ברעיקינג: עליאט שפיטצער צוריק אין פאליטיק!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

ברעיקינג: עליאט שפיטצער צוריק אין פאליטיק!

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג יולי 09, 2013 12:22 am

איין מינוט, בין איך דא טאקע דער וואס גייט דא ברעכן די נייעס? איי מיען קאממאן!!! (כ'האף אז איינער וועט מיר לינקן ווי ס'איז יא באריכטעט)

צוריק צום קעפל:
עליאט שפיטצער, זעהנדיג ווי ענטאני ווינער איז צוריק אריינגעטאנצן אין פאליטיק, האט ער גענומען די קוראזש און  געמאלדן אז ער שפרינגט אויך אריין צוריק אין פאליטיק, און וועט לויפן פאר ניו יארק סיטי קאמפטראלער נאכדעם וואס דער איצטיגער קאמפטראלער דזשאן לו לויפט פאר מעיאר פרובירענדיג איבערצונעמען מייקל בלומבערג (טאמער ער וועט נישט לויפן פאר א פערדע טורם..)

נו איז וואס? ווער איז דאס דער שפיטצער? וואספארא חסיד איז ער? שטייטעלעך...
Eliot_Spitzer.jpg
Eliot_Spitzer.jpg (73.67 KiB) געזען געווארן 1025 מאל

עליאט שפיטצער איז געבוירן אום יוני 10, 1959, צו זיינע עלטערן בערנארד און עננע שפיטצער,  אין די בראנקס ניו יארק, זיינע זיידעס זענען געווען אידן פון גאליציע, עליאט, די אינגסטע פון דריי איז נישט אויפגעוואקסן אידישליך, און נישט געהאט קיין בר מצוה, געלערענט האט ער אין פרינסעטאן יונעווערסעטי און אין הארווערד יונערווערסעטי. אין יארע 1987 זייענדיג אלט 28 יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב סילדע וואל שפיטצער, (עלטער געווען ווי אים מיט צוויי יאר). און האבן דריי טעכטער.

עליאט איז געווארן א לויער, קודם געארבייט אין א פירמע אין מאנהעטאן בערך צוויי יאר, און אריבער ארבייטן פארן מאנהעטאן עטארני דזשענעראל, ער איז באוויסט געווען ווען ער איז געווען אינוואלווד אין אפשטעלן געוויסע גאמבינא מאפיא קרימינאלן אין 1992.
דערנאך איז ער צוריק אריין אין לויער'ס פירמע'ס.

אין 1994 איז שפיטצער געלאפן פאר עטארני דזשענעראל, און פרובירט צו קריגן די נאמינאציע אינעם דעמעקראטישן פארטיי אבער אן ערפאלג, און שפיטצער האט נישט געקענט לויפן ביי די דזשענעראל עלעקשאן. אבער צוליב דעם וואס א ריפאבליקאנער האט געווינען איז שפיטצער נאכאמאל געלאפן פיר יאר שפעטער און געווינען, ווערענדיג דער 63'סטער עטארני גענעראל אין ניו יארק, א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן פאר 8 יאר ביז ער איז געלאפן און געווינען די 2006 וואלן צו ווערן גאווערנער אוו ניו יארק .

אלס עטארני דזשענעראל איז שפיטצער באקאנט געווען אלס גאר שטרענגער און שטייפער מענטש, זיך געשלאגן מיט די וואל סטריט מאגנאטן, אנדערשט ווי רוב עטארני גענעראלן וואס נעמען נאר קער פון לאקאלע אישוס און קאנסומער רייטס, האט שפיטצער אויך קער גענומען פון ווייסע-קאלער קריים, אינטערנעט שווינדלן, סעקיוריטיס שווינדלן און אינווייערמענטאל פראטעקשאן.
שפיטצער האט זיך אויךאריינגעמישט אין די באקאנטע ענראן קעיס, ווי ער האט אייגענטליך געניצט א גאר אלטע געזעץ אים צו געבן רעכטן צו ווערן פארמישט.

סוף 2004 האט שפיטצער געמאלדן אז ער לויפט פאר גאווערנער, אנפאנג 2006 האט ער אויפגענומען דעם בלינדן דאן ניו יארק סטעיט סענאט מענארעטי לידער (און שפעטערדיגן גאווערנער) דעוויד פעטטערסאן אלס זיין מיטלויפער און לויעטענענט גאווערנער.
סוף 2006 האט ער שוין געמאלדן אז ער וועט לעגאלייזן געי מערידזש..
אין נאוועמבער 7 האט ער געווינען! ווערענדיג דער 54'סטער גאווערנער אין ניו יארק, איבערנעמענדיג גאווערנער דזשאורדזש פאטאקי (אן אנגערישער...).

איינע פון זיינע סקאנדאלן איז געווען ווען ער האט געהייסן זיין ממלא מקום עטארני גענעראל ענדרו קאומאו (היינטיגער גאווערנער) נאכצוקוקן סטעיט מעדזשאראטי לידער דזשאוסעף ברונא (וואס אגב איז געווען זיעער אקעגן געי מערידזש) ווען ער איז געווען אין ניו יארק, ניצענדיג סטעיט פאליציי דערפאר. און ער האט זיך שטארק אנטשולדיגט דערפאר.

נאך א סקאנדאל וואס ער איז אדורך, איז געבן דרייווערס לייסענס פאר אומעדענטעפעצירטע אימיגראנטן. נאכדעם וואס די סטעיט סענאט האט דאס אנידערגעשטימט האט ער ריווייזט זיין פלאן.

אין מארטש 10 2008 האט דער ניו יארק טיימס געבראכן די נייעס אז דער גאווערנער איז געווען פארמישט אין פראסטעטושאן, ווי שפיטצער האט געצאלט בערך 80 אלפים אין אפאר יאר ניצענדיג א גאר טייערע סערוויס אינטערן נאמען 'קלייענט ניין'.

צוויי טאג שפעטער האט שפיטצער אויפגעטרעטן מיט זיין רעזיגנאציע דרשה, אינדערצייט וואס זיין ווייב פאר איבער 21 יאר איז געשטאנען נעבן אים. 
שפיטצער האט געזאגט אז זיין פרעזענדליכע דורכפאל קען נישט אפעקטירן די מענטשן'ס ארבייט, איבער די יארן פון מיין פאבליק לעבן האב איך אייביג געהאלטן, און כ'גלייב אזוי אז מענטשן דארפן נעמען אחריות אויף זייערע שלעכטע זאכן, דעריבער רעזעגניר איך אין 5 טעג. אין לויטענענט גאווערנער דעוויד פעטטערסאן איז געווארן גאווערנער.

פרוי קריסטין דעוויס, איז געזיצן 4 חדשים זייענדיג אינוואלווד אינעם סקאנדאל. (זייענדיג דער שדכן...)

אין מעי 31 2013 האט ער זיך צוטיילט פון זיין ווייב.

נעכטן יולי דעם זיבעטן האט שפיטצער געמאלדן אז ער לויפט פאר ניו יארק סיטי קאמפטראלער, און גייט אנהייבן צאמצונעמען אינטערשריפטן דערפאר, ער מיז אויפקומען מיט 3,750 אינטערשריפטן ביז יולי 11.

שפיצטער זאגט אז ער בעהט און האפט אז די ניו יארקע וועלן אים פארגעבן און דערלאנגן א צווייטע שאנס נאכן האבן אזא גוטע רעקארד אלס עטארני גענעראל. 'די ניו יארקע זענען פארגעבערס, גוטע מענטשן, כ'האף נאר אז מ'וועט מיר אזוי ווייט פארגעבן'

שפיטצער לויפט בעיקר קעגן דעם שוין כמעט פארזיכערטער געווינער סקאט סטרינגער, דער מאנהעטאן בארא פרעזידענט, וואס האט שוין אריבער דריי אהאלב מיליאן דאלער אינעם קאמפיין קאסע, סטרינגער האט היינט געזאגט אז שפיטצער זיכט צו קויפן א פאזיציע מיט די רייכע פאמיליע געלטער..

אינטערסאנט איז נאך, אז קריסטין דעוויס וואס איז געזיצן וועגן זיין סקאנדאל לויפט אויך פאר דעם פאזיציע אויפן ליביטעריען פארטיי (זי איז שוין געלאפן און פארלוירן אין 2010 פאר גאווערנער...). און זי האט שוין טאקע היינט געשריגן אז זי וועט האלטן אין איין ארויפברענגן שפיטצער'ס סקאנדאל ... 'איך האב געטוהן שלעכטס און באצאלט דערפאר, איך האב סערווירט צייט אין טורמע, ער נישט! ס'נישטא קיין אנדערע געזעצן פאר ערוועלטע מענטשן ווי פאר ציווילע בירגער...'.

(כאשוין נישט קיין נערווען צו שרייבן נאך...)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יולי 09, 2013 12:24 am

כ'האב אים געהערט נאכמיטאג אויף 880 האט ער געזאגט אז ס'האט גארנישט צוטין מיט ווינער'ס צוריקום אין פאליטיק
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 09, 2013 12:31 am

זאל ער אפפוצן און גיין וואו די אויגן טראגן אים, פוי.

אגב, ער טענה'ט ער האט א גוטע רעקארד אלס אטוירני דזשענעראל? כ'ווייס אז אפאר לאו-לייף שלעפערס האבן הנאה צו זעהן א נצחון אין רייכע מענטשן, אבער די רשעות'דיגע וועג ווי אזוי ער האט באהאנדלט די רייכע מאגנאטן ברענגט א איבל, ס'איז אוממענטשליך, און איך וויל נישט אזא אוממענטש אין קיין שום אפיציעלע אפיס.
גוד ביי.
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יולי 09, 2013 12:34 am

אמת ער איז א גרויל, ער אליינס קומט פון א רייכן בעקגראונד, און עקט מיט א שטייפע רשעות כאילו ער איז א פאר די דאונטראדען
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג יולי 09, 2013 12:35 am

ס'איינציגסטע גוטע זאך וואס קען ארויסקומען איז ער וועט נאכאמאל מוזן ריזיינען...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יולי 09, 2013 2:08 am

ער איז סאך ערגער פון ווינער. ווינער'ס שייגעץ שטיק איז געוועהן פאר זיין ווייב, אבער שפיצער האט געטוהן א איליגעל זאך, און נאך דערצו עפעס וואס ער אליין האט געפייט קעגן דעם.
ווי שמעקעדיג האט געזאגט: פוי
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 5787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4306 מאל

הודעהדורך מ. גליקמאן » דינסטאג יולי 09, 2013 11:39 am

שמעקעדיג האט געשריבן:זאל ער אפפוצן און גיין וואו די אויגן טראגן אים, פוי.

צ'ל וואו די אויגן טראגן איהם נישט, זיינע אויגן טראגן איהם דאך צו די קאמפטראלער'ס אפיס..
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג יולי 09, 2013 11:41 am

זיינע אויגן טראגן אים צו א האטעל אין איינע פון די שכנות'דיגע סטעיטס...

נישט געוויסט ער איז סעפערעיט איצט.
כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב. מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו... ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות.. (רמב"ם עיי"ש)
דעת תורה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1567
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 1645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג יולי 09, 2013 11:56 am

דעת תורה האט געשריבן:זיינע אויגן טראגן אים צו א האטעל אין איינע פון די שכנות'דיגע סטעיטס...

נישט געוויסט ער איז סעפערעיט איצט.

מיין טעות,
שעפטל האט געשריבן:אין מעי 31 2013 האט ער זיך צוטיילט פון זיין ווייב.

נאר געווען באריכטעט אזוי, למעשה לעבן זייי יא צוזאמען און זי האט אפילו נעכטן געזאגט אז זי גייט קאמפיינען פאר אים
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יולי 09, 2013 1:03 pm

דעת תורה האט געשריבן:נישט געוויסט ער איז סעפערעיט איצט.

אויך נישט געוויסט. זייט ווען?
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 5787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4306 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך יולי 10, 2013 2:50 pm

שפיטצער צאלט $800 א טאג אויב נעמסטו צאם אינטערשריפטן פאר זיין קאמפיין.

אין אנדערע נייעס: כ'זעה איז לויער מייקל פארקאש (די לויער פון נ.וו.) האט פארדאמט שפיטצער, פארקאש איז די לויער פאר א ארבייטער אינעם רינג וואס שפיטצער האט געניצט און שרייט אז ס'טוהט געניג וויי אז זיין קלייענט איז געווארן פראסעקיוטעד און נישט שפיטצער, אבער יעצט קומט ער נאך צוריק???

אין זיסערע נייעס: ביי זיין פרעס קאנפערענץ האט אים איינער געפרעגט וויפיל ס'קאסט היינט א פראסטיטוט אין מידטאון...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך דענקער » מיטוואך יולי 10, 2013 3:17 pm

עס דרייט זיך ארום א גוטע צימעס ווערטל אויף דעם ענין. ווער עס וויל קען אנפרעגן אין פרטי.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 215
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

הודעהדורך מאיר_וואלף » מיטוואך יולי 10, 2013 3:23 pm

דענקער האט געשריבן:עס דרייט זיך ארום א גוטע צימעס ווערטל אויף דעם ענין. ווער עס וויל קען אנפרעגן אין פרטי.

Not nice
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך דענקער » מיטוואך יולי 10, 2013 3:25 pm

פרעג נישט
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 215
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 7:58 pm

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:21 pm

ער האט צאמגעקליבן 2700 סיגנאטורס, סך מער וויפיל ער האט געמוזט צו קענען ארויפגיין אויפן בעלעט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג יולי 12, 2013 1:34 am

האסט אויסגעלאזט איין 0. 27,000.
כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב. מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו... ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות.. (רמב"ם עיי"ש)
דעת תורה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1567
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 1645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 12, 2013 1:38 am

גערעכט!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג אוגוסט 06, 2013 2:26 pm

שעפטל האט געשריבן:אינטערסאנט איז נאך, אז קריסטין דעוויס וואס איז געזיצן וועגן זיין סקאנדאל לויפט אויך פאר דעם פאזיציע אויפן ליביטעריען פארטיי (זי איז שוין געלאפן און פארלוירן אין 2010 פאר גאווערנער...). און זי האט שוין טאקע היינט געשריגן אז זי וועט האלטן אין איין ארויפברענגן שפיטצער'ס סקאנדאל ... 'איך האב געטוהן שלעכטס און באצאלט דערפאר, איך האב סערווירט צייט אין טורמע, ער נישט! ס'נישטא קיין אנדערע געזעצן פאר ערוועלטע מענטשן ווי פאר ציווילע בירגער...'

קריסטין דעיוויס איז היינט ארעסטירט געווארן אדורך די עף בי איי פארן פארקויפן רעצעפטן דראגס
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 06, 2013 3:24 pm

זר זהב האט געשריבן:ער האט צאמגעקליבן 2700 סיגנאטורס, סך מער וויפיל ער האט געמוזט צו קענען ארויפגיין אויפן בעלעט

וואס איז? אלע זונות האבן אים געבעקט?
מאמר החכם: די זעלבע שרשים, עיקרים און פראבלעמען חזר'ן זיך כסדר איבער, נאר די ניק נעמען טוישען זיך אביסעל.
ואני אומר: לאמיר אננעמען אז אידישקייט איז אייביג געפארן אויף דעם מהלך. פון א רבי אמאל ביז א רבי היינט. פון א שמוציגער פאליטיק ביז מחלוקת לשם שמים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1723
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 2794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

הודעהדורך מאיר_וואלף » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:01 pm

New York, NY – Poll: Spitzer Has 19-Point Lead In NYC Race


August 14, 2013
New York, NY – Eliot Spitzer has a wide lead over Democratic rival Scott Stringer in the first poll conducted largely since the New York City comptroller rivals faced off in heated debates. The


מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 11:22 pm

?
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (180.13 KiB) געזען געווארן 395 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2441
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 2229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך מאיר_וואלף » זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:03 pm

סאשי, אויב דו באגעגנסט זיך נאבאמאל מיט די Post ביטע גיב איבער א לייק אין מיין נאמען
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:14 pm

אלע א באנדע חזירים.
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:40 am

עליאט שפיטצער און זיין ווייב האבן געמאלדען אז זיי גייען זיך גט'ען
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 5787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4306 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט

cron