פראבלעמען אין בית ישראל שפיטאל/דעטאקס

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
עליע_ק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

פראבלעמען אין בית ישראל שפיטאל/דעטאקס

שליחה דורך עליע_ק »

איך ווייס נישט ווי אפט אן ערשיינונג דאס איז ביי'ם היימישען עולם, וויפיל איך בין דערט געווען אין דעטאקס (DETOX) האבען מיר די שפיטאל שטאב געגעבען דער געפיל אז איך בין דער ערשטע פרומע איד דארט צו זיין אין די לעצטע יאהר, און אפשר אויך די לעצטע פינעף. אבער מעשה שהיה כך היה. איך האב מיך (צוליעב פערזענליכע סיבות וואס זיינען אבסאלוט נישט נוגע) זיך אנגעטרונקען מערערע מאל איבער א תקופה פון עטליכע חדשים. דאס רוב מאל ביי נאכט, אויף צו קענען איינשלאפען, און אמאל אז איך האב געהאט א פרייע טאג אויך אין די נאכמיטטאג שעות. אזש ס'געקומען צו דעם, אז אין מיטטען א טאג, ווען איך האב געדארפט זיין א גאנצער טאג ניכטער האב איך אנגעהויבען שפירען מאדנע. האב איך געגוגלט די סימפטאמען וואס איך האב געהאט, און ס'האט פונקט אויסגעטראפען ALCHOHOL WITHDRAWAL SYNDROME ד.ה. מיין קערפער איז געווארען פיזיש פארקויפט צו אלכוהול און האט נישט געקענט געהעריג פונקציאניערן אן דעם.

יעצט, טרינקען איז גאנץ א געשמאקע זאך, און ווען איך קען דאס טוען אן קיין קאנסעקווענצען וואלט איך נישט געטראכט צוויי מאל, אבער צו זיין פיזיש פאשרשקלאפט און נישט קענען פונקציאניערן ניכטערערהייט האט מיר אויסגעזעהן איבערגעטריבען. יעדער סייט וואס איך האב געזעהן סטראשעט אז מ'זאל נישט אויפהערען פון זיך אליינץ. ווייל דאס איז סכנת נפשות, ס'קען ברענגען SEIZURES מיט CONVULSIONS, מיט איך ווייס נישט נאך וואס.

האב איך נאכגעקוקט וואו אלץ האט מען דעקאטס, און אז איך האב געזעהן בית ישראל (BETH ISRAEL) האב איך שוין געמיינט אז א אידישע שפיטאל, הארט לעבן וויליאמסבורג, מיט א גוט צוגערישטע ביקור חולים ציממער, וואס קען שוין זיין? וועל איך אהינגייין. האב איך זיי געקלונגען מיטוואך נאכט, זיי האבען מיר געזאגט אז מארגען (דאנערשטאג) האבען זיי נישט קיין פרייע בעטען אבער זיי דארפן האבען פרייע בעטן פרייטאג אינדערפרי. האב איך מיר אויפגעשטאנען פרי פרייטאג, ארויף אויף דער באן און אונגעקומען אהין צירקע אכט אזייגער. (איך האב מיר געטראכט גלייך אנקלינגען סאטמאר ביקור חולים אבער אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט צו מ'גייט מיר אננעהמען, און אויב יא צו וועלכע שטאק אדער וועלכע ציממער האב איך באשלאסען דאס אפצושטופען.) איך שרייב מיר איין, און איך זיץ מיר אפ, נאך שבע מדורות פון ביוראקראטיע האט מען מיר ענדע אריינגענומען דרייע נאכמיטאג (!) איך האב אנגעקלונגען צו ביקור חולים און זיי האבען מיר געזאגט שוין צו שפעט באשטעלען אויף שבת, די באס איז שוין לאנג ארויסגעפאהרען אבער נישט געזארגט, ס'דא א ביקור חולים צימער אנגעפיהלט מכל טוב וטוב. בין איך ארויף אין דעטאקס.

יעצט קום פארשטיי, טייערע ליינער, אז אין שפיטאל איז דא א מושג וואס הייסט אויף ענגליש לאקדאון (LOCKDOWN) איך וויייס זיכער אז דער טערמין איז און נוץ ביי דעטאקס און וויפיהל איך האב פארשטאנען אויך ביי די פסיכיאטרישע אבטיילונג. (און כאטש ס'קען זיין אז איך בין דער ערשטע וואס איז אנגעוויזען אויף דעטאקס אין די לעצטע פינעף יאהר, קען איך גענוג און נאך וואוילע אידישע קינדער וואס האבען זיך גענויטיגט אין פסיכיאטרישע הילף.) לאקדאון הייסט אז די פאציענט טאר נישט ארויסגייען פון זיין אבטיילונג, און ער איז אויך נישט ערלויבט קיין באזוכער. אויב דער פאציענט מוז ארויסגיין פון שטאק פאר עפעס א באהאנדלונג, X-RAY וכדומה, מוז ער גיין מיט א באגלייטונג.

הכלל, דריי אזייגער אן קען מעדיצין בין איך נאך געווען אויס מענטש, 4:30 האב איך שוין געהאלטען נאך די דאקטאר און באקומען עפעס מעדעצין (ווען איך האב שכל האב איך דאס געקענט האבען אין א האלבע שעה פון זיצען אין עמערדזשענסי רום און זיי זאגען אלכוהול וויטדראוועל.) איך האב זיך שוין עפעס פרייער אפגעאטעמט אז איך בין שוין אריין און מ'גייט מיר באהאנדלען. פינעף אזייגער איז געווען ביי זיי "נאכטמאל" איך האב זיי געזאגט אז איך פארלאנג שטרענג כשר'ס, און זיי האבען מיר צוגעשטעלט CRC התאחדות. אזוי ווי ס'געווען פרייטאג צונאכטס האבען זיי מיר געגעבען אן "איירליין מיל" און אז ס'געקומען מיט צוויי קליינע פלעשעלאך מאסט .(גרייפ דזשוס) האב איך געזעהן אז דא ליגט א בראך. וואס וועט זיין מיט שבת'דיקע עסען? איך בין געווען גוט הונגעריג, איך האב גארנישט געגעסען פון אינדערפרי, האב איך קודם געגעסן וואס זיי האבען צוגעשטעלט, אוועקגעלייגט די צוויי פלעשלאך מאסט און געוואנדען צום קראנקן-שוועסטער און פראבירט איהר ערקלערען אז אזוי ווי ס'קומט באלד שבת און שבת דארפען אידן עסען א שבת'דיקע סעודה וויל איך זי זאל מיר שיקען מיט א באגלייטונג צום ביקור חולים צימער איך זאל דאס קענען נעמען פון דארטן. צוערשט האב איך איהר געדארפט מסביר זיין אז שבת ביי אונז הייבט זיך אן פרייטאג צו נאכט ביי די שקיעה, נישט שבת אין דער פרי. נאך דעם האב איך איהר געדארפט מסביר זיין אז כאטש איך האב שוין געגעסן נאכטמאל דארפען מיר עסן א סעודה נאך דער שקיעה. צום דריטענס האב איך איהר געדארפט מסביר זיין אז כאטש דער שפיטאל שטעלט צו פיינע כשר'ע עסן צו שבת דארפען מיר צערעמאניאלישע עסען ד.ה. קידוש, צוויי חלות צו לחם משנה און אז"וו, און אז דאס קען מען נישט קריגען פון די שפיטאל עסען, אבער ס'דא א צימער אין שפיטאל וואס הייסט ביקור חולים, דארט געפינט זיך עס און ס'מיר וויכטיג אז מ'זאל מיר אהינשיקען איך זאל דאס קענען נעמען.

איי, איך טאר נישט אראפגייען פון שטאק? שיק מיר מיט באגלייטונג, אדער כאטש שיק א שטאב מענטש דאס מיר אפצוברענגען. דא האט זי שוין נישט פארשטאנען. האסט פארלאנגט כשר'ס מיר האבען דיר געגעבען כשר'ס, וואס מער ווילסט דו? איך האב מיך געוואנדען צו נאך איינער פון די חברה דארטען, א "קאונסעלאר". ס'האט מיר געדויערט באלד פופצען מינוט עם צו מסביר זיין די פראבלעם און ער האט נאך אלץ נישט קלאר פארשטאנען. ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא ציממער אין שפיטאל וואס הייסט ביקור חולים. אבער, ער האט מיר פארגעשלאגען צוויי עצות. ער קען קלינגען דער ראביי, אדער דער נוירס מענעדזשער. זאג איך, קלינג ביידע. זאגט ער, דאס האלט איך נישט דערביי. איך וויל זיך נישט באנארישען מיט די נוירס מענעדזשער מיט'ן קלינגען און נאך דעם דארפען צוריקקלינגען זאגען דער ראביי האט עס שוין ערלעדיגט. זאג איך פיין, יעצט איז שוין זעקס אזייגער, קלינג דער ראביי, ענטפערט ער ביז די שקיעה איז גוט, אז נישט וועט מען דעמאלטס קלינגען די נוירס מענעדזשער. האט ער געקלונגען דער ראביי. דער ראביי האט נישט אויפגעהויבען, און טאקע נישט צוריקגעקלינגען ביז די שקיעה. האט ער געקלינגען די נוירס מענעדזשער און, נאך א גוי'שער קאפ! האט זי געזאגט אז כשר איז כשר, זי ווייסט נישט פון אזא זאך און מער ווי שפיטאל עסען איז נישט דא. איך האב געמאכט איין לעצטע פראווו. איך האב געבעטען דער "קאונסעלאר" אפשר וועסט דו אליין מיר א טובה טוען אראפגייען צו דער ציממער און מיר ארויפברענגען? זאגט ער מיר אז ער איז נישט ערלויבט ארויפצוברענגען עסען וואס איז נישט פון שפיטאל ווייל טאמער איך ווער פאר'סמ'ט פון דעם וועט ער זיין שולדיג. שפיטאל פאליסי. געבליבען איז אז איך בין געווען דארטען גאנץ שבת, מיט היימישע שבת'דיקע עסען אין די זעלבע בנין עטליכע שטאק אראפ, און געגעסען וואכעדיקע כשרס. נישט קיין קידוש, נישט קיין לחם משנה, ווער רעדט נאך פון פיש, אייער צווייבעל אדער טשאלענט. מוצואי שבת האט דער ראביי צוריקגעקלונגען, איינער א "ראביי שעלדאן" און איך האב זיך אפגערעדט צו עם. האט ער מיר געענטפערט קורץ אין שארף. איך קען דיר נישט העלפען. פאליסי איז פאליסי.

דינסטאג אז איך בין ארויס פון דארטען, בין איך אריין אין ביקור חולים ציממער פאר א קאווע, און געזעהן אזא שפיטאל בלעטעל וואס זאגט אז זיי האבען עפעס אזא זאך פאציענט פארמיטלער פאר אידישע פאציענטען. האב איך טאקע איינער פון די פאציענט פארמיטלער אויך געקלונגען און ביז דערווייל (שוין א וואך) נישט צוריקגעהערט פון עם.

איך האב באשלאסען אז איך וועל דאס דא שרייבען און ווענדען צום עולם.

אידען. אויב איינער קען עפעס טוען צו לעזען דער פראבלעם, אז אויב ס'זאל פאסירען נאך א איד דארף אהינגיין זאל ער עס נישט האבען האלט איך ס'וואלט געווען א גרויסע מצוה.
וויפיהל איך זעה, איז דא דריי עצות. די שפיטאל ערקלערען וואס איז א שבת סעודה, און אז ס'וויכטיג פאר א איד,
אדער מאכען א רעליגיעזען אויסנאם און ערלויבען די פאציענט זאל גייען אין ביקור חולים ציממער מיט באגלייטונג
אדער מאכען אן אויסנאם ערלויבען א ביקור חולים באזוכער זאל ארויפטראגען די עסען
אדער ערקלערן די ביקור חולים עסען "שפיטאל עסען" אז א שטאב מיטגליד זאל דאס קענען ארויפטראגען.

איך לייג צו די נעמען און נומערען פון די צוויי "פאציענט פארמיטלער"
שלום יוסף דייטש 917-509-4441
דוב דזשעיקאבס 917-886-3865

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר