פרישע משוגעת, הדלקה ביי קברי צדיקים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

פרישע משוגעת, הדלקה ביי קברי צדיקים

שליחה דורך הדד בן בדד »

האלא, ברוכים הבאים צום נייעם שגעון.

היות איך בין א לאקשנקוגלער חסיד, און אין צוויי וואכן ארום קומט פאר די יארצייט פון מיין רבין, דער לאקשנקוגלער רבי זצ"ל, גיי איך אי"ה אנצונדן א גרויסע פייער ביים ציון פון מיין רבין, ויקרא שמו בישראל הדלקה. ווער עס וויל האבן פאן און אביסל סאדע בחינם קען קומען האצקען אביסל. איך האב שוין באשטעלט די פיקטשער כאפערס און עס גייט זיין אין אלע צייטנוגען, אויך אין אימעיל און אויף אסאך פארומס אויפן אינטערנעט.

איי וועט איר מיך פרעגן וואסעפעס האב איך מיך יעצט דערמאנט?

איז אזוי. דא אין אמעריקא האט געוואוינט א קלוגער אידל, וועלכע האט אויך געקענט אסאך לערנען, א כיטרער אינגל געווען און האט געוואוסט וויאזוי אויסצונוצן א געלעגענהייט. לדוגמא האט ער געטוישט זיין נאמען פון קליין אויף הקטן, עס קוקט אויס מער אינטערעסאנט. און דער אידל האט מיט די יארן זיך געקרוינט אלס אונגוואר'ער רב, און ווען ער איז אנגעקומען נענטער צו די ימי הזקנה און דער סטייל פון רבנות איז שוין געווען היפש אויסגעוועפט, האט ער זיך שנעל ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון אדמו"רות און איז געווארן דער אדמו"ר מ'אונגוואר. ער האט געהאט א גוטן טעיסט אין בעקישעס און אין ריעל עסטעיט, און האט זיך גוט אוועק געשטעלט.

אבער ער האט אויך געהאט גאר א גוטע טעיסט צו אטענשאן, און האט געכאפט דערפון ווי נאר ער האט געקענט. און אויב איז נישט געווען פון וואס, דאן האט ער עפעס געמאכט.

די לעצטע פאר יאר האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל זיך אויסלעבן די יארן דארט, אין קרית אונגוואר, צווישן זיינע חסידים און מוסדות... און דארט האט ער זיך אויך איינגעפירט א מנהג, אז אין דעם טאג וואס איז אנגענומען אלס יארצייט פון שמואל הנביא איז ער ארויס אהין צום ציון. אבער סתם ארויפגיין צום ציון איז דאך נישט אינטערעסאנט, יעדער קען דאך דאס, איז ער אויפגעקומען מיט א המצאה: ווער זאגט אז נאר אין מירון ביי ר' שמעון מעג מען אנצונדן א הדלקה? איז נישט שמואל הנביא געווען גענוג גרויס אז מען זאל ביי אים אנצונדן א הדלקה?

געטראכט און געטאן, מען האט אויפגעשטעלט א געביידע, עס אנגעצונדן, ויקרא שמו בישראל הדלקה (אדער אבוקה, איך געדענק שוין נישט פונקטליך) און געגאנגען, אלע צייטונגען האבן געלייגט בילדער און ער האט געהאט אטענשאן.

האב איך דאך געמיינט אז מיט זיין פטירה האט זיך אט דער משוגעת געענדיגט. ווי נישט ווי איז ער געווען אן אלטער איד, א תלמיד חכם, און פון אזא מענטש קען מען מער פארנעמען. אבער דערווייל זעה איך אז נישט. דער ממשיך, זיין ממלא מקומו בקודש, האט אויך ליב אטענשאן זעהט אויס נישט ווייניגער ווי דער פאטער, און ער האט מחליט געווען ממשיך צו זיין מיט דעם "מסורה". און ער האט עס נאך פארבעסערט, מען האט שוין געמאכט א ספעציעלן ניגון פאר דעם געהויבענעם מעמד הדלקת השריפה און קיין ליידיג גייערס פעלן דאך אין ערגעץ נישט און אין ירושלים אוודאי נישט, איז געגאנגען, טראלאלאלאליייי ליייי ליייי לאלאלאלא לייייי

בקיצור, איך וויל אויך. ביי מיין רביס יארצייט אי"ה גיי איך אויך מאכן א פייער און איך גיי האבן פאן און אסאך אטענשאן.

מי לה' אלי

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר