ניקים נאר גייט'ס בפועל ארויס אין די הייליגע אלול טעג און העלפט צו אייער ברידערליך די משטרת הציוני צו קנאקען און טיילען מכות אכזריות פאר די מוחים.
הייבט'ס אייך ברידערליך זייט'ס עולה קיין ישראל און קויפט אייך איין זכותים פאר'ן יום הדין.
ותשובה ותפלה וצדקה.....
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:48 pm

דער לייק האב איך אייך געגעבן ווייל איר האט מיר געמאכט שמייכלן. יעצט זע איך פארוואס איר הייסט פרייליך ווייל איר מאכט פרייליך אידן , קיפ אפ דע עמעזינג זשאב.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 502
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך קינות גירושין » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:57 pm

לכאורה זענען זיי נישט עובר אויף עונה ווייל די ווייבער זענען מוותר, אולי
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:36 am
האט שוין געלייקט: 472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:18 pm

נאר,,פרייליך האט געשריבן:שונאי ישראל קיפ אן מיט אייער מלחמת קודש און אנטיסעמיטיזעם,
און באגנוגט אייך ניש מיט שרייבען אינטער באהאלטענע ניקים נאר גייט'ס בפועל ארויס אין די הייליגע אלול טעג און העלפט צו אייער ברידערליך די משטרת הציוני צו קנאקען און טיילען מכות אכזריות פאר די מוחים.
הייבט'ס אייך ברידערליך זייט'ס עולה קיין ישראל און קויפט אייך איין זכותים פאר'ן יום הדין.
ותשובה ותפלה וצדקה.....

אויב דאס איז די בעסטע תירוץ אוועיליבעל דאן שטייסטו זייער שמאל, מוח דחוק וואס דו ביסט.
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך פידלער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:21 pm

נאך די דניאל פערל (http://en.wikipedia.org/wiki/Daniel_Pearl) מעשה, האבן זיך די גאווערנמענטס פון דעמאקראטישע לענדער געבעטן ביי אלע דזשורנאליסטען אהיים צו קומען. ס'איז אבער געווען אפאר "העלדן" וואס האבן איגנארירט די בקשות. האב איך דעמאלס געלייענט א לייט-ארטיקל וואס האט ארויסגעברענגט די אינטערעסאנטע טעזיס אז די דזשורנאליסטען זענען selfish. אויב זיי ווערן געכאפט און מ'טיילט זיי אויס געפערליכע צרות אדער מ'הרג'עט זיי, קאסט עס אונז, די empathetic המון עם, ווייטאג. פארוואס זאל אונזער שלאף צושטערט ווערן און אונזער הארץ וויי טאן צוליב זייער "העלדישקייט"? ווי selfish זיי זענען!

איך מיין אז די אקציעס פון די מוחים וואס קאסטן הארץ ווייטאג פאר אנדערע קען אריין גיין אין די זעלבע קאַטעגאָריע פון selfishness.
באניצער אוואטאר
פידלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 469 מאל

הודעהדורך חד גדיא » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:57 pm

אפגעזעהן פון וואס מ'האט אלץ דא גערעדט. די וואס גייען ארויס מוחה זיין זענען ערליכע יונגעלייט. עס טוט זיי וויי די חילול קברים. און עכ"פ זיי האלטן ווי די דעה אז עס איז אסור. איז אוודאי דארפן מיר האבן מיטגעפיל.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 569
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 359 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 11:11 pm

די שאלה איז נישט באגרעניצט צו די צאלמערס מוחים, נאר צו אלע איינגערעדטע אקטעוויסטן וואס ליידן פאר א איינגערעדטע אדער אמתע צוועקן.
האבן מיר רחמנות אויף מתנחלים וואס זענען מפקיר זייער לעבן פאר שלימות הארץ?
האבן מיר רחמנות אויף א ברעסלעווער וואס הונגערט אגאנץ יאר צו קענען גיין קיין אומאן?
האבן מיר רחמנות אויף א וויליאמסבורגער הרבני הנגיד קבצן וואס פארחובות'ט זיך צו קענען מאכן א פענסי חתונה?
האבן מיר רחמנות אויף מאדנע צער בעלי חיים אקטיוויסטן אדער אזוינע האלב קוריאזע אקופיי וואל סטריט אקטיוויסטן?

די ריכטיגע שאלה איז ווי שטארק האבן מיר פיינט די רשעות'דיגע צינישע אנדרייערס וואס שיקן זיי? דעם פאליטיקאנט וואס דרייט דעם רעדל אין די עדה מיט אגענדעס, דעם ברסלעווער מפשיע וואס מאכט דעם ארימען קבצן פארן מיט מסירות נפש און דעם טיי פארטי מאכט זוכער וואס העצט אן תמימי לב צו פראטעסטירן פאר זיינע אגענדעס.
זיי האב איך פיינט מיטן גאנצן היץ פון א מצה אויווען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קופערניקוס אום זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:04 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1366
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2942 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3947 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 11:50 pm

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דער לייק האב איך אייך געגעבן ווייל איר האט מיר געמאכט שמייכלן. יעצט זע איך פארוואס איר הייסט פרייליך ווייל איר מאכט פרייליך אידן , קיפ אפ דע עמעזינג זשאב.

בנימין ידיד ה'. ס'איז גוט אז דו ביסט דיך מסביר. ווייל כ'האב אויף א רגע קט געמיינט אז דו ביסט בשיטה אחת מיט'ן גאר פרייליכן איד. ס'איז דאך א דבר ידוע אז די "פרידליכע מוחים" ביי די הפגנות טוען גארנישט אויסער שטיין רואיג אויף זייער פלאטץ. דאן ווער צוברעכט די טרעפיק לייטס, צינדט אונטער די "צפרדעים", די גרויסע גארביטש קאנטעינער'ס. און ווער רוקט זיי ארויס אינמיטן וועג ווען אן אגד באס פארט אדורך? מוז זיין די פארשאלטענע ציונים וועלכע זוכן א תירוץ פארוואס צו קומען אנברעכן די ביינער פאר די ערליכע אידן. :oops: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך טעפל » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:19 am

מיט האלטענדיג כמה פעמים די הפגנות פון די "פרידליכע מוחים" ("מוחים דחוקים" איז בעסער געזאגט) קען מען גוט פארשטיין די "רשעותדיגע" פאליציי, נישט אז זיי זענען נישט קיין רשעים, ווער עס קען די יס"מניקערס ווייסט אז זיי זוכען פשוט עקשען און בלוט, אבער ווען מ'רופט זיי אז מ'טשערט בויען, פארמאכט גאסען וכדו' זענען זיי טאקע דא צו מאכען סדר..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

הודעהדורך קרעקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:51 am

איך פארשטיי נישט א צווייטע זאך
סך הכל רעד מען פין געדינגענע סעדינגענע סיקיארעטיס שלעגער, פארוואס קענען נישט די חרדים צוריקשלאגן?
זיי לויפען אוועק און לאזען זיך שלאגען און באקסען, געב צוריק מקל צוריק
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 958
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 404 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:53 am

קרעקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט א צווייטע זאך
סך הכל רעד מען פין געדינגענע סעדינגענע סיקיארעטיס שלעגער, פארוואס קענען נישט די חרדים צוריקשלאגן?
זיי לויפען אוועק און לאזען זיך שלאגען און באקסען, געב צוריק מקל צוריק

ווייל אויב זיי ווייזען אז אז טויגען יא, וואלט מען זיי תיכף גענומען אין מיליטער אריין.
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:02 am

כ'מיין אז די עס עס לייט וואלטען זיך געקענט קומען לערנען פון די געשוואלענע קעפ דא און אפנארמאלע אויבער חכמים שרייבערלעך דא אין ק''ש וויאזוי צו האסען און פיינט האבען דעם שמוציגער דזשיד
ס'עפעס להפליא די געוואלדיגע אהבת ישראל מיט וואס די וואס זענען דוגל מיט די שיטת אנטי-קנאות טיען זיך אויסצייכענען מיט א זעלטן אהבת ישראל וואס דאכט זיך אין די לעצטערע טויזענטער יארען איז זעלטן ווי געזען געווארען אזא ליבשאפט צו א צווייטען יוד
אבער ביטע ניש פארגעסן די סאקמירע פערד די זענען די וואס האבען האס און שנאה צו א צווייטען
זכרהו מאחר שבא להשכיחו
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:06 am

פון וואו נעמט איר אזא צואה שפראך? אזוי רעדט מען? פוי.
עפרא לפומיך.
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'דא איינער וואס ווייסט די סיבה פארוואס תבל ומלואו זענען באשאפען געווארן.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6677 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט