


יואב האט געשריבן:ויעזב אבאמא את עצת הזקנים, און נישט מער און נישט ווייניגער באשלאסן צו ערוועלן אזאנע שוטים מיט בלויזע הארווארד דעגריס, און קארגע צוויי-דריי דעקעידס אויסערן ערפארונג.

ממרום שלח אש האט געשריבן:ביזט גערעכט אין תוך, אבער איין נקודה פארזעסטו, קיינער "נעמט נישט אוועק" פון קיינעם קיין דעמאקראטיע, אבער "אהינגעבן" ברויך מען אויך נישט.
אמעריקע האט די אייגענע בלוט פארגאסן פאר איר דעמאקראטיע, קיינער האט איר נישט געהאלפן (חוץ פראנקרייך א משהו, פאר אייגענע אינטערעסן) איז במילא אמעריקע גארנישט שולדיג פאר קיינעם, כש"כ ווען די מצב איז אזוי ווי דו זאגסט, היבש קאמפליצירט, און דעמאקראטיע דארט איז אקעגן אמעריקאנער זיכערהייט אינטערעסע, אין אזא צייט, איז די קלוגסטע צו איגנארירן.


berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: דו ביסט געוואלדיג. דו צונעמסט די סוגיא פון די אמעריקאנער אויסערן פאליטיק אזוי ווי מיין רבי אין חיידער האט צונומען א שווער שטיקל גמרא. מיט א פאר שיינע אגדתות אויכעט. אבער די מסקנא צו וועלכע דו פיהרסט אויס איז נישט ריכטיג. אין א יעדן פאל דארף אמעריקע קוקן וואס די אמעריקאנער נאצינאלע און מיליטערישע אינטערעסן זענען. לאמיר אריבערשווימען דעם ים הגדול און דעם אוקיינוס (אטלאנטיק און פאסיפיק). און גיין צו א קליין לענדל אין צענטראל אמעריקע וואס הייסט ניקאראגוא. דארט האט אמאל געהערשט א גענעראל א דיקטאטאר. האמיר דא אין אמעריקע געהאט א פרעזידענט וואס איז געווען א "צאדיק" ר'הייסט דזשימי קארטער. האט איהם זייער שטארק געבאדערט פארוואס ס'איז נישטא קיין דעמאקראטיע אין יענע לאנד. איז ער געגאנגען און מאניפולירט דעם מצב אז דער פרעזידענט דער דיקטאטאר זאל אראפפאלן. ווער איז געקומען נאך איהם?! די קאמוניסטן וועלכע האבן פארשטייצעך חרוב געמאכט די עקאנאמיע אין לאנד און געשעדיגט די אמעריקאנער אינטערעסן. די זעלבע איז געשעען אין איראן. ווען דער "צאדיק" דזשימי קארטער האט נישט געגעיבן מיליטערישע הילף פאר'ן שאך ווען ר'האט געקעמפט פאר זיין לעיבן. ווער איז געקומען נאך איהם?! אייאטאלא כומעיני. די זעלבע איז אין עגיפטן. אונז אנשים פשוטים ווייסן נאכנישט אלע טעמים פארוואס די מיליטער האט אראפגעווארפן דעם "דעמאקראטיש-ערוועלטן" פרעזידענט מורסי.


ממרום שלח אש האט געשריבן:יואב טייערער,
עס איז א אויסגעדראשענע וויץ צו צולייגן וויזוי א פרעזידענט דארף זיך באראטן מיט מקוה זיצער.( הגם דו טוסט עס מיט א אייגענארטיגע טוויסט און טעם, כיד המליצה הטובה עליך )
ממרום שלח אש האט געשריבן: אבער, עס איז אביסל אפענסיוו פאר אנשים כערכי, הייסט יעדער בירגער איז בארעכטיגט צו א מיינונג אין די תהליכי המדינה חוץ חסידים?



berlbalaguleh האט געשריבן:ר' יואב שליט"א. יישר כח פאר אהערשטעלן די לאנגע תגובה. איך האב שטארק הנאה געהאט פון א יעדן ווארט. א תגובה וועט קומען בעז"ה וואן מיר 'עללן האבן מער צייט. ועוד חזון למועד.

יואב האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ר' יואב שליט"א. יישר כח פאר אהערשטעלן די לאנגע תגובה. איך האב שטארק הנאה געהאט פון א יעדן ווארט. א תגובה וועט קומען בעז"ה וואן מיר 'עללן האבן מער צייט. ועוד חזון למועד.
ר' בערל, מיר קוקן ארויס אויף אייער אנטווארט, נאך אלעם גלויבט זיך איר זענט א 'סיניאר עדווייזער'. דאס מערסטע בין איך באזארגט איבער אייער רייזע קיין Nicaragua.
אגב זאגט מיר ס'ווייב ס'איז דאס ערשטע מאל זי זעהט מ'זאל שרייבן 'שליט"א' אויף מיר. וויאזוי ענדיגט מען נאר?


באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט