באריכט: שלומי אמוני ישראל באזארגט איבער "יש תקווה"

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

באריכט: שלומי אמוני ישראל באזארגט איבער "יש תקווה"

שליחה דורך יואב »

[justify][/justify]"יש תקווה", דער אידישער גאנגאם סטייל.
על כל גבעה גבוהה, ותחת כל עץ רענן. וואו עס לויפט נאר פארביי אן אדעסי, ביי יעדן שמחה מגדול ועד קטן, און וואו נישט.
אלעס האט ווי געשלאסן קאנטראקט מיט דעם "יש תקווה".

יש תקווה איז א זעלטנהייט פון א ניגון, און דאס איז הויפזעכליך צוליב די פילפארביג גלאנצעדיגע קאלירן עס טראגט. אירע אבנארמאל הארציגע ליריקס האבן זיך צושפרייט אין די לופטן ווי די שאלאכץ פונעם ווינטשאווועל (נעה, טרעף אביסל א מער פאזאטיוון צושטעל), און די זעלטן הערליכע טאן און אויסנאמע מוזיק, האבן באוויזן אריינצודרינגן בכל פינות ומחנות. און ווער רעדט נאך וויאזוי ר' בעני פרידמאן לייגט דאס אראפ. אנבעליוועבל! זיין הערליכן שטימע, און טאלאנפול אייגנארטיגן שניט. ממש א נחת.

זייענדיג געקנאטן פון אזא רייכע טייגל, אפעלירט דאס צו פילע סארט שיכטן און קרייזן; ווי אויך צו פילע סארט מענטשן, און פארשידנארטיגע טיפן. טייל גלייכן דאס בעיקר צוליב די שטארקע נחמה ווערטער אויף וואס ס'באשטייט, הגם אויב דזשימי קימעל וועט שיקן אגענטן אויספרעגן אויפן גאס די ווערטער, ווייס איך נישט וויפיל וועלן זיין סוקסעספול. פארט איז דאס אבער גענוג זיך צו פארקנייטשן די פייכטע אויגן, און ציען אין מח א פאראלאל מיטן "נחמו נחמו עמי" הפטורה אויסשריי. דער שבת וואס צוליב ריין עמאצינאלע סיבות איז באגליקט מיט די גרעסטע צאל הפטורה זאגערס.

קאמזיצער שפירן אז דאס איז ממש דער ענדגילטיגער ערזאץ צום פארעלטערטן "עם ישראל חי" פון קרליבך. נאכן זיך איבערייסן די שטימע בענדער, העכער גאפל-צולעכערטע-טישטוכער פון קוויטשענען יודא גרין'ס נשמת כל חי, קען מען זיך ערלויבן אזא כאיש אחד בלב אחד טענצל ארום די ביר גע'טובל'טע טישן—אלץ פארשטייט זיך ווילאנג ס'פירט נישט צו הוללות.

נ נח ניגונים ביז איר שענסטע, וועלן ללא ספק געשטעלט ווערן אין שאטן היי יאר אין אומאן. דער ניגון וועט לויט אלע שאצונגען זיך פלאצירן אונערהאלב די געדערם פון די ספיקערס, און דאמאנירן די צולאזטע מוזיק עד שיבלו שפתי כל אחד מלומר די.

איך זעה מיך שוין שטיין על אדמת קודש אומאן. כ'האב שוין משוגע געמאכט אלע סוחרים מנער ועד זקן, כמעט אומסוקסעספול מיך אליינס איינצורעדן אפשר וויל איך דאך עפעס קויפן. צום סוף האט מען יא געשלאסן עפעס א מקח—שטייצעך נאך פיינפולע ארגומענטן און אמפערייען אראפצוהאנדלן דעם פרייז—והנה 'דאטשיק' בטנא. אזוי ווי איר הערט. א כשר למהדרין צודעק, געאייגנט פאר אידן, כגון אנא, וועלעכע זענען מקפיד צו גיין דווקא מיט שתי כיסויים בשעת התפילה. (אזאנס וואס בעפאר די אכשר דרא ערא האט מען נישט געברויכט ווארטן ביז פורים זיך צו שפירן באקוועם דערמיט).

איראניש איז בעת אין אמעריקע וואג איך זיך נישט צו עפענען דאס מויל צו רעדן בשפת המדינה—שלא יהא כל אחד ואחד מראה באצבעו פון וועלעכע חדר כ'האב גראדואירט—בין איך זאגאר דער וואס פארלאנגט מיט א זעלטן פאריסענעם אראגאנץ "דא יו ספיעק ענגליש"? ווי מ'זאגט: "אנטשולדיגט, איך וואלט זייער געוואלט שמועסן מיט אייך, אבער וואזשע זאל איך טאן איצט אז איר רעדט פשוט נישט 'מיין' (?) שפראך. אז איר וועט זיך לערנען ענגליש וועלן מיר קענען פארברענגן זייער אנגנעם. ממש אשאד.סליחה.

אלענפאלס, "יש תקווה" דינערט אין די גאסן. אתם אומרים 'אם' נשיר כולנו יחד, ורוח נ נח אומרת כן נשיר, וכן יפרוץ. דאנען זעה איך איינער מיט א "יש תקווה" קאפל קנאקט אן רחמנות אויף אן אייזערנעם פושקע מיטן בלויזן האנט פלאך, און יעדע עטליכע סקונדעס מאכט ער זיכער מ'טראכט נישט ער איז שטום. אויפן גאס זעהט זיך א מחזה הוד-שבגבורה. יונקי שדים, לויזערהייט פלאצירט על כתפי אבותם שפורן די עלטערנס עקסטאז, און תכלת טליתים מיט אומזעהבארע פליגלן טיילן ציפעדיגע שמוץ פאר אלצדינג ארום, אזש די פיס הייבן זיך ממש אויף צו אנטלויפן.
עניוועי, דו דארטן וואס גולם'סטו? איך בין שוין נישט אין אומאן. אראפ מיטן דאטשיק.

מיינט'ס אבער נישט ס'גלאנצט אזוי.
"יש תקווה" האט אריינגעווארפן שלומי אמוני ישראל אין פאניק. אגנסט און זארג שוועבט העכער זייערע קעפ, אומעטיקייט און טרויער איז אויסגעגאסן אויף זייערע לעכטיגע פענימער. מעסטנדיג די אנגעצויגהייט ס'הערשט צווישן די לויטער הייליגע געמיטער, לאזט זיך גלויבן דער גלח—דער מיט בלוט בילבולים אויף זיין ספיד דייל--האט פארארדענט א ווכיח, און דער פאסיגער יידל, מיטן אומזיגרייכבארע 'איני יודע' רעטאניש, באהאלט זיך ערגעץ צווישן די בדיקת חמץ ברעקלעך.

וואס איז שוין ווייטער? איך פראביר אפשר די סגולה פון לייגן די פינגער אין צענטער פון די ברילן, אבער גארנישט. דער עולם ציהט מיט די אקסלן. מ'שושקעט זיך אין פאליש האלבע ווערטער, אבער ס'זעהט יעדער אז דער מצב טויגט עפעס נישט. און ניין, די נקודה דאס מאל איז נישט ממש "חדש אסור מן התורה". הפנים אזוי איז משמע פון די פארטינקעלטע כמעט ליידיגע "פרטים יבואו" פלאקאטן.

ויהי בבוקר, ויחבש יואב את אתנו. אנטשלאסן ביז גאר צו דערגיין וואס פלאגט דא, האב איך איינגעשפאנט מיין אייזל, און זיך ארויסגעלאזט איבער פעלדער און וועלדער. ואין ויהי אלא לשון צער. בלוטיגע קלעפ האט דאס אייזל ארינגעהויבן פון מיין ריט, און א פארזוך צו פארשנעלערן דעם הונקעדיג זעקסטן הקפה גאלאפ. דער אייזל האט טישו-לאז זיך געווישט די טרערן, און מיט א זויערן גרימאסע מיר פארגעהאלטן 'מה עשיתי לך כי הכיתני'. מיט געמאכטע רחמנות האב איך געגעבן צו פארשטיין דעם חוצפה'נאק: "גלייב מיר ס'טוהט מיר מער וויי, אבער וואזשע זאל איך טאן איך האב געהאט קיין ברירה". אודה ולא אבוש, ס'איז זיך מיר דאן פארלאפן א פרעכע גאווה געמישט מיט רשעות, און כ'האב פשוט הנאה געהאט פונעם חזיריי. כ'האב געברויכט קראצן מיין שארף געשניטענע קאווע טראפנדע וואנצעס, זיך צו דערמאנען פארוואס די גאנצע שלעגעריי איז בכלל אנשטאנען. ערשט שפעטער האב איך זיך געכאפט אז העיקר שכחתי, און כ'האב אויסגעלאזט דעם "גלייב מיר וועסט מיר נאך דאנקן דערפאר". כ'האב שוין אבער נישט געוואלט גיסן ציקער אויף די וואונדן. שוין, לאז שוין. לאז דעם אייזל אביסל אטעמען, ער איז דאך אויך א מענטש. ווי גייט דער ווארט 'בי סמארט נאט רייט'.

ענדליך נאך א שווער וועג פיל מיט מאטערנישן, מיט ניסים פארמיטן אן אנגעשטויס מיט כאכאכא'דיגע רויבער, איבערגענעכטיגט ביים כמעט גרוב- אריינגעשלייכטער- ארענדער, און געבלאנדזשעט ארום שרעקעדיגע געגנטער, האב איך נישט מער און נישט ווייניגער געגרייכט די 'קוליסן'. דיו אילו ימי, קען איך נישט באשרייבן דעם הערליך אויג כאפנדע פאנאראמע. דאס גאנצע ארום געפארבט מיט קאלירן עפעס נישט מעלמא הדין. אזוי שאלעשידעס'דיג טינקל, אויסגעמישט מיט די ליכטיגקייט פונעם הבדלה ליכט. איך האב זיך באלד גענומען קריכן אויף גראדע ווענט, געקראכן און געקראכן, אזש כ'האב זיך דערגרינטעוועט צום 'הונטער'. מיין האנט האט געטרייסלט, מיין הארץ האט גראדע 'נישט' פארפעלט א קלאפ, און א דורכלויפנדע סקרוך איז ממש די לעצטע מינוט אפגערופן געווארן. לצנות אין א זייט געלייגט. ס'איז דאס ערשטן מאל אין לעבן איך שטיי 'ממש הונטער די קוליסן'. יא, אומגלויבליך! ס'איז א פאקט. דער סאמע פארשטויסן ארט ס'נאגט מיר שוין די געוויסן פון קינדווייז אן צו באזוכן. דער פלאץ מידיא נעצן נאשן קלאסיפיצירטע אינפארמאציע, און פערסאנאלן נוצן אויס זייער פראטעקציע. איך שטיי געפרוירן, איך גלייב אליינס נישט. כ'האב עפעס נישט געקענט באשליסן צו איך בין אויף און איך חלום, אדער איך חלום און איך שלאף. עפעס אן ערוב פון קולות, האט אנגעזייט טומל אין מיר. 'וויקיליקס' האט ווי געקלינגן אין מיינע אויערן. 'עדווארד סנאודאן' האב איך געהערט א שטימע שרייען אין מיר. כ'האב אבער געהאט שכל, און נישט וועלענדיג אויסקוקן ווי די יעניגע וועלעכע אנשטאט כאפן אוצרות פונעם מלך'ס פאלאץ האבן זיי זיך פארקוקט אינדרויסן, געפראסן, און געזויפט, האב איך באלד זיך גענומען צו די פארשט ארבייט. און זייענדיג דארטן, האב איך ערהאלטן א מער קלארן בילד.

איז פארהאן דער ברייט באוויסטער טענדענץ צווישן חסידים, בשעת ריקודין של מצווה. ווען מ'זינגט א שנעלע ניגון, למשל כי הרבית, זעהט מען די שווארץ געדיכטע פארענטשעס רוקן זיך האריזאנטיקל--כמנהג רקודין סתם.
(איינער וואס דערנענטערט זיך צום פארענטשע זעהט באלד ווי די שווערע סאנקציעס מ'האט ארויפגעשטעלט אויף די שויערס איז אין פולן קראפט, און ווערט שטרענג אפגעהיטן אן קיין חכמה'לעך. א שנירל פארע מיט אן איבלדיג גערוך שלענגלט זיך ארויס פון אונטער די פארשוויצטע ארעמעס, און פארשפרייט א שטיקעדיגן 9 טעג גייסט קעי-ניין שמעק הונט קענען דאס שפורן ביז פיר אהאלב מייל).
מיטאמאל נידערט די טעמפא, און אונטער דינערדיגע קלאטשעריין הייבן די פארענטשעס אהן צו טאנצן אלל-דע-וועי ווערטיקאל, אזש א טויבער קען זיך שווערן מ'האט נארוואס געגרייכט דעם "מה אשיב" פאל.

אזוי שפילט זיך דאס איבער אין יעדן געלעגנהייט, און די שמחה איז עד אין לשער. דאס איז א קווואל פון סיפוק פאר דורכגעווייקטע חסידים און בחורי חמד, אן עת לעשות פאר רביים, און פאר פרייליך מאכער—וועלעכע שרייבן 'תימכעס פירעמ' יאר יערליך מיטן זעלבע געמאק—אריין צו שרייען אינעם מייק "הייבטס ענק, נאך-איין-מאל, לעבעדיג, כ'הער ענק נישט, כ'הער נאך אלץ נישט, העכער,קלאטש, אט אזוי, הו הו הו"...

דערנאך איז פארהאן דער חב"ד'סקער-איי טי די דאדאדא דיי דיי דאם- ניגון וועלעכע ווי שיין דאס זאל נאר זיין, רינט דאס שוין פון די נאז לעכער. דער ניגון וואס ר' בערל וועבער האט באקאנט געמאכט, און ווי יעדעס שיין ניגון וואס שווימט ארויף אויפן אויבערפלאך צווישן חסידים, האט מען דאס שוין אויסגעטרעטן ווי גאטקעס בעפאר די ניין טעג מיט בריסקע חומרות. וואו מ'שטייט, און וואו מ'גייט שלעפט זיך נאך דער ניגון ווי ושתי'ס וויידל (עהעם), און קיצלט אין די אויערן ווי קיוטיפס נאכן תיקון ליל שבועות מקווה. זאל דאס זיין זיבעציג מאל א חתונה, פופציג מאל ביי טישן, קלענערע שמחות, מוצאי תענית אסתר, און ערב שושן פורים.

יעצט הגם די מחמירים באווייזן שטייט צו מאכן אפילו אינמיטן דער דאזיגער ניגון, ווייסט אבער יעדעס איד אשר רוח נגינה בקרבו אז דאס איז ממש בדוחק. דער ניגון איז נישט געקנאטן פונעם זעלבן טייג ווי כי הרבית. נישט חס ושלום ס'איז שוואכער אין קוואלעטי, נאר די שניט איז א צווייטער סארט, און פארמאגט איר אייגנארטיגן געשמאק. און וויבאלד ס'איז לכתחילה גענויגט צו דיסקאו, קען מען נישט דורכפירן אזא ספאנטאנישער טעמפא נידערונג. כ'מיין, 'יו גאטטע פעיס דע ריאלעטי' ווי מ'זאגט. אז מ'קען נישט קען מען נישט.

אקעי, מאך שוין נישט אזויפיל הקדמות. אה, איז אזוי. וואס איז טאקע די אייגנארטיגקייט פון דעם ניגון? איז אזוי. ווען ס'קומט צו דעם העכערן פאל "או יאאההאיי אייטידידאדאם" דאן קען מען קלאפן און שטויסן מיט די פיס, כאילו עמלק מיט המן צוזאמען זאלן--ווי כל רומשי האדמה אויפן טויטן קערפער פונעם שטאט'ס משומד—ארומקריכן תחת עפר רגלי פון די מערדעליכע קלאפערס .

אלזא, צוריק צום קעפל. מיט דעם "יש תקווה" וועלעכע דרינגט אריין אין יעדעס אידיש ווינקל, האבן זיך ערליכע אידן אנגעשטויסן אין אן עקל. "די דזשעי"! "די" וואס איז דאך די מקור הטומאה, און "דשעי" וואס איז לויטער שמד. (והראיה ס'נישט דא אן אות דערפאר, נאר מ'דארף נוצן 'ד', ז' און 'ש'. יא, טוה מיר א טובה, זיימער נישט ווי אלץ אן אויבער חכם. זאג נישט יעצט די ספרדים, די תמנים, אות ג'. קבל האמת ממי שאמרו, וויש דיך אפ די נאז, און בעט קרע רוע גזר דיננו).

בכלל, די גאנצע סטיל איז עפעס נישט אידישלעך. וואס טוהט מען? פרעגן שלומי אמוני ישראל וועלכע ווילן זיך דווקא יא האלטן צום מסורה. דאס איז אבער ווי מ'זאגט וואס ענגבערט בלויז איין פראקציע, נישט יעדער אבער האלט אזוי. (ס'גארנישט, ס'איז פארהאן גענוג אשר לא כרעו לבעל).

אין פאקט, א מייאריטעט באדערט א צווייטע פראבלעם. און דאס איז טאקע דאס וואס מיר האבן אויסגעשמועסט פריער. וואס וועט מען קענען טוהן מיט א "יש תקווה" ? שטייט מאכן אינמיטן אזוי ווי כי הרבית, און דאן שפרינגן ווי פעפער באשפריצטע? ניין, מ'קען נישט. קלאפן מיט די פיס אזוי ווי דער חבדסקער ניגון? ניין, דאס קאן מען אויך נישט. טא וואס גייט מען טוהן? הצילו!

ווידעראום איז פארהאן א דריטע שיטה, אויך פונעם עקסטרעמען לאגער, וועלעכע גראטולירט זאגאר דעם "יש תקווה". זיי טענה'ן היינו טעמא דאגודה, והיינו טעמא דכי הרבית. ד.ה. די אגודה איז ארגער ווי די ציונים. פארוואס? ווייל ציונים ווייסט מען אוועק צו שטיין, מ'ווייסט זיי זענען פעך פאאככא. ווידעראום אגודה קומט מיט אירע כשר'ע חזיר פיסלעך, און אזוי נאר'ט זי אריין ערליכע אידן ממש ווי דער כיטרער פוקס.
די זעלבע איז דא. "יש תקווה" ווייסט מען כאטש וואו מ'שטייט. ס'איז בלויז איין הסתרה. די אלע אנדערע ניגונים אחוץ ותן בנו, טוב לי, מיט צווה ישועות יעקב, כאפן אריין מיט זייערע כשר'ע חזיר פיסלעך דאס לעצט היייפעלע פארבליבענע אידן, און דאס איז שוין א דאפעלטער הסתרה.
גייענדיג צום דרוק, האבן מיר ערהאלטן פרישע נייעס.

א ווארט זאגער פון די קנאים לאכט זיך אויס פון אלצדינג. האלטענדיג ביי די לעצטע ווערטער פון זיין קורצן אומערווארטעטע אדרעסירונג, האט ער מיט שטאלץ דערקלערט: "גארנישט וועט אונז, און קען אונז, אוועק רוקן פונעם "ובחקותיהם-לקדש שם שמים" ניגון. נישט קיין כי הרבית, נישט קיין איידידידאדאם, און נישט קיין שמיידידידאדאם. און אוודאי נישט "יש תקווה"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט