מיר ווייסן דאך אז אונזער דור איז געשלאגן מיט די מגיפה פון קאנפארמיטי, פון זוכן צו געפעלן יעדעם, און נאכצוטאנצן יעדעמ'ס משוגעת'ן. פון דעם איז ארויסגעוואקסען די ווארט "ס'פאסט נישט" ווי א תירוץ אויף זאכן וואס געפעלן נישט די תקנה מאכערס ווען זיי האבן נישט ווי אזוי מסביר צו זיין זייערע משוגעת'ן.
עס האט גענומען 50 יאהר, אבער ענדליך איז דער טאג אנגעקומען. "עס פאסט נישט" איז מער נישט וואס מאמעס זאגן פאר זייערע טעכטער, און וואס מלמדים פאר די תלמידים - עס איז שוין אפיציעל מטעם די מוסדות הקדושים אז געוויסע זאכן "פאסן נישט".
בנות ציון דבאבוב האט קלאר אנגעזאגט די עלטערן אז זיי זאלן מסביר זיין די טעכטער אז מ'טאר נישט גיין מיט לעדערנע אויסזעהן קליידונג, "ווייל עס פאסט נישט"...




