שרייבער האט געשריבן:דערציילט מיר די וואך א איד פון מאנסי, ער האט צוריקגעשיקט זיין תקנות צעטל מיט אלע אינפארמעישאן, און ס'איז געווען ריטוירן טו סענדער, וואס איז, ער האט נישט געשיקט די 25 דאלער פי
איז טאקע מאנסי די צודרייטסטע שטאט אין ניו יארק אז מען קען זיי פירן כצאן לטבח, איינער וויל מאכן געלט דארף יעדער צאלן 25 דאלער, פריי דיך איך שטעל מיך צו צו דיינע תקנות, לוקה ומשלם?
לעיקוואד האט געשריבן:א פשוט'ע עצה לכל הדעות אויך ווער ס'איז חושש משקר.
מ'איז מפקיר די קאמפיאטער, טעלעפאן, אומגעפילטערטע פאקס מאשין, אומגעוואשענע סטראבעריס, וכו' וכו', פאר'ן אנטערשרייבען די אפליקאציע, און שפעטער איז מען עס צוריק קונה.
דער וואס איז מחמיר קען עס אויך פארקויפען פאר א גוי במתנה על מנת להחזיר.
(קרעדיט: עפעס א ניק אין בח"ח).
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א בילד פון מאנסי
(איין ציהל? דער ציהל פון מאכן געלט איז נישט גערעכנט?)
אליצפן האט געשריבן:נייע גזירה פון א מוסד אין בארא פארק, א קינד טאר ניטאמאל טייפן אויף א קאמפיוטער, אפילו ס'האט נישט דיין אינטערנעט! די חברה ווערן וואס אמאל מער משוגע!
איך מיין מ'דארף שטארק מתפלל זיין אז דער נייער חדר אין וויליאמסבורג זאל מצליח זיין.
שרייבער האט געשריבן:אבער די 6 סלייס קאפל דאס גייט מיר נישט אין קאפ אריין....
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'איז א גדר אז א קינד זאל נישט גיין פון זעקס צו פיר, צו צוויי צו זערו סלייסעס ר"ל,, איך קען עס דערהערן, בפרט נאכן וויסן היבשע פאר מעשיות וואס דער סוף פון אזעלכע סלייסערייען זענען געווען.
גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט